John 9
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן9

ט און ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז פאַרבּייַגעגאַנגען, האָט ער געזען אַ בֶּן אָדָם, וואָס איז געווען בּלינד פוּן זיין געבּוּרט אָן. 2 און משיחס תַּלמידים האָבּן אים געפרעגט: רֶבּי, ווער האָט געזינדיקט, דער דאָזיקער בן אדם, אָדער זיינע הוֹרים, אַז ער איז געבּוירן געוואָרן בּלינד? 3 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט: נישט ער האָט געזינדיקט, און נישט זיינע הוֹרים, נאָר כּדי די פְּעֻלּוֹת פון ה' זאָלן אין אים אַנטפּלעקט ווערן. 4 מיר מוּזן טאָן די פְּעֻלּוֹת פוּן אים, וואָס האָט מיך געשיקט, כל-זמן עס איז יוֹם; סע קוּמט אָן די לַיְלָה [זען פּסח 3793], ווען קיינער קען נישט אַרבּעטן. 5 בּשעת איך בּין אין דער עוֹלם הַזֶּה, אֲנִי הוּא דאָס אוֹר הָעוֹלָם. 6 ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געזאָגט, האָט ער אויסגעשפּיגן אויף דער ערד, און געמאַכט אַ ליים [טִיט] פוּן דעם רֹק, און האָט אים בּאַשמירט די אויגן מיט דעם ליים [טִיט], 7 און צוּ אים געזאָגט: גיי, וואַש דיך אין דעם טייך שִילוֹחַ, וואָס איז טייַטש: געשיקט. ער איז דעריבּער אוועקגעגאַנגען, און האָט זיך געוואַשן, און איז צוּריקגעקוּמען זעענדיק [זען מלכים בּ 5:14]. 8 און די שכֵנים, און די, וואָס האָבּן אים פריער געזען, ווען ער איז געווען אַ בּעטלער, האָבּן געזאָגט: צי איז דאָס נישט דער, וואָס איז געזעסן און האָט געבּעטלט? 9 אַנדערע האָבּן געזאָגט: ער איז עס; אַנדערע האָבּן געזאָגט: לֹא, נאָר ער איז ענלעך צוּ אים. און יענער האָט געזאָגט: איך בּין עס. 10 האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: וויאַזוי זשע זענען דיינע אויגן געעפנט געוואָרן? 11 יענער האָט געענטפערט: דער מענטש, שמוֹ יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11], האָט געמאַכט ליים [טִיט], און האָט בּאַשמירט מיינע אויגן, און האָט צוּ מיר געזאָגט: גיי צוּם שִילוֹחַ, און וואַש דיך; און איך בּין געגאַנגען און האָבּ מיך געוואַשן, און איך האָבּ געקריגן מיין ראִיה. 12 האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: וואוּ איז ער? זאָגט ער: איך ווייס נישט. 13 און זיי האָבּן געבּראַכט צוּ די פרושים דעם, וואָס איז פריער געווען בּלינד. 14 און עס איז געווען שַבּת אין יענעם יוֹם, ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געמאַכט דאָס ליים [טִיט], און אים געעפנט זיינע אויגן. 15 דעריבּער האָבּן אויך די פרושים אים ווידער געפרעגט, וויאַזוי ער האָט געקריגן זיין ראִיה. און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: ער האָט אַרויפגעלייגט ליים [טִיט] אויף מיינע אויגן, און איך האָבּ מיך געוואַשן, און איך זע. 16 און עטלעכע פוּן די פּרוּשים האָבּן געזאָגט: דער דאָזיקער בן אדם איז נישט פוּן ה', ווייל אֵינוֹ שוֹמֵר שַבּת [מְחַלֵּל שבּת]. נאָר אַנדערע האָבּן געזאָגט: וויאַזוי קען אַ מענטש, וואָס איז אַ חוֹטֵא, טאָן אַזעלכע נִסים? און סע זענען געווען צווישן זיי מחלוקה [זען מתי 36-10:34]. 17 און זיי האָבּן נאָכאַמאָל געזאָגט צוּם עִוֵּר [בּלינדן]: וואָס זאָגסטוּ פוּנוועגן אים אַז ער האָט דיר געעפנט דיינע אויגן? ער אָבּער האָט געזאָגט : ער איז אַ נָביא. 18 אָבּער די אנשי יהודה האַבּן נישט געוואָלט גלויבּן וועגן אים, אַז ער איז געווען בּלינד, און האָט געקריגן זיין ראִיה, בּיז זיי האָבּן גערוּפן די הוֹרים פוּן דעם, וואָס האָט געקריגן זיין ראִיה, 19 און האָבּן זיי געפרעגט: צי איז דאָס אייער זוּן, וואָס איר זאָגט, אַז ער איז געבּוירן געוואָרן בּלינד? וויאַזוי זשע זַעַט ער איצט? 20 און זיינע הוֹרים האָבּן געענטפערט: מיר ווייסן, אַז דאָס איז