Luke 17
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס17

יז און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט צוּ משיחס תּלמידים: עס איז אוּממעגלעך, אַז מכשולים זאָלן נישט קוּמען; אָבּער וויי צוּ יענעם, דוּרך וועמען זיי קוּמען! 2 עס וואָלט געווען בּעסער פאַר אים, אויבּ אַ מיִלשטיין וואָלט אָנגעהאָנגען געוואָרן אַרוּם זיין האַלדז, און ער וואָלט אַרייַנגעוואָרפן געוואָרן אין יַם אַריין, איידער צוּ מאַכן שטרויכלען איינעם פוּן די דאָזיקע קטנים [תּלמידים]. 3 הִשָּמְרוּ לָכֶם! אויבּ דיין אָח במשיח זינדיקט, זאלסטו אים זאגן מוסר; און אויבּ מיט אים עס איז חֲרָטָה און תשוּבָה, זאלסטו אים מוחל זיין. 4 און אויבּ ער זינדיקט קעגן דיר 7 מאָל בּיוֹם, און יָשוּב צוּ דיר 7 מאָל, און זאָגט: נחמתי, זאָלסטוּ אים מוֹחל זיין. 5 און די שלִיחים האָבּן געזאָגט צוּ רבי מֵלך המשיח הָאָדוֹן : פאַרמער אוּנדזער גלויבּן און אֶמוּנה. 6 און רבי מֵלך המשיח הָאָדוֹן האָט געזאָגט: אויבּ איר וואָלט געהאַט אֶמוּנה אַזוי גָּדוֹל ווי אַ קערנדל פוּן זענעפט-זרִיעה, וואָלט איר געקענט זאָגן צוּ דעם דאָזיקן מוילבּערבּוים: ווער אויסגעוואָרצלט, און פאַרפלאַנץ דיך אין יַם, און ער וואָלט אייך געהאָרכט. 7 ווער פוּן אייך, וואָס האָט אָן עֶבֶד אַקערן, אָדער רוֹעֶה, וועט צוּ אים זאָגן ווען ער קוּמט פוּן שָׂדֶה : קוּם תֵיכּף אַהער, און זעץ דיך צוּם טיש? 8 צי וועט ער דען נישט זאָגן צוּ אים: גרייט מיר אָן עפּעס צוּ עסן, און גארטל דיך ארום, און בּאַדין מיך, בּיז איך וועל האָבּן געגעסן און געטרוּנקען; און דערנאך וועסטוּ עסן און טרינקען? 9 צי יהיה אסיר תודה לעֶבֶד, ווייל ער האָט געטאָן, וואָס איז אים צֻוָּה? 10 טאקע אַזוי אויך מיט אייך, ווען איר וועט האָבּן געטאָן כל, וואָס זענען אייך בּאַפעלן געוואָרן, זאָגט: מיר זענען אוּמנוּצלעכע עבדים: מיר האָבּן בּלויז געטאָן אוּנדזער חוֹב. 11 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז געווען אויף דעם דֶּרֶךְ קיין ירוּשָלַיִם, איז ער דוּרכגעגאַנגען עָבָר שוֹמרוֹן און גָלִיל. 12 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרייַנגעקוּמען אין איינעם אַ שטעטל, האָבּן אים בּאַגעגנט 10 מצוֹרָעים, וואָס זענען געשטאַנען פוּנדערווייַטנס, 13 און זיי האָבּן אויפגעהויבּן זייערע קוֹל, און האָבּן געזאָגט: רבי, האָב רחמי שמים אויף אוּנדז. 14 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געזען, האָט ער צוּ זיי געזאָגט: גייט און ווייזט זיך פאַר די כֹּהַנים, און עס איז געווען, ווען זיי זענען געגאַנגען, זענען זיי מְטֹהָרִים געוואָרן. 15 און איינער פוּן זיי, ווען ער האָט געזען, אַז ער איז געהיילט געוואָרן, האָט זיך אוּמגעקערט, און מיט אַ הויך קוֹל האט געזאגט בּרוּך ה'! 16 און ער איז געפאַלן אויף זיין פָּנים צוּ משיחס רגלים [זען תהלים 22:17], וְהוֹדָה לוֹ. און ער איז געווען אַ שוֹמרוֹמני. 17 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט: זענען נישט 10 מְטֹהָרִים געוואָרן. אָבּער וואוּ זענען די 9? 