Luke 21
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס21

כא און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אַרוּמגעקוּקט, און האָט געזען ווי די עשירים וואָרפן אַריין זייערע נדָבות אין דעם תֵּבַת הָאוֹצָר; 2 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויך געזען ווי אַן אָרעמע אַלמַנה האָט אַהין אַרייַנגעוואָרפן 2 פרוּטות. 3 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: בּאמת, איך זאָג אייך, די דאָזיקע אָרעמע אַלמָנה האָט מער אַרייַנגעוואָרפן ווי זיי אלע; 4 מחמת זיי אלע האָבּן אריינגעווארפן צו די נדבות פון דעם, וואָס זיי האָבּן געהאַט איבּעריק, אָבּער זי האָט פוּן איר נויט אַרייַנגעוואָרפן איר מחיה. 5 און ווען עטלעכע האָבּן גערעדט פוּן בֵּית-הַמִקדש, אַז עס איז בּאַשייַנט מיט הערלעכע שטיינער און מיט מַתָּנות, האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: 6 וואָס שַייך די דאָזיקע זאָכן, וואָס איר זעט, וועלן קוּמען טעג, וואָס אין זיי וועט דאָ נישט בּלייבּן אַ שטיין אויף אַ שטיין, וואָס וועט נישט אַראָפּגעוואָרפן ווערן. 7 און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ געפרעגט: רֶבּי, ווען וועט דאָס זיין? און וואָס וועט זיין דער אוֹת, ווען דאָס וועט געשען? 8 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: זעט, אַז מע זאָל אייך נישט פאַרפירן, מחמת רבים וועלן קוּמען אין מיין נאָמען [רבי מֵלך המשיח], און זאָגן: אני הוא! און: די צייט האָט גענעענט! גייט זיי נישט נאָך. 9 און ווען איר וועט הערן פוּן מִלחָמות און מהוּמות, זאָלט איר זיך נישט שרעקן; מחמת דאָס מוּז קוֹדם כל געשען; אָבּער לֹא הַקֵּץ מֹיָּד יָבוֹא. 10 דאַן האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: אוּמה וועט אויפשטיין קעגן אוּמה, און ממלכה קעגן ממלכה; 11 און סע וועלן זיין רעידות אדמה גדולות, און אין פאַרשידענע ערטער רָעָב און דֶבֶר, און סע וועלן זיין שרעקן און גרויסע מֹפתים פוּן שָמַיִם. 12 אָבּער קוֹדם-כָּל וועלן זיי לייגן זייערע הענט אויף אייך, און אייך רוֹדֶפן, און אייך איבּערענטפערן צוּ די שוּלן און בּתי כֶּלֶא, און אייך בּרענגען פאַר מלָכים און מוֹשלים פוּן מיין נאָמענוועגן. 13 דאָס וועט אויספאלן פאר אייך צום עדות-זאָגן. 14 על-כּן, נעמט דאָס אייך צוּם לבָבוֹת, נישט צוּ דאַגהן [מיט לֵב רֹגֵז] פאָרויס וויאַזוי צוּ ענטפערן; 15 מחמת איך וועל אייך געבּן אַ מויל און חָכמה, וואָס כל אייערע מתנגדים וועלן נישט קענען אנטקייגנשטעלן אָדער ווידערשפּרעכן. 16 איר וועט אַפילו איבּערגעענטפערט ווערן פוּן הוֹרים, און אַחִים, און קרוֹבים, און חברים; און טייל פוּן אייך וועלן זיי טייטן. 17 און איר וועט זיין פאַרהאַסט פוּן כל אדם למען שמי [רבי מֵלך המשיח יהושע/ישוע]. 18 און קיין האָר פוּן אייער קאָפּ וועט נישט פאַרלוירן ווערן. 19 דוּרך אייער סבלנות וועט איר געווינען אייערע נפשות. 