Luke 19
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס19

יט און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרייַנגעקוּמען און איז דוּרכגעגאַנגען דוּרך ירִיחוֹ. 2 און הנה איז דאָרטן געווען אַ בן אדם שמו זִכָּי, וואָס איז געווען פוּן די ראָשי-הַמוֹכסים, און ער איז געווען אַן עוֹשר. 3 און ער האָט בּאַגערט צוּ זען רבי מֵלך המָשיחַ, ווער ער איז, און האָט עס נישט געקענט צוּליבּ דעם המון מענטשן, מחמת ער איז געווען קליין אין וואוּקס. 4 און ער איז געלאַפן פארויס, און האָט אַרויפגעקלעטערט אויף אַ עֵץ שקמָה, כּדי רבי מֵלך המשיח צוּ זען; מחמת ער האָט בּאַדאַרפט פאַרבּייַגיין יענעם דֶּרֶךְ. 5 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען צוּ דעם פּלאַץ, האָט רבי מֵלך המָשיחַ אַרויפגעקוּקט, און צוּ אים געזאָגט: זַכָּי, קוּם אַראָפּ! שנעל! ווייל הַיּוֹם מוּז איך אייַנשטיין אין דיין בֵּית. 6 און ער איז שנעל אַרוּנטערגעקוּמען, און האָט אים אויפגענוּמען [קבלת מלכות] מיט שִׂמְחָה. 7 און אַז זיי האַבּן דאָס געזען, האַבּן זיי כל געמוּרמלט: צוּ אַ בּעל עבֵירה איז ער אַרייַנגעגאַנגען להתאכסן! 8 און זַכָּי האָט זיך אויפגעשטעלע, און געזאָגט צוּ רבי מֵלך המשיח הָאָדוֹן: הִנֵּה, אֲדוֹנִי, די העלפט פוּן מיין פאַרמעגן גיבּ איך לָעֲנִיִּים; און אויבּ איך האַבּ פוּן עמיצן עפּעס בּאַגזלט, גיבּ איך אים אָפּ ארבּעתים. 9 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: הַיּוֹם איז געקוּמען ישוּעת אלוקינו אויף דעם דאָזיקן בֵּית, ווייל ער איז אויך אַ בֶּן-אַברָהם. 10 ווייל דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] איז געקוּמען זוּכן און צו ראטעווען דאָס, וואָס איז געווען פאַרלוירן. 11 און ווען זיי האַבּן דאָס געהערט, האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיי ווידער דערציילט אַ מָשל, מחמת ער איז געווען נאַענט צו ירוּשָלַיִם, און זיי האַבּן געמיינט, אַז מִיָּד תִּגָּלֶה מלכות ה'. 12 רבי מֵלך המָשיחַ האָט דערפאר געזאָגט: איינער אַן אייֵדלמאַן איז אָוועק אין אן ארץ רחוֹקה אַריין, צוּ נעמען פאַר זיך סמכות למלוכה, און זיך אוּמצוּקערן. 13 און ער האָט גערוּפן 10 פוּן זיינע עבדים, און האָט זיי געגעבּן 10 מָנִים, און צוּ זיי געזאָגט: סַחֲרוּ עד בּוֹאִי. 14 אָבּער זיינע שטאָטלייט האַבּן אים פיינט געהאַט, און האַבּן נאַכגעשיקט נאָך אים שלוּחים, אַזוי צוּ זאָגן: מיר ווילן נישט, אַז דער דאָזיקער זאָל קעניגן איבּער אוּנדז. 15 און עס איז געווען, ווען ער איז צוריקגעקומען, נאָך דעם ווי ער האט גענומען דאס מלוּכה, האָט ער געהייסן רופן די דאזיקע עבדים זיינע צו זיך, וועמען ער האָט געגעבּן דאָס געלט, כּדי אויסצוּגעפינען וואָס איטלעכער האָט פאַרדינט אין זיין מִסחר. 16 און דער 