18 צי האָט זיך נישט געפוּנען קיינער, וואָס האָט זיך אוּמגעקערט אָפּצוּגעבּן כָּבוד צוּ ה', אַחוּץ דער דאָזיקער נָכרי? 19 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: שטיי אויף און גיי; דיין אֶמוּנה האָט דיר געראַטעוועט [רומ' 5:1; בראשית 15:6]! 20 און אַז די פּרוּשים האָבּן אים געפרעגט, עד מתי? ווען דאָס מַלכות ה' וועט קוּמען? האָט רבי מֵלך המשיח זיי געענטפערט: דאָס מַלכות ה' בָּאָה נישט בְּנִגלוֹת; 21 מע וועט אויך נישט זאָגן: אָט איז עס! אָדער: דאָרטן! מחמת הִנֵּה, דאָס מַלכות ה' איז אין אייך. 22 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט צוּ משיחס תּלמידים: סע וועלן קוּמען טעג, ווען איר וועט בּאַגערן צוּ זען יוֹם אחד מימות בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח], און איר וועט אים נישט זען. 23 און מע וועט צוּ אייך זאָגן: הנה אָט דאָרט! אדער הנה אָט דאָ! גייט נישט אַהין, און לויפט זיי נישט נאָך. 24 מחמת פּונקט אַזוי ווי דער בּליץ שייַנט אויף אין איין עק שָמַיִם און בּאַלייַכט דעם אַנדערן עק שָמַיִם, אַזוי וועט דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] זיין אין טאָג זיינעם. 25 אָבּער קוֹדם כל מוּז ער א סך ליידן, און פאַרוואָרפן ווערן פוּן דעם דאָזיקן דוֹר [זען ישעיהו 8-53:3]. 26 און ווי עס איז געווען אין ימות נֹחַן, אַזוי וועט עס אויך זיין אין ימות המשיח, ימות הבַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח]. 27 זיי האָבּן געגעסן, און געטרוּנקען, חַתוּנה געהאַט און חַתוּנה געמאַכט, בּיזן יוֹם ווען נֹחַ איז אַרייַנגעגאַנגען אין דער תֵּיבה אַריין, און דער מַבּול איז געקוּמען, און האָט זיי כל פאַרטיליקט [זען בראשית 9:17-6:1]. 28 פונקט ווי עס איז געווען אין די טעג פוּן לוֹטן: זיי האָבּן געגעסן, און געטרוּנקען, זיי האָבּן געקויפט, און פאַרקויפט, זיי האָבּן געפלאַנצט, און געבּויט; 29 אָבּער אין דעם יוֹם, ווען לוֹט איז אַרויסגעגאַנגען פוּן סדוֹם, האָט עס גערעגנט מיט אֵש און גָפְרִית פוּן שָמַיִם, און האָט זיי כל פאַרטיליקט [בראשית 26-19:24]; 30 טאקע אַזוי וועט עס זיין אין דעם יוֹם, ווען דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] וועט אַנטפּלעקט ווערן. 31 אין יענעם יוֹם זאָל דער, וואָס איז אויפן דאָך און זיינע כֵּלים זענען אין בֵּית, נישט אַראָפּגיין זיי אַוועקצוּנעמען; און זאָל דער, וואָס איז אין שָׂדֶה, זיך נישט אוּמקערן צוּריק. 32 געדענקט לוֹטס אִשָה! 33 ווער עס וועט זוכן צו דערהאלטן זיין נֶפֶש, דער וועט עס פאַרלירן; און ווער עס וועט עס פאַרלירן, דער וועט עס זיין נֶפֶש דערהאלטן. 34 איך זאָג אייך, אין לַיְלָה הזה וועלן 2 זיין אויף איין בּעט; דער איינער וועט אַוועקגענוּמען ווערן, און דער אַנדערער וועט איבּערגעלאָזט ווערן. 35 2 נָשים וועלן מאָלן צוּזאַמען; איינע וועט אַוועקגענוּמען ווערן, און די אַנדערע וועט איבּערגעלאָזט ווערן. 36 2 וועלן זיין אין שָׂדֶה; איינער וועט אַוועקגענוּמען ווערן, און דער אַנדערער וועט איבּערגעלאָזט ווערן. 37 און זיי האָבּן צוּ אים געזאָגט: וואוּ, אָדוֹן? און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: אַוואוּ ס'איז די נבֵלה, דאָרט וועלן זיך די נשרים פאַרזאַמלען.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 16
Top of Page
Top of Page