Luke 16
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס16

טז און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויך געזאָגט צוּ זיינע תַּלמידים: עס איז געווען איינער אַן עוֹשר, וואָס האָט געהאַט אַ סוֹכֵן בּית, און עס איז געמעלדן אז ער פארשווענדט זייו פארמעגן. 2 און ער האָט אים גערוּפן, און צוּ אים געזאָגט: וואָס איז דאָס, וואָס איך הער וועגן דיר? גיבּ אָפּ אַ חֶשבּון פון דיין פקֻדה, מחמת דוּ קאָנסט לענגער נישט זיין סוֹכֵן! 3 און דער סוֹכֵן האָט צוּ זיך געזאָגט: וואָס זאָל איך טאָן, מחמת אָדוֹנִי נעמט אוועק פון מיר די פּקֻדה? גראָבּן קען איך נישט, און בּעטלען שעם איך מיך. 4 איך ווייס שוֹין וואָס צוּ טאָן, כּדי זיי זאָלן מיך אויפנעמען אין זייערע בָּתִים, ווען איך וועל אַראָפגעזעצט ווערן פוּן דער סוֹכֵן משרה. 5 און ער האָט גערוּפן צוּ זיך יעדן איינעם פוּן זיין אדוֹנס בַּעלי-חוֹבות, און האָט געזאָגט צוּ דעם ערשטן: וויפל בּיסטוּ שוּלדיק הָאָדוֹן מיינעם? 6 האָט ער געזאָגט: 100 מאָס שֶמֶן. און ער האָט צוּ אים געזאָגט: נעם דיין שטַר-חוֹב, און זעץ דיך שנעל אַנידער, און שרייבּ אָן 50. 7 דאַן האָט ער געזאָגט צוּ אַן אַנדערן: און וויפל בּיסטוּ שוּלדיק? האָט ער געזאָגט: 100 מאָס חִטָּה. זאָגט ער צוּ אים: נעם דיין שטַר-חוֹב, און שרייבּ אָן 80. 8 און הָאָדוֹן האָט געלויבּט דעם שווינדלערשן סוֹכֵן, ווייל ער האָט קלוּג געטון; מחמת די בּני העולם הזה זענען קליגער אין זייער דוֹר, ווי די בּני האוֹר. 9 און איך זאָג אייך: מאַכט אייך ידידים מיט דעם מָמוֹן פוּן אוּמגערעכטיקייט, כּדי, ווען סע וועט זיך אויסגיין, זאָלן זיי אייך אויפנעמען אין די משכנות עולם אַריין. 10 דער, וואָס איז געטריי אין דעם מעט, איז אויך געטריי אין הרבּה; און דער, וואָס איז נישט יָשָר אין דעם מעט, איז אויך נישט יָשָר אין הרבּה. 11 דעריבּער, אויבּ איר זענט נישט געווען געטריי אין דעם מָמוֹן המרמה, ווער וועט אייך אָנפאַרטרויען דאָס אֶמֶתע עַשִירות? 12 און אויבּ איר זענט נישט געווען געטריי מיט אַן אַנדערנס האָבּ-און-גוּטס, ווער וועט אייך געבּן דאָס אייעריקע? 13 אַן עֶבֶד קען נישט דינען קיין 2 אֲדוֹנִים; מחמת אָדער ער וועט איינעם פיינט האָבּן, און ליבּ האָבּן דעם אַנדערן, אָדער ער וועט זיך האַלטן אָן איינעם, און פאַראַכטן דעם אַנדערן. איר קאָנט נישט דינען ה' און מָמוֹן. 14 און די פּרוּשים, וואָס זענען געווען חַמְדָנִים און אוֹהֲבֵי געלט, האָבּן דאָס כל געהערט, און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ אויסגעלאַכט. 15 און רבי מֵלך המשיח האָט צוּ זיי געזאָגט: איר מאכן זיך צדיקים פאַר בְּנֵי אָדָם, אָבּער ה' האט דַעַת פון אייערע לְבָבוֹת; מחמת דאָס, וואָס איז דערהייבּן צווישן בְּנֵי אָדָם, איז אַ תּוֹעֵבָה פאַר ה'. 