Luke 18
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס18

יח און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאגט א משל צו זיי, אַז זיי מוזן תָּמיד דאווענען , און נישט מיד ווערן. 2 און רבי מֵלך המשיח האָט געזאָגט: אין א געוויסער שטעטל איז געווען אַ שוֹפט, וואָס האָט נישט מוֹרא געהאַט פאַר ה', און נישט געשוינט קיין בּני אדם. 3 און אין יענער שטעטל איז געווען אַן אַלמָנה, וואָס איז אָפט געקוּמען צוּ אים, און האָט געזאָגט: נעם זיך אָן פאַר מיר קעגן מיין איש ריב. 4 און אַ צייַטלאנג ער האָט נישט געוואַלט; דערנאָר אבּער האָט ער געזאָגט צו זיך אליין: הגם איך האָבּ נישט מורא פאַר ה', און שוין נישט קיין בּני אדם, 5 דאָך, ווייל די דאָזיקע אַלמָנה איז מיך מַטרִיחַ, וועל איך איר פארשאפן גערעכטיקייט, כדי זי זאל נישט סוף כל סוף קומען מיך שלאָגן אין פּנים אריין. 6 און רבי מֵלך המשיח הָאָדוֹן האָט געזאָגט: הערט וואָס דער אוּמגערעכטער שוֹפט זאָגט! 7 און צי וועט דען ה' נישט יעשה משפּט פאר זיינע בּחירים, וואָס רוּפן צוּ אים יומם ולַיְלָה, אפילו ווען ער איז געדוּלדיק מיט זיי? 8 איך זאָג אייך, אַז ער וועט זיי אינגיכ פאַרשאפן גערעכטיקייט! דאָך ווען דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] יָבוֹא, צי וועט ער דען געפינען די אֶמוּנה אויף הארץ? 9 און ער האָט אויך געזאָגט דאָס דאָזיקע מָשל צוּ עטלעכע, וואָס זענען געווען סומך אויף זיך אליין, אַז זיי זענען צַדיקים [זען פיל' 3:9; ישעיהו 64:6], און כל אַנדערע האָבּן זיי געמאַכט צוּ גאָרנישט: 10 2 מענטשן זענען אַרויפגעגאַנגען אין דעם בֵּית-המִקדש אַריין דאווענען ; איינער אַ פּרוּש און דער אַנדערער אַ מוֹכס. 11 דער פּרוּש איז געשטאַנען לבדּו און ער איז דאווענען : בָּרוּך ה', איך מוֹדֶה דיר, וואָס איך בּין נישט ווי די איבּעריקע מענטשן: גּזלנים, רשעים, נוֹאַפים, אַדער אַפילו ווי דער דאָזיקער מוֹכס. 12 איך פאַסט 2 מאָל אין דער וואָך, און גיבּ מַעשׂר פוּן כל, וואָס איך קריג. 13 אָבּער דער מוֹכס איז געשטאַנען פוּנדערווייַטנס, און האָט אפילו נישט געוואָלט אויפהייבּן זיינע אויגן צוּם שָמַיִם, נייערט האָט זיך געשלאָגן אויף זיין לבֵ, און געזאָגט: ה', רַחֵם נָא עָלַי, אַ בּעל עבֵירה! 14 איך זאָג אייך, דער דאָזיקער איז אַראָפּגעגאנגען אהיים נִצְדָּק מער ווי יענער; מחמת יעדער בן אדם, וואָס דערהייכט זיך אַליין, וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער סע דערנידעריקט זיך אַליין, דער וועט דערהייכט ווערן. 15 און מען האָט אויך געבּראַכט צוּ רבי מֵלך המשיח ילדים, כּדי ער זאָל זיי אָנרירן; און אַז די תַּלמידים האָבּן דאָס געזען, האָבּן אָנגעשריגן אויף זיי. 16 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי צוּגערוּפן צוּ זיך, און געזאָגט: לאָזט די ילדים קוּמען צוּ מיר, און פאַרווערט זיי נישט; ווייל צוּ אַזעלכע געהערט דאָס מַלכות ה'. 17 אָמֵן, איך זאָג אייך, ווער סע וועט נישט מקַבּל זיין דאָס מַלכות ה' ווי אַ יֶלֶד, דער וועט בּאֵין-אוֹפן נישט אַרייַנקוּמען אַהין [זען יוחנן 3:5; קורא 6:11]. 18 און אַ געוויסער שַׂר האָט אים געפרעגט, אַזוי צוּ זאָגן: רֶבּי הטוב, וואָס זאָל איך טאָן, כּדי צוּ יַרשענען חַיֵּי עוֹלם? 19 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: פאַרוואָס רוּפסטוּ מיך טוב? קיינער איז נישט טוֹב, אַחוּץ ה' אַליין [זען רומ' 5:12; מרק' 37-12:35]. 