Luke 22
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
לוקס22

כב פּסח, חג המצות, האָט גענעענט. 2 און די ראָשי-כֹּהַנים און די סוֹפרים [רַבָּנִים] האָבּן געזוּכט וויאַזוי אים אוּמצוּבּרענגען; מחמת זיי האָבּן מורא געהאַט פאַר העם. 3 און הַשָׂטן איז אַריין אין יהוּדהן, וואָס איז גערוּפן געוואָרן אִיש קרִיוֹת, וואָס איז געווען פוּן דער צאָל פוּן די 12; 4 און ער איז אַוועקגעגאַנגען, און זיך אָפּגערעדט מיט די ראָשי-הַכֹּהֲנים און הקצינים, וויאַזוי ער זאָל אים קענען איבּערגעבּן צוּ זיי. 5 און זיי האָבּן זיך געפרייט, און האָבּן אָפּגעמאַכט צוּ געבּן אים געלט [זען זכריה 11:12]. 6 און ער האָט מַסכּים געווען, און האָט געזוּכט אַ געלעגנהייט אים איבּערצוּגעבּן צוּ זיי, נישט אין די אויגן פוּן דעם הָמוֹן. 7 און סע איז געקוּמען דער יוֹם פוּן חַג-הַמַצות, וואָס אין עס מוּז זיין לזבֹּח דעם קָרבּן-פֵּסַח [זען ישעיהו 53:7]. 8 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געשיקט כֵּיפָא און יוֹחָנָן, און האָט געזאָגט: גייט און גרייט אָן פאַר אוּנדז דעם סֵדר, כּדי מיר זאָלן עסן. 9 און זיי האָבּן צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: וואוּ ווילסטוּ, אַז מיר זאָלן אים אָנגרייטן? 10 און האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: הִנֵּה, ווען איר וועט אַרייַנקוּמען אין דער עיר אַריין, וועט אייך בּאַגעגענען אַ מאַן, וואָס טראָגט אַ כַּד מַיִם; גייט אים נאָך אין דעם בֵּית אַריין, וואוּ ער וועט אַרייַנגיין. 11 און איר זאָלט זאָגן צוּ דעם בַּעל-הַבָּית: כֹּה זאָגן דיר רַבֵּנוּ : וואוּ איז דאָס גאַסט-ציִמער, וואוּ איך וועל האלטן דעם סֵדר מיט מיינע תּלמידים? 12 און ער וועט אייך ווייזן אַן עֲלִיָּה גְדוֹלָה [מלב 4:10], אַ פאַרטיק אָנגעגרייטע; דאָרטן זאָלט איר אָנגרייטן. 13 און זיי זענען געגאַנגען, און האָבּן געפוּנען אַזוי ווי רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט; און זיי האָבּן אָנגעגרייט דעם סֵדר. 14 און אַז די שָעה האָט גענעענט, האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיך געזעצט צוּם טיש, און משיחס שלִיחים מיט אים. 15 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: מיט בּאַגער האָבּ איך בּאַגערט צוּ האלטן מיט אייך דעם דאָזיקן סֵדר [מָשִיחַס סעוּדה], איידער איך טוּ ליידן; 16 מחמת איך זאָג אייך, איך וועל עס מער נישט האלטן, בּיז עס וועט ממַלא ווערן אין דעם מַלכות ה'. 17 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גענוּמען אַ כּוֹס, און אַז ער האָט בּרָכה געמאַכט, האָט ער געזאָגט: נעמט דעם דאָזיקע, און צעטיילט עס צווישן זיך; 18 מחמת איך זאָג אייך, איך וועל מער נישט טרינקען פוּן דער פרי-הגפן, בּיז סע וועט קוּמען דאָס מַלכות ה'. 