Luke 14
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס14

יד און עס איז געווען, ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז אין אַ שַבּת אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית פוּן איינעם פוּן די ראָשי-הַפּרוּשים פאר בציעת הלֶחֶם, האָבּן זיי געלויערט אויף אים. 2 און הִנֵּה איז פאַר אים געשטאַנען א בן אדם, וואָס האָט געהאַט תּפוּחַ מִמַּיִם. 3 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גערעדט צוּ די בּעלי התוֹרה און פּרוּשים, אַזוי צוּ זאָגן: צי מֻתָּר מען אוּם שבּת היילן אָדער נישט? 4 אָבּער זיי האָבּן געשוויגן. און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים גענוּמען און אים געהיילט, און האָט אים אוועקגעשיקט. 5 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: ווען פוּן אייך וועמעס א חמוֹר אָדער אַן שוֹר איז אַרייַנגעפאַלן אין אַ בְּאֵר, און וועט ער דען אים נישט תֵיכּף אַרויסשלעפּן אוּם שַבּת? 6 און זיי האָבּן אים נישט געקענט ענטפערן דערויף. 7 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט אַ מָשל צוּ יענע, וואָס זענען געווען הַמֻזמָנים, ווען ער האָט געזען, ווי זיי האָבּן זיך אויסגעקליבּן די רָאשֵי המוֹשבוֹת; און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: 8 ווען עמיצער וועט דיך פאַרבּעטן אויף אַ חַתוּנה, זעץ דיך נישט אנידער אויף דעם ערשטן אָרט אויבנאן, טאָמער וועט אַ מער חָשוּבער ווי דוּ פוּן אים פאַרבּעטן ווערן; 9 און דער, וואָס האָט דיך און אים פאַרבּעטן, וועט קוּמען און זאָגן צוּ דיר: גיבּ אים דאָס אָרט! און יעמאָלט וועסטוּ מיט בוּשה פאַרנעמען דעם לעצטן פּלאַץ. 10 נייערט ווען דוּ ווערסט פאַרבּעסן, גיי און זעץ דיך אויף דעם מוֹשב השפל; כּדי ווען דער, וואָס האָט דיך פאַרבּעטן, וועט קוּמען, זאָל ער זאָגן צוּ דיר: חבר, גיי אַרויף העכער! יעמאָלט וועסטוּ האָבּן כָּבוד פאַר כל, וואָס זיצן בּיים טיש מיט דיר. 11 מחמת יעדער בן אדם, וואָס וועט זיך אַליין דערהייכן, וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער סע וועט זיך אַליין דערנידעריקן, וועט ווערן דערהייכט. 12 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויך געזאָגט צוּ דעם, וואָס האָט אים פאַרבּעטן: ווען דוּ מאַכסט אַ מלווה מלכּה אָדער אַן אָוונט-סעוּדה, זאָלסטוּ נישט פאַרבּעטן דיינע חברים, אָדער דיינע אַחִים, אָדער דיינע קרוֹבי משפחות, אָדער רייכע שכנים, טאָמער וועלן זיי דיך פאַרבּעטן צוּריק, און דאָס וועט דיר זיין אַ פארגעלטוּנג. 13 נייערט ווען דוּ מאכסט אַ שמחה, פארבּעט די ענִיּים, די בּעלי המּוּם, די פּסחים, און די עיוורים. 14 און בּרכּת שמים וועט פּאסירן איר, מחמת זיי האָבּן נישט מיט וואָס דיר צוּ פאַרגעלטן; מחמת דוּ וועסט ווערן פאַרגעלטן אין יום התקומת הצַדיקים. 15 און ווען איינער פוּן די, וואָס זענען מיט אים געזעסן בּיים טיש, האָט דאָס געהערט, האָט ער געזאָגט: אַשְרֵי איז דעם, וואָס וועט עסן לֶחֶם אין דעם מַלכות ה'! 16 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: איינער אַ בן אדם האָט געמאַכט אַ סעוּדה גדולה, און האָט פאַרבּעטן אנשים רבים; 17 און ער האָט אַרויסגעשיקט זיין עֶבֶד אין דער שעה פוּן דער סעוּדה, צוּ זאָגן צוּ הקרֻאים: קוּמט, הנה הכֹּל מוכן ומזומן. 