20 דוּ קענסט די מִצוות: לֹא תִנְאַף, לֹא תִרְצַח, לֹא תִגְנֹב, לֹא תַעֲנֶה בְרֵעֲךָ עֵד שָקֶר, כַבֵד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶךָ [שמות 13-20:12; דברים 18-5:16] 21 און ער האָט געזאָגט: אין דאָס כל האָבּ איך האב שוין פרום און שומר מצוות פוּן מיין יוּגנט אָן. 22 ווי אבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געהערט, האָט ער צוּ אים געזאָגט: נאָך איין זאָך פעלט דיר: פאַרקויף כל וואָס דוּ האָסט און אויסטייל עס צו עֲנִיִּים, און דוּ וועסט האָבּן אַן אוֹצר אין שָמַיִם; און קוּם, און גיי מיר נאָך. 23 און אַז ער האָט דאָס געהערט, איז ער געוואָרן התעצב עצב רב אין עגמת נפש; מחמת עשיר איז געווען עד מאֹד. 24 און רבי מֵלך המָשיחַ געזען זיין עגמת נפש, און געזאָגט: אָ, ווי שווער עס איז פאַר בעלי נכסים אריינצוגיין אין דעם מַלכות ה' [זען יוחנן 3:5; קורא 6:11]! 25 עס איז לייַכטער פאַר אַ קעמל דוּרכצוּגיין דוּרך דעם לעכל (קוּף) פון א נאָדל (מחט), ווי פאַר אַן עוֹשר אריינצוגיין אין דעם מַלכות ה'. 26 און די, וואָס האָבּן דאָס געהערט, האָבּן געזאָגט: טאָ ווער קען קומען צו ישועת אלוקינו? 27 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: דאָס, וואָס איז בּיי בְּנֵי אָדָם נישט מעגלעך, איז מעגלעך בּיי ה'. 28 און כֵּיפָא האָט געזאָגט: הִנֵּה, מיר האָבּן געלאָזן אוּנדזער אייגנס, און זענען דיר נאָכגעפאָלגט. 29 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: אָמֵן, איך זאָג אייך, נישטאָ קיינער, וואָס האָט פאַרלאָזן בֵּית, אָדער אִשָה, אָדער אחים, אָדער הוֹרים, אָדער יְלָדים צוּליבּ דעם מַלכות ה', 30 אַז ער זאָל נישט בּאָקוּמען כֶּפֶל כִּפלַיִם אין דעם עוֹלם הזה, און אין דעם עוֹלם הבא, חַיֵּי עוֹלם. 31 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גענוּמען צוּ זיך די 12 אין אַ יחידות, און האָט צוּ זיי געזאָגט: הִנֵּה, מיר גייען אַרויף קיין ירוּשָלַיִם, און אַלצדינג, וואָס איז געשריבּן געוואָרן דוּרך די נבִיאים וועגן דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] וועט מקוּים ווערן [זען ישעיהו 12-53:1]. 32 מחמת ער וועט איבּערגעענטפערט ווערן צוּ די גויים, און וועט אויסגעשפּעט, און פאַרשעמט, און בּאַשפּיגן ווערן [ישעיהו 50:6]. 33 און זיי ווילן אים געבּן מלקות, און אים טייטן; און דעם 3טער יוֹם וועט ער ווידער אויפשטיין [תהלים 16:10; ישעיהו 10-53:8; הושע 6:2]. 34 און זיי האָבּן נישט פאַרשטאַנען קיין זאַך פון די דאָזיקע; און דאָס דאָזיקע דָּבָר איז געווען פאַרהוילן פוּן זיי, און זיי האָבּן נישט געוואוסט וואָס עס איז צוּ זיי געזאָגט געוואָרן. 35 און עס איז געווען, ווען רבי מֵלך המשיח האָט זיך דערנענטערט צוּ ירִיחוֹ, איז איינער אַ בּלינדער געזעסן בּיים דֶּרֶךְ, און האָט געבּעטלט. 36 און אַז ער האָט געהערט דאָס המון מענטשן פאַרבּייַגיין, האָט ער זיך געפרעגט, וואָס דאָס בּאַטייַט. 37 און מען האָט אים געזאָגט, אַז יהושע/ישוע פוּן נָצְרַת גייט פאַרבּיי. 38 און ער האָט געשריגן: יהושע/ישוע בֶּן-דָוִד [זען לוקס 3:31], האָבּ רחמנות אויף מיר! 39 און די, וואָס זענען געגאַנגען פאָרויס, האָבּן אָנגעשריגן אויף אים, אַז ער זאָל שווייגן. אָבּער ער האָט נאָך העכער געשריגן: בֶּן-דָוִד [זען לוקס 3:31], האָבּ רחמנות אויף מיר! 40 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אָפּגעשטעלט, און האָט בּאַפוילן מען זאָל אים בּרענגען צוּ רבי; און אַז ער האָט זיך דערנענטערט, האָט רבי מֵלך המשיח אים געפרעגט: 41 וואָס ווילסטוּ אַז איך זאָל טאָן פאַר דיר? און ער האָט געזאָגט: אֲדוֹנִי, אַז איך זאָל קענען קריגן מיין ראִיה. 42 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: רְאֵה! דיין אֶמוּנה הוֹשִיעָה אוֹתְךָ [בראשית 15:6; חבקוק 2:4; רומ' 5:1]. 43 און ער האָט תֵיכּף בּאַקוּמען זיין ראִיה, און איז רבי מֵלך המשיח נאָכגעגאַנגען, און האָט געזאגט בּרוּך ה', און דאָס כל העם, וואס זענען עֵדֵי רְאִיָּה, האָבּן אָפּגעגעבּן אַ בּרוּך ה'.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 17
Top of Page
Top of Page