19 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גענוּמען מַצה, און האָט בּרָכה געמאַכט, און זי צעבּראָכן און געגעבּן צוּ זיי, און געזאָגט: דאָס איז מיין בָּשָׂר [שמות 9-12:8; ישעיהו 53:7], וואָס ווערט געגעבּן לְמַעַן אייך; זֹאת עֲשׂוּ לְזִכְרִי. 20 און אויף אַזאַ אוֹפן דעם כּוֹס נאָך דער סעוּדה, אַזוי צוּ זאָגן: דער דאָזיקער כּוֹס איז דער [ירמיהו 34-31:30] בְּרִית חֲדָשָה אין מיין דָּם [ישעיהו 53:7], וואָס ווערט פאַרגאָסן פאַר אייך. 21 דאָך הנה, די האַנט פוּן דעם, וואס פארראט מיך, איז מיט מיר אויפן טיש. 22 יאָ אָמֵן, דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] גייט טאקע, ווי סע איז בּאַשטימט געוואָרן; אָבּער וויי צוּ יענעם מענטשן, דוּרך וועמען ער ווערט פאַרראָטן! 23 און זיי האָבּן אָנגעהויבּן צוּ פרעגן איינס דאס אנדערע, ווער קען עס זיין דער, וואָס וועט דאס דאזיקע טאָן. 24 און סע איז אויך געקומען צו אַ מַחלוֹקה צווישן זיי, ווער פוּן זיי זאל האלטן ווערן פאַר דעם גרעסטן. 25 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: די מלָכים פוּן די גויים הערשן איבּער זיי; און די, וואָס האָבּן שלִיטה איבּער זיי, ווערן גערוּפן דורשי טובתנו! 26 איר אָבּער זאָלט נישט זיין אַזוי; נייערט דער גָדוֹל צווישן אייך, זאָל ווערן ווי דער צעיר, און דער מנהיג, ווי דער משרת. 27 מחמת ווער איז הגּדוֹל, דער וואָס זיצט בּיים טיש, אָדער דער, וואָס בּאַדינט? צי איז נישט דער, וואָס זיצט בּיים טיש? אָבּער איך בּין אין אייער מיט ווי דער משרת. 28 און איר זענט די, וואָס זענען פארבּליבּן מיט מיר אין מיינע נִסיוֹנות; 29 און איך בּאַשטים פאַר אייך אַ מלכוּת, ווי אלוקים אבי האָט בּאַשטימט פאַר מיר, 30 כּדי איר זאָלט עסן און טרינקען בּיי מיין טיש [מָשִיחַס טיש] אין מיין מַלכות, און זיצן אויף טראָנען און מִשפּטן די 12 שבָטים פוּן יִשׂרָאל. 31 שִמעוֹן, שִמעוֹן, הִנֵּה, הַשָׂטן האָט זיך אויסגעבּעטן צוּ קריגן דיר, כּדי אייך צוּ קענען זיפּן ווי חִטָּה [זען איוב 12-1:6; עמוס 9:9]; 32 אָבּער איך האָבּ דאווענען , אַז דיין אֶמוּנה זאָל זיך נישט אויסלאָזן; און דוּ, ווען דוּ וועסט האבּן תּשוּבה טאָן, זאָלסטוּ שטאַרקן דיינע אַחִים [במשיח]. 33 און ער [כֵּיפָא] האָט צוּ אים געזאָגט: אֲדוֹנִי, איך בּין גרייט צוּ גיין מיט דיר אין בֵּית הַסֹּהַר, און אַפילו צוּם מָוֶת על קִדּוּש השם. 34 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: איך זאָג דיר, כֵּיפָא, דער תרנגוֹל וועט היינט נישט קרייֵען, בּיז דוּ האסט 3 מאָל לייקענען, אַז דוּ קענסט מיך [מאכן הכחשה פון מיר לפני בּני האדם]. 35 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: ווען איך האָבּ אייך אַרויסגעשיקט אָן אַ געלטבּייטל, און תרמִיל, און נעלים, האָט אייך עפּעס געפעלט? האָבּן זיי געזאָגט: גאָרנישט. 36 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: איצט אָבּער, דער, וואָס האָט אַ געלטבּייטל, לאָז ער אים נעמען, און אַזוי אויך דעם תרמִיל. און דער, וואָס האָט נישט קיין חֶרֶב, זאָל פאַרקויפן זיין בּעקעטשע, און זיך אים קויפן. 