16 די תּוֹרה און די נבִיאים זענען געווען בּיז יוֹחָנָן; פוּן דעמלט אָן ווערט געדַרשנט די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן דעם מַלכות ה', און יעדער בן אדם דרינגט אַריין דערין מיט געוואַלט. 17 אָבּער עס איז לייַכטער פאַר שָמַיִם און הארץ צוּ פאַרגיין, ווי איין תָּג פוּן דער תּוֹרה בָטל צוּ ווערן. 18 יעדער בן אדם, וואָס גֶט זיך מיט זיין אִשָה און האָט חַתוּנה מיט אַן אַנדערער, איז מזַנה; און ווער סע האָט חַתוּנה מיט אָ גרוּשה, איז אָ נוֹאף. 19 און עס איז געווען איינער אַן עוֹשר, וואָס האָט זיך געקליידט אין פוּרפוּר און אין טייערע לייַוונט, און האָט געלעבּט יום יום אין תַּענוגים און וואוילטאָג. 20 און איינער אַן אָרעמאַן [בּעטלער], אֶלעָזָר שמוֹ, איז געלעגן פאר זיין שער און איז פוּל מיט געשווירן, 21 און ער האט געגארט זיך צו זעטיקן פון דעם, וואס איז אראָפּגעפאלן פון דעם עוֹשרס טיש; כֵּן, אַפילו די כּלָבים זענען געקוּמען און האָבּן געלעקט געשווירן פון האיש עָנִי. 22 און עס איז געווען, אַז אֶלעָזָר איז נִפְטָר, און ער איז אַוועקגעטראָגן געוואָרן פוּן די מַלאָכים אין אַברָהמס חֵיק אַריין. און דער עוֹשר איז אויך נִפְטָר, און איז בּאַגראָבּן געוואָרן. 23 און אין שאוֹל-תחתיה האָט ער אויפגעהויבּן זיינע אויגן, זייענדיק אין יסוּרים, און ער האָט געזען אַברָהם פוּנדערווייַטנס, און אֶלעָזָרן אין זיין חֵיק. 24 און ער האָט געשריגן: אָבי אַברָהם, רחם עלי, און שיק אֶלעָזָרן, אָז ער זאָל אייַנטוּנקען דעם שפיץ פוּן זיין פינגער אין מַיִם, און קילן מיין צוּנג; מחמת איך לייד יסוּרים אין דעם דאָזיקן פלאַם. 25 און אַברָהם האָט געזאָגט: קינד, דערמאָן דיך, אַז דוּ האָסט בּאַקוּמען דיין גוּטס בּיי דיין לעבּן, און אֶלעָזָר אויך אזוי דאָס בּייזע; אָבּער איצט ווערט ער דאָ געטרייסט, און דוּ ווערסט געפּייַניקט. 26 און צו דעם אַלעם שטייט צווישן אוּנדז און אייך אַ גרויסער תּהוֹם, כּדי די, וואָס וואָלטן געוואָלט אַריבּערגיין פוּנדאַנען צוּ אייך, זאָלן נישט קענען, און כּדי קיינער זאָל נישט אַריבּערקומען פוּן דאָרטן צוּ אוּנדז. 27 און ער האָט געזאָגט: איך בּעט דיך דערפאר, אָב, אַז דוּ זאָלסט אים שיקן צוּ בֵּית אָבי, 28 מחמת איך האָבּ 5 אַחִים, כּדי ער זאָל זיי וואָרנען, טאָמער וועלן זיי אויך קוּמען אין דעם דאָזיקן פּלאַץ פוּן יסוּרים [זען ישעיהו 66:24]. 29 אָבּער אַברָהם האָט געזאָגט: זיי האָבּן (תּוֹרה) מֹשהן און די נבִיאים; זאָלן זיי זיי הערן. 30 און ער האָט געזאָגט: לֹא, אָבי אַברָהם; נייערט אויבּ עמיצער פוּן הַמֵּתִים זאָל קוּמען צוּ זיי, וועלן זיי תּשוּבה טאָן. 31 האָט ער צוּ אים געזאָגט: אויבּ זיי הערן זיך נישט צוּ מֹשהן און די נבִיאים, וועלן זיי אויך נישט גלויבּן, אויבּ עמיצער זאָל אויפשטיין פוּן הַמֵּתִים [זען דברים 18:18].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 15
Top of Page
Top of Page