Luke 20
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס20

כ און עס איז געווען אין איינעם פוּן די טעג, ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאגט שעורים צו הָעָם אין דעם בֵּית-המִקדש, און האָט דרשנסט די בּשׂוּרת הגאוּלָה, האַבּן צוּ אים גענעענט די ראָשי-כֹּהַנים און די סוֹפרים [רַבָּנִים] מיט די זקֵנים, 2 און זיי האַבּן צוּ אים געזאָגט: זאָג אוּנדז מיט וועמעס סמכוּת טוּסטוּ דאָס כל, אָדער ווער האָט דיר געגעבּן דאָס דאַזיקע סמכוּת? 3 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: איך וויל אייך אויך פרעגן אַ קַשיא; נוּ, זאָגט מיר: 4 די מקוה טבִילה פוּן יוֹחָנָן, איז זי געווען פוּן שָמַיִם, אָדער פוּן בְּנֵי אָדָם? 5 און זיי האַבּן עס איבּערגעלייגט צווישן זיך, און געזאָגט: אויבּ מיר וועלן זאָגן: פוּן שָמַיִם, וועט ער זאָגן: פאַרוואַס האָט איר אים נישט געגלויבּט? 6 וועלן מיר אָבּער זאָגן: פוּן בְּנֵי אָדָם, וועט אוּנדז דאָס כל העם פאַרשטיינען; מחמת עס איז בּטוח, אַז יוֹחָנָן איז געווען אַ נָביא. 7 און זיי האַבּן געענטפערט, אַז זיי ווייסן נישט פוּנוואַנען. 8 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: אויבּ אַזוי, וועל איך אייך אויך נישט זאָגן מיט וועמעס סמכות איך טוּ דאָס. 9 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אָנגעהויבּן רעדן צוּם עם ישׂראל דאָס דאַזיקע מָשל: אַ בן אדם האָט געפלאַנצט אַ כֶּרֶם, און האָט אים פאַרדינגען צוּ כּוֹרְמִים, און איז אַוועק אין אַן אַנדער לאַנד אַריין אויף אַ לאַנגער צייט [זען ישעיהו 7-5:1]. 10 און ווען עס איז דער עֵת בָּצִיר, האָט ער געשיקט צוּ די כּוֹרְמִים אַן עֶבֶד, אַז זיי זאַלן אים געבּן פוּן די פֵּירות פוּן דעם כֶּרֶם; אָבּער די כּוֹרְמִים האָבּן אים געשלאָגן, און אים אַוועקגעשיקט מיט גאָרנישט. 11 און ער האָט געשיקט אַן אַנדערן עֶבֶד; און אויך אים האָבּן זיי געשלאָגן, און האָבּן אים מבַזה געווען, און אים אַוועקגעשיקט מיט גאָרנישט. 12 און ער האָט געשיקט נאָך אַ 3טער; און אים האָבּן זיי צענִיזוקט, און אַרויסגעוואָרפן. 13 און הָאָדוֹן הכֶּרֶם האָט געזאָגט: וואָס זאָל איך טאָן? איך וועל שיקן בְּנִי אַהוּבִי; אֶפשר וועלן זיי אים שוינען. 14 אָבּער ווען די כּוֹרְמִים האָבּן אים דערזען, האָבּן זיי זיך איבּערגעלייגט איינער מיט דעם אַנדערן, און געזאָגט: דאָס איז דער בְּכוֹר; לאָמיר אים הַרגענען, כּדי די בּכוֹרָה [דברי הימים ב 21:3] זאָל זיין אוּנדזערע. 15 און זיי האָבּן אים אַרויסגעוואָרפן דעם כֶּרֶם, און האָבּן אים געהַרגעט. על-כּן, וואָס וועט הָאָדוֹן הכֶּרֶם טאָן צוּ זיי? 16 ער וועט קוּמען און ישמיד די כּוֹרְמִים, און דעם כֶּרֶם געבּן צוּ אַנדערע. און אַז זיי האָבּן דאָס געהערט, האָבּן זיי געזאָגט: חַס-ושָלוֹם! 17 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויף זיי געקוּקט, און געזאָגט: וואָס דען מיינט דאָס, וואָס סע שטייט געשריבּן: אֶבֶן מָאֲסוּ הַבּוֹנִים הָיְתָה לְרֹאש פִנָה [תהלים 118:22]. 18 יעדער בן אדם, וואָס וועט פאַלן אויף יענעם שטיין, וועט זיך זיין דקק [דניאל 2:34] ; אָבּער אויף וועמען ער וועט פאַלן, דעם וועט ער מאכן שבר [ישעיהו 15-8:14]. 19 און אין יענער שָעה די סוֹפרים [רַבָּנִים] און די ראָשי-כֹּהַנים האָבּן געזוכט צו לייגן אויף אים אַ האַנט, אָבּער זיי האָבּן פחד געהאַט פאַר העם; מחמת זיי האָבּן איינגעזעען, אַז רבּי מֵלך המשיח האט געזאגט דאָס דאָזיקע מָשל אויף זיי. 20 און זיי האָבּן אים נאָכגעקוּקט, און האָבּן געשיקט מרגלים, וואָס האָבּן זיך פאַרשטעלט פאַר צדיקים, כּדי רבי מֵלך המָשיחַ צוּ כאַפּן בּיי זיינע דבר, און אים איבּערענטפערן צוּ דער סמכות און שיפּוט פוּן דעם פּראָקוּראַטאָר. 21 און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ געפרעגט: רֶבּי, מיר ווייסן, אַז דוּ רעדסט און לערנסט תּוֹרה ריכטיק, און בּיסט נישט נוֹשׂא-פָּנים, נייערט לערנסט אָמֵן דעם דֶּרֶךְ ה'. 