John 8
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן8

ח און רבי מֵלך המָשיחַ איז געגאַנגען צוּ דעם הַר-הַזֵיתים. 2 אָבּער בַּבֹּקֶר איז רבי מֵלך המָשיחַ ווידער געקוּמען אין דעם בֵּית-הַמִקדש אַריין, און דאָס כל עוֹלם איז געקוּמען צוּ אים; און רבי מֵלך המשיח האָט זיך אַנידערגעזעצט, און האָט זיי געלערנט תּוֹרה. 3 און די סוֹפרים [רַבָּנִים] און די פּרוּשים האָבּן געבּרענגט אַן אִשָּה, וואָס מען האָט זי געכאַפּט אין דער מעשה פון זנוּת; און זיי האָבּן זי אנידערשטעלנדיק אין דער מיט, 4 האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, די דאָזיקע אִשה איז געכאַפּט געוואָרן אין זנוּת, בּשעת מַעשׂה. 5 און אין דער תּוֹרה האָט אוּנדז מֹשה [רבינו] געבּאָטן אַזוינע צוּ פאַרשטיינען [ויקרא 20:10; דברים 22:22]; וואָס זאָגסטוּ דערצוּ? 6 און דאָס האָבּן זיי געזאָגט, אים צוּ פּרוּאוון, כּדי זיי זאָלן עפּעס האָבּן וועגן וואָס אים צוּ פאַרקלאָגן. אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אראָפּגעבּויגן, און געשריבּן מיטן פינגער אויף דער ערד. 7 און ווי זיי האָבּן אָנגעהאלטן מיט זייער פרעגן אים, האָט ער זיך אויפגעשטעלט, און צוּ זיי געזאָגט: דער פון אייך, וואָס איז אָן אַן עבירה, זאָל זיין דער ערשטער צוּ וואָריפן אויף איר אַ שטיין. 8 און ווידער האָט ער זיך איַינגעבּויגן, און געשריבּן אויף דער ערד. 9 און אַז זיי האָבּן דאָס געהערט, זענען זיי אַרויסגעגאַנגען איינער נאָכן אַנדערן, אָנהייבּנדיק פוּן די זקנים בּיז צו די לעצטן; און רבי מֵלך המָשיחַ איז געבּליבּן אַליין, און די אִשָּה איז געשטאַנען אין דער מיט. 10 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אויפגעשטעלט, און האָט צוּ איר געזאָגט: אִשה, וואוּ זענען זיי? האָט דיך קיינער נישט פאַרמִשפּט? 11 און זי האָט געזאָגט: קיינער נישט, אָדוֹנִי. האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ איר געזאָגט: אויך איך פאַרמִשפּט דיך נישט; גיי, און פוּן איצט אָן זינדיק נישט מער. 12 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי ווידער גערעדט, אַזוי צוּ זאָגן: אֲנִי הוּא דאָס אוֹר הָעוֹלָם; דער, וואָס גייט מיר נאָך, וועט קיינמאָל נישט גיין אין דער חֹשֶךְ, נייערט וועט האָבּן דאָס אוֹר הַחַיים. 13 די פּרוּשים האָבּן דעריבּער צוּ אים געזאָגט : דוּ זאָגסט עֵדות פוּנוועגן דיר אַליין; דיין עֵדות-זאָגן איז נישט אֶמת. 14 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: און ווען אַפילו איך זאָג עֵדות וועגן מיר אַליין, איז דאָך מיין עֵדות-זאָגן אֶמת; ווייל איך ווייס פוּנוואַנען איך בּין געקוּמען, און וואוּהין איך גיי; איר אָבּער ווייסט נישט פוּנוואַנען איך קוּם, אָדער וואוּהין איך גיי. 15 איר טוּט מִשפּטן לויט דעם פלייש; איך מִשפּט קיינעם נישט. 16 און אויבּ אַפילו איך יאָ מִשפּטן, איז מיין מִשפּט אֶמת; ווייל איך בּין נישט אַליין, נאָר איך און דער אלוקים הָאָב, וואָס האָט מיך געשיקט. 17 און אפילו אין דער תּוֹרה אייערער שטייט געשריבּן, אַז דאָס עֵדות-זאָגן פוּן 2 אנשים איז אֶמת [דברים 19:15]. 