בְּנֵנוּ, און אַז ער איז געבּוירן געוואָרן בּלינד; 21 נאָר וויאַזוי ער זעט איצט, ווייסן מיר נישט; אָדער ווער סע האָט אים געעפנט זיינע אויגן, ווייסן מיר נישט. פרעגט אים; ער איז שוֹין אַ [בר מצוה] בַּר-דַעת בוגר דערוואַקסענער, ער וועט רעדן פאַר זיך אַליין. 22 דאָס האָבּן זיינע הוֹרים געזאָגט, מחמת זיי האָבּן מורא געהאַט פאַר די אנשי יהודה, מחמת אנשי יהודה האָבּן שוֹין געהאַט אָפּגעמאַכט אַז ווען עמיצער וועט אים יוֹדֶה כִּי הוּא רבי מֵלך המשיח , זאָל ער געלייגט ווערן אַז איינער גֹּרֵש פון בּית הכּנסת [קָהל שול חרם פאַרבּאָט]. 23 דערפאר האָבּן זיינע הוֹרים געזאָגט: ער איז אַ [בר מצוה] בּר-דַעת דערוואַקסענער, פרעגט אים! 24 און זיי האָבּן גערוּפן אַ צווייט מאָל דעם בן אדם, וואָס איז געווען בּלינד, און האָבּן צוּ אים געזאָגט: גיבּ אָפּ כָּבוד צוּ ה'; מיר ווייסן, אַז דער דאָזיקער בן אדם איז אַ חוטא. 25 האָט יענער געענטפערט: צי ער איז אַ בּעל עבירה, ווייס איך נישט; איין זאָך ווייס איך יאָ, אַז איך בּין געווען בּלינד, און איצט זע איך. 26 זיי האָבּן דעריבּער צוּ אים געזאָגט: וואָס האָט ער דיר געטאָן? וויאַזוי האָט ער געעפנט דיינע אויגן? 27 האָט ער זיי געענטפערט: איך האָבּ דאָך אייך שוֹין געזאָגט, און איר האָט זיך נישט צוגעהערט; פארוואס ווילט איר נאָכאַמאָל הערן? צי ווילט איר אויך ווערן זיינע תַּלמידים? 28 און זיי האָבּן אים געזידלט, און געזאָגט: דוּ בּיסט יענעמס תַּלמיד; מיר אָבּער זענען מֹשהס תַּלמידים [זען דברים 19-18:15]. 29 מיר ווייסן, אַז ה' האָט גערעדט צוּ מֹשהן; נאָר וואָס שַייך דעם דאָזיקן בן אדם, ווייסן מיר נישט פוּנוואַנען ער איז. 30 האָט דער מענטש געענטפערט: אין דעם איז דאָס חִידוש, אַז איר ווייסט נישט פוּנוואַנען ער איז, און ער האָט מיר געעפנט מיינע אויגן; 31 מיר ווייסן, אַז ה' טוּט נישט הערן קיין בּעלי עבֵירה; נאָר אויבּ איינער איז אַ יָרא-שמַיִם, און טוּט זיין רָצון [יוחא 5:14], דעם דאָזיקן הערט ער יאָ; 32 פון אייבּיק אָן איז עס נישט געהערט געוואָרן, אַז עמיצער זאָל האָבּן געעפנט די אויגן פוּן אַ בּלינד געבּוירענעם; 33 אויבּ דער דאָזיקער וואָלט נישט געווען פוּן ה', וואָלט ער גאָרנישט געקענט טאָן! 34 האָבּן זיי געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: דוּ בּיסט אינגאַנצן געבּוירן געוואָרן בְּעָווֹן [זען תהלים 51:7], און דו לערנען תּוֹרה צו אוּנדז און זיי האָבּן אים אַרויסגעוואָרפן [קָהל שול חרם פאַרבּאָט]. 35 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געהערט, אַז זיי האָבּן אים אַרויסגעוואָרפן; און ער האָט אים געפוּנען, און געזאָגט: צי גלויבּסטוּ אין דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח]? 36 האָט ער געענטפערט, און געזאָגט: און ווער איז עס, אֲדוֹנִי, אַז איך זאָל גלויבּן אין אים? 37 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים געזאָגט: דוּ האָסט אים געזען, און דער, וואס רעדט מיט דיר, איז ער. 38 און האָט ער געזאָגט: אֲדוֹנִי, איך גלויבּ! און האָט זיך אנידערגעפאלן פאַר אים. 39 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: צום מִשפּט בּין איך געקוּמען אין העולם הזה אַריין, כּדי די, וואָס זעען נישט, זאָלן זעען, און כּדי די, וואָס זעען, זאָלן ווערן בּלינד. 40 און אייניקע פוּן די פּרוּשים, וואָס זענען געווען מיט אים, האָבּן דאָס געהערט, און זיי האָבּן געזאָגט צוּ אים: צי זענען מיר אויך בּלינד? 41 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: אִלוּ הֱיִיתֶם עִוְרִים לֹא הָיָה בָּכֶם עבירה. אֲבָל כָּעֵת, בְּאָמְרְכֶם מיר זעען, עוֹמֶדֶת אייער עבירה.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
John 8
Top of Page
Top of Page