20 און ווען איר וועט זען ירוּשָלַיִם אַרוּמגערינגלט מיט מַחֲנוֹת, זאָלט איר וויסן, אַז איר חוּרבּן איז נאָענט. 21 יעמאָלט זאָלן די, וואָס זענען אין יהוּדה, אַנטרינען אין די הרים; און די, וואָס זענען אין איר מיט, זאָלן אַרויסגיין, און די, וואָס זענען אויפן לאנד, זאָלן נישט אריינגיין אין איר. 22 מחמת דאָס זענען יָמים פוּן נָקָם, כּדי אַלצדינג, וואָס סע שטייט געשריבּן, זאָל ממַלא ווערן. 23 וויי איז צוּ די, וואָס זענען מעוּבֶרֶת, און וואָס גיבּן צוּ זייגן אין יענע טעג! מחמת סע וועט זיין צָרה גדוֹלָה אין הָאָרֶץ און קֶצֶף אויף העם הזה. 24 און זיי וועלן פאַלן דוּרך דער שאַרף פוּן דער חֶרֶב, און וועלן געפירט ווערן געפאַנגען צווישן כל אוּמות אין גלות; און ירוּשָלַיִם וועט צעטרעטן ווערן פוּן די גויים בּיז די צייטן פוּן די גויים וועלן דערפילט ווערן [זען מלחמת ששת הימים 1967, נקֻדּת-מִפְנֶה פון יהוּדִי התחדשות, זען לוקס 31-21:29]. 25 און סע וועלן זיין מֹפתים אין דער שֶמֶש, און לבָנה, און כּוכבים, און אויף הארץ צָרות אויף גויים, און מבוּכה פאַר דעם בּרויזן פוּן יַם און די כוואַליעס; 26 בּן אָדָם וועלן לבּוֹ נָפַל בּקרבּו פאַר פחד און דערוואַרטוּנג פוּן דעם, וואָס דאַרף קוּמען אויף דער וועלט; מחמת די כּוֹחות פוּן שָמַיִם וועלן דערשיטערט ווערן. 27 און יעמאָלט וועלן זיי זען דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] בָּא אויף עָנָן מיט גבוּרָה און מיט כָּבוד רַב [דניאל 14-7:13]. 28 און ווען די דאָזיקע זאַכן וועלן אָנהייבּן געשען, זאָלט איר זיך אויפריכטן און אויפהייבּן אייערע קעפּ, מחמת אייער גאוּלה דערנענטערט זיך. 29 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי דערציילט אַ מָשל: קוּקט אויף דעם פייַגנבּוים [זען ישראל, הושע 9:10; לוקס 9-13:6], און אויף כל בּיימער; 30 ווען העץ איז פּוֹרֵחַ, זעט איר עס און איר ווייסט פוּן זיך אַליין, אַז דער זוּמער איז שוֹין נאָענט. 31 אַזוי אויך איר, ווען איר וועט דאָס כל זען געשען, זאָלט איר וויסן, אַז דאָס מַלכות ה' איז נאָענט. 32 אָמֵן, איך זאָג אייך, דער דאָזיקער דוֹר וועט נישט פאַרגיין, בּיז דאָס כל וועט געשען. 33 שָמַיִם און הארץ וועלן פאַרגיין, אָבּער מיינע דבָרים וועלן קיינמאָל נישט פאַרגיין. 34 אָבּער השמרו לכם, טאָמער וועלן אייערע לְבָבוֹת בּאַשווערט ווערן מיט איבּערעסן זיך, און שִיכּרות, און מיט דַאגות פוּן דעם דאָזיקן לעבּן, און יוֹם ההוא וועט פּתאֹם [מלאכי 3:1] קוּמען אויף אייך 35 ווי אַ פַּח; מחמת אַזוי וועט ער קוּמען אויף כל, וואָס וואוינען אויף דעם פָּנים פוּן דער כל הארץ. 36 דערפאר זייט שומר אין יעדער צייט, און דאווענען , אַז איר זאָלט זיך קענען אנטרינען די דאזיקע אלע זאכן, וואָס דארפן געשען, און צוּ שטיין פאַר דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח]. 37 און בּייטאָג האָט רבי מֵלך המָשיחַ האט געזאגט שעורים אין דעם בֵּית-הַמִקדש, און בּיינאַכט איז ער אַרויסגעגאַנגען, און האָט איבּערגענעכטיקט אויפן הָר, וואָס הייסט הַר-הַזֵתים. 38 און דאָס כל העם איז געקומען צוּ אים אינדערפרי אין דעם בֵּית-הַמִקדש, כּדי אים צוּ הערן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 20
Top of Page
Top of Page