18 איך זאָג עֵדות פוּנוועגן מיר אַליין, און דער אלוקים הָאָב, וואָס האָט מיך געשיקט, זאָגט אויך עֵדות פוּנוועגן מיר. 19 זיי האָבּן דעריבּער צוּ אים געזאָגט: וואוּ איז דיין אָב? און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט: איר קענט נישט מיך, און נישט מיין אלוקים הָאָב; אויבּ איר וואָלט מיך געקענט, וואָלט איר אויך געקענט מיין אלוקים הָאָב. 20 די דאָזיקע דברים האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט אין דער בּית האוצר, ווען ער האָט געזאגט שעורים אין דעם בֵּית-הַמִקדש; און קיינער האָט אים נישט געכאַפּט, ווייל זיין שָעה איז נאָך נישט געהאַט געקוּמען. 21 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט ווידער צוּ זיי געזאָגט: איך גיי אַוועק, און איר וועט מיך זוּכן; אָבּער איר וועט שטאַרבּן אין אייערע זינד; וואוּהין איך גיי, קענט איר נישט קוּמען. 22 האָבּן די אנשי יהודה דעריבּער געזאָגט: וויל ער זיך אֶפשר טייטן, ווייל ער זאָגט: וואוּהין איך גיי, קענט איר נישט קוּמען? 23 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: איר זענט פוּן אוּנטן, איך בּין פוּן אויבּן; איר זענט פוּן דער עולם הזה; איך בּין נישט פוּן דער וועלט. 24 דערפאַר האָבּ איך צוּ אייך געזאָגט, אַז איר וועט שטאַרבּן אין אייערע זינד. 25 ווייל אחוץ איר וועט גלויבּן, אַז אֲני הוּא, וועט איר שטאַרבּן אין אייערע זינד. דעריבּער האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: ווער בּיסטוּ? און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: טאַקע דער, וואָס איך האָבּ אייך געזאָגט פוּן אָנהייבּ אָן. 26 איך האָבּ א סך צוּ זאָגן פוּנוועגן אייך, און צוּ מִשפּטן; אָבּער דער, וואָס האָט מיך געשיקט, איז אֶמת. און דאָס, וואָס איך האָבּ פוּן אים געהערט, דאָס רעד איך צוּ דער וועלט. 27 נאָר זיי האָבּן נישט פאַרשטאַנען, אַז רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי גערעדט פוּן דעם אלוקים הָאָב. 28 רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאַן געזאָגט: ווען איר וועט האָבּן אויפהויבּן דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח], דעמלט וועט איר וויסן, אַז אֲנִי הוּא, און אַז איך טוּ גאָרנישט פוּן מיר אַליין, נאָר ווי דער אלוקים הָאָב האָט מיך געלערנט, אַזוי רעד איך דאָס. 29 און דער, וואָס האָט מיך געשיקט, איז מיט מיר; ער האָט מיך נישט איבּערגעלאָזט אַליין; ווייל איך טוּ תָּמיד דאָס, וואָס פאַר אים איז וואוילגעפעליק. 30 ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געזאָגט, האָבּן אַ סך געגלויבּט אין אים. 31 רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאַן געזאָגט צוּ יענע ייִדן, וואָס האָבּן אין אים געגלויבּט: אויבּ איר וועט בּלייבּן אין מיין דָּבָר, זענט איר בּאמת מיינע תּלמידים; 32 און איר וועט דערקענען דעם אֶמת, און דער אֶמת וועט אייך מאַכן פריי. 33 האָבּן זיי אים געענטפערט: מיר זענען זֶרַע אַברָהם, און זענען קיינמאָל נישט געווען פאַרקנעכט צוּ קיין מענטשן; וויאַזוי זשע זאָגסטוּ : איר וועט ווערן פריי? 34 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געענטפערט: אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך: יעדער בן אדם, וואָס בּאַגייט זינד, איז דער עֶבֶד פוּן זינד. 35 און דער עֶבֶד פאַרבּלייַבּט נישט אין דעם בֵּית לְעוֹלָם; דער זוּן [זוּן פוּן דער אויבּערשטער] פאַרבּלייַבּט לְעוֹלָם. 36 דעריבּער, אויבּ דער זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער] וועט אייך מאַכן פריי, וועט איר בּאמת זיין פריי. 37 איך ווייס, אַז איר זענט זֶרַע אַברָהם; נאָר איר זוּכט מיך צוּ טייטן, ווייל מיין דָּבָר געפינט נישט קיין פּלאַץ אין אייך. 38 איך רעד דאָס, וואָס איך האָבּ געזען בּיי מיין אלוקים אֲבִי, און איר טוּט אויך דאָס, וואָס איר האָט געהערט בּיי אייער אָב. 39 און זיי האָבּן געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: אַברָהם איז אָבִינוּ. זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי: אויבּ איר זענט בְּנֵי אַברהם, איר וואָלט געטאָן די מַעשׂים פוּן אַברָהם. 40 אָבּער איר זוּכט מיך איצט צוּ טייטן, אַ מענטשן, וואָס האָט אייך געזאָגט דעם אֶמת, וועלכן איך האָבּ געהערט פוּן ה'; דאָס דאזיקע האָט אַברָהם נישט געטאָן. 41 איר טוּט די מַעשׂים פוּן אייער אָב. האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: מיר זענען נישט געבּוירן געוואָרן דוּרך זנוּת; מיר האָבּן איין אָב, ה'. 