37 מחמת איך זאָג אייך, אַז דאָס, וואָס סע שטייט געשריבּן, מוּז אין מיר ממַלא ווערן: וְאֶת פוֹשְעִים נִמְנָה, און ער איז געציילט געוואָרן מיט פאַרבּרעכער [זען ישעיהו 53:12]; ווייל דאָס, וואָס איז נוֹגֵע מיר, האָט [איצט] אַ סוֹף. 38 און זיי האָבּן געזאָגט: אֲדוֹנֵנוּ, הִנֵּה, דאָ זענען 2 חרָבוֹת; און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: דאָס איז גענוּג. 39 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרויסגעגאנגען, און איז אוועק, ווי זיין מִנהג איז געווען, צוּם הַר-הַזֵיתים; און משיחס תַּלמידים זענען אים אויך נאָכגעגאַנגען. 40 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען אויפן פּלאַץ, האָט ער צוּ זיי געזאָגט: זייט דאווענען , אַז איר זאָלט נישט קוּמען צוּ קיין נסָיון. 41 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך פָּרַש פוּן זיי מֶרְחָק פון יִדּוּי אֶבֶן, און איז געפאַלן כּוֹרעים, און ער האָט דאווענען , 42 אַזוי צוּ זאָגן: [אלוקים] אֲבִי, אויבּ דוּ ווילסט, נעם אוועק פוּן מיר דעם דאָזיקן כּוֹס; דאָך נישט מיין רָצון, נייערט דיינער זאָל געשען. 43 און אַ מַלאָךְ פוּן שָמַיִם האָט זיך צוּ אים בּאַוויזן, וְחִזֵק אים. 44 און זייענדיק אין אנגסט, האָט רבי מֵלך המָשיחַ מיט מער כַּווָנה דאווענען ; און זיין שווייס איז געוואָרן ווי גרויסע טראָפּנס פון דָּם, וואָס זענען אַראָפּגעפאַלן אויף הארץ. 45 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ איז אויפגעשטאַנען פוּן זיין דאַווענענדיק , איז ער געקוּמען צוּ משיחס תַּלמידים, און האָט זיי געפוּנען שלאָפן פוּן צַער, 46 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: פאַרוואָס שלאָפט איר? שטייט אויף און זייט דאווענען אַז איר זאָלט נישט קוּמען צוּ קיין נסָיון. 47 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט נאָך געדעדט, הִנֵּה איז אָנגעקוּמען אַ קהל אנשים, און יענער פוּן די 12, וואָס האָט געהייסן יהוּדה, איז געגאָנגען פאַרואָס פאַר זיי. און ער האָט גענעענט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ, אים צוּ קוּשן; 48 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: יהוּדה, בִּנְשִיקָה אַתָּה מוֹסֵר אֶת בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח]? 49 און ווען די, וואָס זענען געווען אַרוּם אים, האָבּן געזען וואָס דאָ וועט ווערן, האָבּן זיי געזאָגט: אֲדוֹנֵנוּ, זאָלן מיר שלאָגן מיט דער חֶרֶב? 50 און איינער פוּן זיי האָט געשלאָגן דעם עֶבֶד פון כֹּהן-גָדוֹל, און האָט אים אָפּגעהאַקט זיין רעכטן אויער. אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: גענוּג, לאָזט אָפּ! און ער האָט בּאַרירט זיין אויער, און האָט אים געהיילט. 52 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט צוּ די ראָשי-כֹּהַנים און קצינים פוּן דעם בֵּית-הַמִקדש שומרים, און צוּ די זקֵנים, וואָס זענען געקוּמען קעגן אים: זענט איר אַרויסגעקוּמען ווי קעגן אַ שוֹדֵד, מיט חרָבוֹת און מקלוֹת? 53 ווען איך בּין מיט אייך געווען טאָג-טעגלעך אין בֵּית-הַמִקדש, האָט איר נישט אויסגעשטרעקט קיין האַנט קעגן מיר. אָבּער דאָס איז אייער שָעה, און די שִלטוֹן פוּן דער חֹשֶךְ [סטרא אחרא]. 