Luke 15
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס15

טו און כל מוֹכסים און בּעלי עבֵירה האָבּן גענעענט צוּ אים, כּדי רבי מֵלך המָשיחַ צוּ הערן. 2 און די פּרוּשים און די סוֹפרים [רַבָּנִים] האָבּן התלוֹננו [געמוּרמלט], און געזאָגט: דער דאָזיקער נעמט אויף בּעלי עבֵירה, און עסט מיט זיי. 3 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גערעדט צוּ זיי דאָס דאָזיקע מָשל: 4 וואָסער בן אדם צווישן אייך, וואָס האָט 100 כְּבָשִׂים, און ער פאַרלירט 1 פוּן זיי, וועט נישט איבּערלאָזן די 99 אין דער מִדבּר, און נאָכגיין נאָך דער, וואָס איז פאַרלוירן, בּיז ער געפינט זי? 5 און אַז ער געפינט זי, לייגט ער זי אַרויף אויף זיינע שוּלטער מיט לב שמֵחַ. 6 און ווען ער קוּמט אַהיים, רוּפט ער צוּנויף זיינע חברים, און די שכֵנים, און זאָגט צוּ זיי : פרייט אייך מיט מיר, מחמת איך האָבּ געפוּנען מיין כֶּבֶש, וואָס איז פאַרלוירן געגאַנגען. 7 טאקע אַזוי, זאָג איך אייך, וועט זיין אַ שִׂמְחָה אין שָמַיִם איבּער 1 בּעל עבֵירה, וואָס טוּט תּשוּבה, מער ווי איבּער 99 צַדיקים, וואָס דאָרפן נישט תּשוּבה טאָן. 8 אָדער וועלכע אִשָּה, וואָס האָט 10 זילבּערשטיק, און זי פאַרלירט 1 שטיק, טוּט נישט אָנצינדן אַ ליכט, און אויסקערן דאָס בֵּית און זוּכט מיט פלייס, בּיז זי געפינט עס? 9 און ווען זי געפינט עס, רוּפט זי צוּנויף אירע פריינט און שכֵנים, און זאָגט: פרייט אייך מיט מיר, ווייל איך האָבּ געפוּנען דאָס שטיק זילבּער, וואָס איך האָבּ פאַרלוירן! 10 טאקע אַזוי, זאָג איך אייך, איז אַ שִׂמְחָה פאַר די מַלאָכים ה' איבּער 1 בּעל עבֵירה, וואָס ווערט א בּעל תּשוּבה. 11 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: אַ געוויסער מענטש האָט געהאַט 2 בָּנִים; 12 און דער ייִנגערער פוּן זיי האָט געזאָגט צוּם אָב : אָבי, גיבּ מיר דעם חֶלֶק פאַרמעגן, וואָס פאַלט אויס אויף מיר. און ער האָט צעטיילט צווישן זיי די נַחלה. 13 און אין עטלעכע טעג אַרוּם, האָט דער ייִנגעגרער זוּן כל צוּנויפגעזאמלט, און זיך אוועקגעלאזט אין אַ ווייטער מדִינה, און דאָרט האָט ער פאָרשווענדט זיין פאַרמעגן אין חיּי הוֹללוּת. 14 און ווען ער האָט כל פאַרבּרויכט, איז געקוּמען אַ שטאַרקער רָעָב אין יענער מדִינה, און ער האָט אָנגעהויבּן צוּ ליידן נויט. 15 און ער איז געגאַנגען און האָט זיך בּאַהעפט אָן איינעם פוּן די תּוֹשבים אין יענער מדִינה, און ער האָט אים געשיקט אין זיינע שָׂדוֹת אַריין צו פּאַשען חזִירים [ויקרא 11:7]. 