42 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: אויבּ ה' וואָלט געווען אייער אָב, וואָלט איר מיך ליבּ געהאַט, ווייל איך בּין אַרויסגעגאנגען און בּין געקוּמען פוּן ה'; ווייל נישט פוּן מיר אַליין בּין איך געקוּמען, נאָר ער האָט מיך געשיקט. 43 פאַרוואָס פארשטייט איר נישט מיין דָּבָר? ווייל איר קאָנט נישט הערן מיין דָּבָר. 44 איר זענט פוּן אייער אָב, הָשָׂטן, און די תַּאוות פוּן אייער אָב - דאָס איז אייער רָצון צוּ טאָן. ער איז געווען אַ רוֹצֵחַ פוּן אָנהייבּ אָן, און איז נישט געשטאָנען אין דעם אֶמת, ווייל עס איז קיין אמת אין אים נישט פאראן. ווען ער רעדט שקר, רעדט ער פון דעם, וואָס איז זיין אייגענער טֶבע, ווייל ער איז אַ ליגנער, און דער אָבי הַשֶקֶר. 45 אָבּער ווייל איך זאָג דעם אֶמת, גלויבּט איר מיר נישט. 46 ווער פוּן אייך טוּט מיך בּאַשוּלדיקט פון חטא? אויבּ איך זאָג אֶמת, פאַרוואָס גלויבּט איר מיר נישט? 47 דער, וואָס איז פוּן ה', טוּט הערן די דברים פוּן ה'; דעריבּער הערט איר זיי נישט, ווייל איר זענט נישט פוּן ה'. 48 האָבּן די ייִדן געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: צי זָאגן מיר דען נישט ריכטיק, אַז דוּ בּיסט אַ שוֹמרוֹני, און האָסט אַ שד? 49 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט: איך האָבּ נישט קיין שד, נאָר איך גיבּ אָפּ כָּבוד צו אלוקים אֲבִי, און איר זענט מיך מבַזה. 50 אָבּער איך זוּך נישט מיין אייגענעם כָּבוד; עס איז פאַראַן איינער, וואָס זוּכט און מִשפּטן. 51 אָמֵן, אָמֵן, איך זָאג אייך, אויבּ איינער וועט אָפּהיטן מיין דָּבָר, וועט ער בּשום אופן נישט זען מָוֶת אויף אייבּיק. 52 האָבּן די אנשי יהודה צוּ אים געזאָגט: איצט ווייסן מיר, אַז דוּ האָסט אַ שד. אַברָהם איז נִפְטָר, און די נבִיאים; און דוּ זאָגסט: אויבּ עמיצער וועט זיין שוֹמר איבּער מיין דָּבָר, וועט ער בּשום אופן נישט טועם זיין פוּן דעם מָוֶת אויף אייבּיק. 53 בּיסטוּ דען גרעסער פוּן אַברהם אָבינוּ, וועלכער איז נִפְטָר? און די נבִיאים זענען נִפְטָר; פאַר וועמען מאַכסטוּ דיך אַליין? 54 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט: אויבּ איך פארהערלעך מיך אַליין, איז מיין כָּבוד גאָרנישט; עס איז מיין אלוקים אֲבִי, וועלכער פארהערלעכט מיך, וועגן וועמען איר זאָגט, אַז הוּא אֱלֹקֵינוּ. 55 און איר האָט אים דאָך נישט דערקענט; איך אָבּער קען אים יאָ. און אויבּ איך וואָלט זאָגן: איך קען אים נישט, וואָלט איך זיין אַ ליגנער גלייך צוּ אייך; נאָר איך קען אים, און בין שומר איבער זיין דָּבָר. 56 אַברָהם אביכם האָט זיך געפרייט, אַז ער זאָל זען מיין [משיחס] יוֹם; און ער האָט אים געזען, און זיך משַׂמֵחַ געווען. 57 די אנשי יהודה האָבּן דעריבּער געזאָגט צוּ אים: דוּ בּיסט נאָך נישט 50 יאָר אַלט, און דוּ האָסט געזען אַברָהם? 58 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך, איידער אַברָהם איז געווען, אֶהְיֶה [זען שמות 3:14]. 59 זיי האָבּן דעריבּער אויפגעהויבּן שטיינער, כדי אים צוּ בּאוואַרפן; אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך פאַרבּאָרגן, און איז אַרויסגעגאַנגען אויס דעם בֵּית-הַמִקדש.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
John 7
Top of Page
Top of Page