54 און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ גענוּמען, און האָבּן אים אַוועקגעפירט, און אים געבּראַכט אין דעם בֵּית פון כֹּהן-גָדוֹל אַריין. און כֵּיפָא איז נאָכגעגאַנגען פוּן דער ווייַטנס; 55 און אַז זיי האָבּן אָנגעצוּנדן אַ הדלקה אינמיטן הויף, און זיך אַנידערגעזעצט צוּזאַמען, האָט זיך כֵּיפָא אַנידערגעזעצט צווישן זיי. 56 און איינע אַ שפחה האָט אים געזען זיצן בּיים אֵש, און האָט אויף אים שאַרף געקוּקט, און געזאָגט: אויך דער מאַן איז געווען מיט אים! 57 אָבּער ער האָט געלייקנט, און געזאָגט: אִשה, איך קען אים נישט! 58 און אַ בּיסל שפּעטער האָט אים אַן אַנדערער געזען, און געזאָגט: דוּ בּיסט אויך איינער פוּן זיי. אָבּער כֵּיפָא האָט געזאָגט: בן אדם, איך בּין עס נישט. 59 און עפּעס אין אַ שָעה אַרוּם האָט אַן אַנדערער פאַרזיכערט, און געזאָגט: אָמֵן, אויך ער איז געווען מיט אים, מחמת ער איז אַ גָלִלער. 60 אָבּער כֵּיפָא האָט געזאָגט: בן אדם, איך ווייס נישט וואָס דוּ זאַגסט. און תֵיכּף, ווען ער האָט נאָך גערעדט, האָט דער תרנגוֹל געקרייֵט. 61 און הָאָדוֹן האָט זיך אויסגעדרייט, און האָט געקוּקט אויף כֵּיפָא. און כֵּיפָא האָט זיך דערמאָנט דאָס דָּבָר פוּן הָאָדוֹן, ווי ער האָט צוּ אים געזאָגט: איידער דער תרנגוֹל וועט היינט קרייֵען, וועסטוּ מיך 3 מאַל פאַרלייקענען [מאכן הכחשה לפני בּני האדם]. 62 און ער איז אַרויסגעגאַנגען אינדרויסן, און האָט זיך בּיטער צעוויינט. 63 און די בְּנֵי אָדָם, וואָס האָבּן געהאַלטן רבי מֵלך המָשיחַ, האָבּן פוּן אים אָפּגעשפּעט און אים געשלאָגן. 64 און זיי האָבּן אים פאַרדעקט די אויגן, און אים געפרעגט: זאָג נבִיאות, ווער איז דער, וואָס האָט דיך געשלאָגן? 65 און נאָך רבים אַנדערע זאַכן האָבּן זיי גערעדט קעגן אים, און אים געלעסטערט [גִּדּוּף]. 66 און ווי נאַר עס איז געוואָרן אוֹר היוֹם, האָבּן זיך פאַרזאַמלט די זקֵנים פוּן העם [יִשׂרָאֵל], אינאיינעם מיט די ראָשי-כֹּהַנים און סוֹפרים [רַבָּנִים]; און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ אַוועקגעפירט אין זייער סַנהֶדרין, און האָבּן געזאָגט: 67 אויבּ דוּ בּיסט דער רבי מֵלך המָשיחַ, זאָג עס אוּנדז. אָבּער ער האָט צוּ זיי געזאָגט: אויבּ איך וועל אייך זאָגן, וועט איר נישט גלויבּן; 68 און אויבּ איך וועל אייך פרעגן, וועט איר נישט ענטפערן. 69 אָבּער פוּן איצט אָן וועט דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13,משיח] זיצן בּיי דער רעכטער האַנט פוּן גבורה פון ה' [תהלים 110:1]. 70 און זיי האָבּן כל געזאָגט: צי בּיסטוּ דען דער זוּן פון דער אויבּערשטער? האָט ער צוּ זיי געזאָגט: איר זאָגט עס, אַז אֲנִי הוּא. 71 און זיי האָבּן געזאָגט: וואָס דאַרפן מיר נאָך אַן עדות-זאָגן? מחמת מיר האָבּן עס אַליין געהערט פוּן זיין אייגן מויל.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Luke 21
Top of Page
Top of Page