1טער איז געקוּמען פאַר אים, און האָט געזאָגט: אֲדוֹנִי, דיין מָנֶה האָט אַרייַנגעבּראַכט נאָך 10 מָנִים. 17 און ער האָט צוּ אים געזאָגט: יָפֶה, עֶבֶד טוֹב! ווייל דוּ בּיסט געווען געטריי איבּער ווייניק, זאַלסטוּ האַבּן שַלִּיט איבּער 10 עָרִים. 18 און דער 2טער איז געקוּמען, און האָט געזאָגט: דיין מָנֶה, אֲדוֹנִי, האָט אַרייַנגעבּראַכט 5 מָנִים. 19 און ער האָט אויך צוּ אים געזאָגט: און דו זאָלסט זיין איבּער 5 עָרִים. 20 און אַן אַנדערער איז געקוּמען, און האָט געזאָגט: אֲדוֹנִי, הנה איז דיין מָנֶה, וואָס איך האָבּ געהאַט בּאַהאַלטן אין אַ טיכל; 21 מחמת איך האָבּ פחד געהאַט פאַר דיר, מחמת דוּ בּיסט אַ מחמיר מענטש; דוּ נעמסט, וואָס דוּ האָסט נישט אַנידערגעלייגט, און שנייַדסט דאָס, וואָס דוּ האָסט נישט געזייֵט. 22 האָט ער צוּ אים געזאָגט: לויט דיין אייגן מויל וועל איך דיך מִשפּטן, דוּ עֶבֶד רָשָע! דוּ האָסט געוואוּסט, אַז איך בּין אַ מחמיר מענטש, אַז איך נעם, וואָס איך האָבּ נישט אַנידערגעלייגט, און שנייד, וואָס איך האָבּ נישט געזייֵט. 23 טאָ פאַרוואָס האָסטוּ נישט אַרייַנגעגעבּן מיין געלט אין דער בּאַנק, און בּיי מיין בוֹא, וואָלט איך עס בּאַקוּמען מיט פּראָצענט? 24 און ער האָט געזאָגט צוּ די, וואָס זענען געשטאַנען דערבּיי : נעמט אוועק פון אים די מָנֶה, און גיט עס דעם, וואָס האָט די 10 מָנִים. 25 און זיי האָבּן צוּ אים געזאָגט: אֲדוֹנִי, ער האָט שון 10 מָנִים! 26 איך זאָג אייך, דער, וואָס האָט, דעם וועט געגעבּן ווערן; פוּן דעם אָבּער, וואָס האָט נישט, וועט אפילו אוועקגענומען ווערן דאָס, וואָס ער האָט יאָ. 27 און יענע, שׂוֹנאים מיינע, וואָס האָבּן אפגעזאגט מיר די קבלת מלכות [זען חוּרבָּן בּית שני], בּרענגט זיי אַהער און דערהרגעט זיי פאַר מיינע אויגן. 28 און אַזוי ווי רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געזאָגט, איז ער געגאַנגען פאַרייס, און האָט עליה-לרגל געווען קיין ירוּשָלַיִם. 29 און עס איז געווען, ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך דערנענטערט קיין בֵּית-פַּגֵי און בֵּית-עניה, בּיים הָר וואָס הייסט הַר-הַזֵיתים, האָט ער געשיקט 2 פוּן משיחס תַּלמידים, 30 און געזאָגט: גייט אין שטעטל אַריין אַנטקעגנאיבּער אייך, און ווען איר וועט אַרייַנקוּמען, וועט איר געפינען אַן עַיִר [זען זכריה 9:9] אָנגעבּונדן, אויף ווילכן קיינער איז נאָך נישט געזעסן; בּינדט עס אָפּ, און בּרענגט עס אַהער. 31 און אויבּ עמיצער וועט אייך פרעגן: פאַרוואָס בּינדט איר עס אָפּ? זאָלט איר אַזוי זאָגן : הָאָדוֹן דאַרף עס האָבּן! 32 און די שלִיחים זענען געגאַנגען, און האָבּן געפוּנען טאקע ווי ער האָט צוּ זיי געזאָגט. 33 און ווען זיי האָבּן אָפּגעבּוּנדן דאָס עַיִר [זען זכריה 9:9], האָבּן