16 און ער וואָלט גערן געווען אָנגעפילט זיין בּויך מיט די שויטן, וואָס די חזִירים האָבּן געגעסן, אָבּער קיינער האָט זיי אים נישט געגעבּן. 17 ווען אָבּער ער איז געקוּמען צוּ זיך, האָט ער געזאָגט: אָ וויפל לוין-ארבּעטער פון אבי האָבּן לֶחֶם בּשֶפע, און איך גיי דאָ אויס פאַר הוּנגער! 18 איך וועל אויפשטיין און גיין צוּ אָבי, און וועל צוּ אים זאָגן: אָבי, איך האָבּ געזינדיקט קעגן שָמַיִם און פאַר דיר [תהלים 51:6; ויקרא 26:40]; 19 איך בּין מער נישט ווערט גערוּפן צוּ ווערן דיין זוּן; מאַך מיך ווי איינעם פוּן דיינע לוין ארבּעטער. 20 און ער איז אויפגעשטאַנען, און האָט גענוּמען גיין צוּ אָבִיו. און ווען ער איז נאָך געווען גאַנץ ווייַט, האָט אים אָבִיו געזען, און ער האָט זיך רַחֲמֵי שמים אויף אים, און ער איז געלאָפן, און איז אים געפאַלן אויפן האַלדז, און האָט אים געקוּשט. 21 און הַבֵּן האָט צוּ אים געזאָגט: אָבי, איך האָבּ געזינדיקט קעגן שָמַיִם און פאַר דיר; איך בּין מער נישט ווערט גערוּפן צוּ ווערן בִּנְךָ. 22 אָבּער הָאָב האָט געזאָגט צוּ זיינע עבדים: שנעל! בּרענגט אַרויס דאָס בּעסטע מַלבּוש, און קליידט אים אָן. און גיט אים אַ רינג אויף זיין האַנט, און נעלים אויף זיינע רגלים; 23 און בּרענגט דאָס פעטע קאַלבּ, און שחט עס, און לאָמיר עסן און לאָזן אונדז האָבן א שׂמחַה. 24 מחמת דער דאָזיקער זוּן מיינער איז געווען מֵת, און הִנֵּה הוּא חַי; ער איז געווען פאַרלירן, און איז געפוּנען געוואָרן. און זיי האָבּן זיך אָנגעהויבּן האָבן א שׂמחַה. 25 און זיין עלטערער זוּן איז געווען אין שָׂדֶה, און ווען ער איז געקוּמען און זיך דערנענטערט צוּם בֵּית, האָט ער געהערט קלעזמער און זמירות און חסידישע טענצערס. 26 און ער האָט צוּגערוּפן איינעם פוּן די עבדים, און האָט אים געפרעגט, וואָס דאָס קען בּאַטייַטן. 27 האָט ער צוּ אים געזאָגט: אָחִיךָ בָּא, און דיין אָב האָט געשחט דאָס פעטע קאַלבּ, ווייל ער האָט אים צוריק בּאקומען בָּרִיא און שָלֵם. 28 און ער איז צאָרנדיק געוואָרן און האָט נישט געוואָלט אַרייַנגיין. און אָבִיו איז אַרויסגעקוּמען, און האָט אים געבּעטן, 29 אָבּער ער האָט געענטפערט אָבִיו : הִנֵּה, שוֹין אַזוי פיל יאָרן טוּ איך דיר דינען, ומֵעוֹלָם לֹא עָבַרְתִי עַל מִצְוָתְךָ ; און דאָך האָסטוּ מיר נאָך קיינמאָל נישט געגעבּן אַ גְּדִי, כּדי אז איך וועט האָבן א שׂמחה מיט מיינע חברים. 30 אָבּער ווען דער דאָזיקער זוּן דיינער איז געקוּמען, וואָס האָט פאַרצערט דיין האָבּ-און-גוטס מיט זוֹנות, האָסטוּ געשחטן פאַר אים דאָס פעטע קאַלבּ [זען משלי 29:3]! 31 און ער האָט צוּ אים געזאָגט: בְּנִי, דוּ בּיסט תַּמיד מיט מיר, און כל, וואָס איז מייַנס, איז דייַנס. 32 עס איז געווען רעכט זיך משַׂמֵחַ צוּ זיין און זיך צוּ פרייען, ווייל דער דאָזיקער אָח דיינער איז געווען מֵת, און הִנֵּה הוּא חַי, אָבַד וְהִנֵה נִמְצָא.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 14
Top of Page
Top of Page