18 און זיי האָבּן זיך כל מיטאַמאָל אָנגעהויבּן צוּ תירץ [מיט א תירוץ]. דער 1טער האָט צוּ אים געזאָגט: איך האָבּ געקויפט אַ שָׂדֶה, און איך מוּז עס גיין זען; איך בּעט דיך, זיי מיר מוֹחל. 19 און אַן אַנדערער האָט געזאָגט: איך האָבּ געקויפט 5 יאָך אָקסן, און איך גיי זיי אויספּרוּאוון איך בּעט דיך, זיי מיר מוֹחל. 20 און אַן אַנדערער האָט געזאָגט: איך האָבּ גענוּמען אַן אִשָה, און איך קען דערפאר נישט קוּמען. 21 און דער עֶבֶד איז געקוּמען, און האָט דאָס כל דערציילט הָאָדוֹן זיינעם. יעמאָלט איז דער בַּעל-הַבַּיִת אין כַּעס געוואָרן, און האָט געזאָגט צוּ זיין עֶבֶד: גיי גיך אַרויס אויף די רחֹבוֹת און שטעגן פוּן דער שטעטל, און בּרענג אַהער די עֲנִיִּים און די בּעלי המּוּם און די עיוורים און די פּסחים. 22 און דער עֶבֶד האָט געזאָגט: אֲדוֹנִי, וואָס דוּ האַטס בּאַפוילן, איז געטאָן געוואָרן, און עס איז דאָך דאָ אָרט! 23 און הָאָדוֹן האָט געזאָגט צוּ דעם עֶבֶד: גיי אַרויס אויף די רחובות און צוימען, און נייט זיי אריינצוגיין, כּדי מיין בֵּית זאָל ווערן פוּל. 24 מחמת איך זאָג אייך, אַז קיין איינער פון יענע מענער, וואָס זענען פאַרבּעטן געוואָרן, וועט נישט טועם זיין פון מיין סעוּדה. 25 און אַ גרויסער עוֹלם איז מיט רבי מֵלך המָשיחַ געגאַנגען; און ער האָט זיך אויסגעדרייט, און האָט צוּ זיי געזאָגט: 26 דער, וואָס קוּמט צוּ מיר, און האַסט נישט [אין פארגלייך צו משיח] זיין אָב, און אֵם, און אִשָה, און יְלָדים, און אַחִים, און אחיות, און דערצוּ אויך זיין אייגן נֶפֶש [אין עולם הזה], קען ער נישט זיין מיין [משיחס] תַּלמיד. 27 און ווער סע טראָגט נישט זיין אייגענעם בּוים [פון מסירות נפש], און גייט מיר נאָך, קען נישט זיין מיין [משיחס] תַּלמיד. 28 מחמת ווער פוּן אייך, וואָס וויל בּויען אַ מִגְדָּל, וועט זיך נישט קוֹדם כל אַנידערזעצן און אויסרעכענען די הוצָאות, צי ער האָט צוּ פאַרענדיקן? 29 כדי טאָמער, ווען ער וועט האָבּן געלייגט דעם יְסוֹד, און קען נישט פאַרענדיקן, און כל, וואָס וועלן עס זען, וועלן אים אנהויבּן צו שפּאָטן פון אים, 30 און זאָגן: דער דאָזיקער בן אדם האָט אָנגעהויבּן צוּ בּויען, און האָט נישט געקענט פאַרענדיקן. 31 אָדער וועלכער מֵלך, וואָס גייט אַרויס פירן מִלחָמה מיט אַן אַנדערן מֵלך, וועט זיך נישט קוֹדם כל אַנידערזעצן און בּאטראכטן, צי קען ער מיט 10,000 בּאַגעגענען דעם, וואָס קוּמט אים אַנטקעגן מיט 20,000? 32 אויבּ נישט, שיקט ער שלוּחים, ווען יענער איז נאָך ווייט, און בּעט שָלום-בּאַדינגוּנגען. 33 אַזוי אויך איטלעכער פוּן אייך, וואָס נישט מאכן וִתּוּר פוּן כל, וואָס ער האָט פון רכוּש [פון עבוֹדת אלילים], קען ער נישט זיין מיין [משיחס] תַּלמיד. 34 מֶלַח איז טאַקע טוֹב, נאָר אויבּ מֶלַח פאַרלירט דעם טעם, מיט וואָס זאָל מען עס ווירצן? 35 סע טויג נישט פאַר דער אדמה, און אויך נישט פאַר דעם דוֹמֶן; מען וואַרפט עס אַרויס. דער, וואָס האָט אויערן צוּ הערן, שְמַע!

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 13
Top of Page
Top of Page