זיינע בַּעֲלֵי-בּתים צוּ זיי געזאָגט: פאַרוואָס בּינדט איר אָפּ דאָס עַיִר? 34 און זיי האָבּן געזאָגט: הָאָדוֹן דארף עס האָבּן. 35 און זיי האָבּן עס געבּראַכט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ, און האָבּן אַרויפגעוואָרפן זייערע בעקעטשעס אויף דעם עַיִר [זען זכריה 9:9], און האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ אַרויפגעזעצט דערויף. 36 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז געגאַנגען, האָבּן זיי אויסגעשפּרייט זייערע מַלבּוּשים אויפן דֶּרֶךְ [זען מלב 9:13]. 37 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך שוין דערנענטערט צוּם אַראָפּגאַנג פוּן דעם הַר-הַזֵיתים, האָט דער כל עוֹלם תַּלמידים אָנגעהויבּן פריידיק זיך און זיי האבן געזאגט בּרוּך ה' מיט אַ הויך קוֹל פאַר כל גבורות, וואָס זיי האָבּן געזען [עֵדֵי רְאִיָּה], 38 און האָבּן געזאָגט: בָּרוּך הַבָּא בְּשֵם ה' ! שָלום בַּשָמַיִם, און כָּבוֹד בּמרוֹמים [זען תהלים 118:26] ! 39 און עטלעכע פוּן די פּרוּשים פוּן צווישן דעם המון האַבּן צוּ אים געזאַט: רֶבּי, שריי אַן אויף דיינע תּלמידים. 40 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט: איך זאָג אייך, אַז אויבּ די דאַזיקע וועלן שווייגן, וועלן די אבנים שרייען. 41 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך דערנענטערט, האָט ער געזען די עיר [פון ירושלים], און האָט זיך צעוויינט איבּער איר, 42 און געזאָגט: הַלוואי וואָלטסטוּ געוואוּסט אין היוֹם הזה, וואָס האט א שייכות צוּ דיין שָלום [זען רומ' 5:1]! איצט איז דאָס אָבּער פאַרהוילן פוּן דיינע אויגן. 43 מחמת סע וועלן קוּמען אויף דיר יוֹם, ווען דיינע שׂוֹנאים וועלן אויפשטעלן מצרות אַרוּם דיר, און דיך אַרוּמרינגלען, און דיך בּאַלאַגערן פוּן כל זייטן; 44 און וועלן דיך שמעטערן צוּ הארץ, און דיינע בּנים צווישן דיר, און נישט לאָזן אין דיר איין שטיין אויפן אַנדערן; מחמת דוּ האָסט נישט דערקענט די מוֹעֵד פּקֻדָּת. 45 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית-המִקדש אַריין, און האָט אָנגעהויבּן ארויסצוטרייבּן די, וואָס האַבּן פאַרקויפט, 46 און האָט צוּ זיי געזאָגט: סע שטייט געשריבּן: בֵיתִי בֵית־תְפִלָה יִהְיֶה, אָבּער איר האָט עס געמאַכט אַ מְעָרַת פָּרִצִים [זען ישעיהו 56:7; ירמיהו 7:11]. 47 און רבי מֵלך המשיח האָט געזאגט שעורים יוֹם יוֹם אין דעם בֵּית-המִקדש. און די ראָשי-כֹּהַנים, און די סוֹפרים [רַבָּנִים], און די רָאשֵי הָעָם האַבּן געזוּכט אים אוּמצוּבּרענגען. 48 און זיי האַבּן נישט געוואוּסט וואָס צוּ טאָן, מחמת דאָס כל העם האָט זיך צוגעהערט צו אים מיט גרויסער ערנסטקייט.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 18
Top of Page
Top of Page