22 מעגן מיר געבּן שטייער צום קסר, אָדער נישט? 23 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט דערקענט זייער עָרְמָה [בראשית 3:1], און האָט צוּ זיי געזאָגט: 24 וויזט מיר אַ דִינָר. וועמעס דמות און אויפשריפט איז דאָס? און זיי האָבּן געזאָגט: דעם קסרס. 25 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: גיט דעריבּער דעם קסר דאָס, וואָס איז דעם קסרס, און צוּ ה' דאָס, וואָס געהערט צו ה'. 26 און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ נישט געקענט כאַפּן מיט קיין דָּבָר פאַר העם; און זיי זענען פאַרחִידושט געוואָרן פוּן זיין ענטפער, און האָבּן געשוויגן. 27 און סע האָבּן גענעענט עטלעכע פוּן די צדוּקים, וואָס זאָגן, אַז ס'איז נישטאָ קיין תּחִיַת-הַמֵתים, און זיי האָבּן אים געפרעגט, 28 אַזוי צוּ זאָגן: רֶבּי, מֹשה [רבינו] האָט אוּנדז פירגעשריבּן, אַז אויבּ איינעמס אָח וועט שטאַרבּן, וואָס האָט אַן אִשָה, און קיין בָּנִים האָט ער נישט, זאָל זיין אָח נעמען דאָס אִשָה, און אויפשטעלן זֶרַע פאַר אחיו [דברים 6-25:5]. 29 און אָט זענען געווען 7 אַחִים; און דער 1טער האָט גענוּמען אַן אִשָה, און איז נִפְטָר, און קיין בּנים האָט ער נישט געהאַט; 30 און דער 2טער 31 און דער 3טער האָבּן זי גענוּמען, און אַזוי האָבּן אויך די 7 נישט געלאָזט קיין בּנים, און זענען נִפְטָר. 32 צוּלעצט איז אויך די אִשָּה נִפְטָר. 33 דעריבּער, בּיי תּחִיַת-הַמֵתים, וועמעס אִשָה וועט זי זיין? מחמת די 7 האָבּן זי געהאַט פאַר אַן אִשָה. 34 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: די בְּנֵי הָעוֹלָם הַזֶּה האָבּן חַתוּנה, און מע מאַכט זיי חַתוּנה; 35 אָבּער די, וואָס זענען זוֹכה צוּ עוֹלם-הַבּא און תּחִיַת-הַמֵתים, האָבּן נישט חַתוּנה, און מע מאַכט זיי נישט חַתוּנה; 36 ווייל זיי קענען מער נישט שטאַרבּן, און זיי זענען גלייך צוּ די מַלאָכים, און זענען בְּנֵי האלוקים, ווייל זיי זענען בְּנֵי הַתְּהִיָּה. 37 און אַז המּתים וועלן אויפשטיין, האָט אַפילו מֹשה מרַמֵז געווען בּיים סנֶה, ווען ער רוּפט ה' דעם אלוקים פוּן אַברָהם, און דעם אלוקים פוּן יִצחָק, און דעם אלוקים פוּן יַעקב [שמות 3:6]. 38 און ה' איז נישט דער אלוקֵי הַמֵּתִים, נייערט אלוקֵי הַחַיִּים, מחמת כל לעבּן פאַר ה'. 39 און עטלעכע פוּן די סוֹפרים [רַבָּנִים] האָבּן געענטפערט: רֶבּי, יָפֶה דִּבַּרְתָּ! 40 ווייל זיי האָבּן זיך מער נישט אונטערגעשטעלט, אים עפּעס צוּ פרעגן. 41 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: ווי אזוי זאגט מען, אז דער מלך המָשיחַ איז [נאָר] דָוִדס זוּן? 42 מחמת דָוִד אַליין האָט געזאָגט אין דעם סֵפר תּהִלים: נְאֻם ה' לַאדֹנִי : שֵב לִימִינִי 43 עַד־אָשִית אֹיְבֶיךָ הֲדֹם לְרַגְלֶיךָ [תהלים 110:1]. 44 און אויבּ דָוִד רוּפט אים אֲדוֹן, זשע איז ער זיין זוּן? [זען דניאל 14-7:13; מלאכי 3:1] 45 און ווען דאָס כל העם האָט זיך צוּגעהערט, האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט צוּ משיחס תַּלמידים: 46 הִזָּהֲרוּ פאַר די סוֹפרים [רַבָּנִים], וואָס האָבּן ליבּ צוּ גיין אין לאַנגע זייַדענע קאַפטן און טַלֵיתים, און האָבּן ליבּ מע זאָל זיי אָפּגעבּן שָלום אין די מאַרקפּלעצער, און די ערשטע ערטער אין די שוּלן, און דעם מקומות נכבּדים אויף סעוּדות; 47 זיי פארצערן די בָּתִים פוּן אַלמָנות, און פאר אן אויסרייד דאַווענען זיי לאַנג; זיי וועלן בּאקומען משפט ה' מיט דִּינָם חָמוּר יוֹתֵר.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 19
Top of Page
Top of Page