John 7
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן7

ז און נאָך איז רבי מֵלך המָשיחַ ארוּמגעגאַנגען אין גָלִיל; ווייל ער האָט נישט געוואָלט אַרוּמגיין אין ארץ יהוּדה, מחמת די אנשי יהודה האָבּן געזוּכט אים צוּ טייטן. 2 און דער ייִדישער יוֹם-טוֹב סוּכּות האָט זיך דערנענטערט. 3 אַזוי זיינע אַחִים האָבּן צוּ אים געזאָגט: הויבּ דיך אויף פוּנדאַנען, און גיי קיין יהוּדה, כּדי אויך דיינע תַּלמידים זאָלן זען דיינע מַעשׂים, וואָס דוּ טוּסט. 4 ווייל קיינער טוּט גאָרנישט אין פארבּאָרגעניש, און זוכט דאָך עפנטלעך בּאַקאַנט צוּ זיי. אויבּ דוּ טוּסט די דאָזיקע זאַכן, אַנטפּלעק דיך פאַר דער וועלט. 5 ווייל אַפילו משיחס אַחִים האָבּן נישט געגלויבּט אין אים. 6 רבי מֵלך המָשיחַ האָט דעריבּער צוּ זיי געזאָגט: מיין צייט איז נאָך נישט געקוּמען [זען יוחנן 2:4], אָבּער אייער צייט איז תמיד גרייט. 7 די וועלט קען אייך נישט פיינט האָבּן; מיך אָבּער האָט זי פיינט, מחמת איך זאָג אֵדות אויף העוֹלָם הזה, אַז אירע מַעשׂים זענען רָעִים. 8 זייט איר עוֹלה-רֶגל אויף יוֹם-טוֹב; איך גיי נאָך נישט אַרויף אויף דעם דאָזיקן יוֹם-טוֹב, ווייל מיין צייט איז נאָך נישט דערפילט געווארן. 9 און ווען ער האָט דאָס געזאָגט צו זיי, איז ער פארבּליבּן אין גָלִיל. 10 נאָך דעם אבּער ווי משיחס אַחִים זענען עוֹלה-רֶגל געווען איוף יוֹם-טוֹב, איז ער דעמלט אַליין אויך עוֹלה-רֶגל געווען, נישט בְּגָלוּי, נאָר ווי אין בּסֵתר. 11 און יוֹם-טוֹב האָבּן אים די אנשי יהודה געזוּכט, און געזאָגט: וואוּ איז ער? 12 און עס איז געוואָרן אַ התלחשוּת רבּה וועגן אים צווישן המוֹן הָעָם; טייל האָבּן געזאָגט: ער איז טוֹב; אַנדערע האָבּן געזאָגט: לֹא, ער פאַרפירט הָעָם. 13 דאָך האָט קיינער נישט גערעדט וועגן אים בְּגָלוּי, אויס מורא פאַר די אנשי יהודה. 14 און ווען עס איז שוֹין געווען אין מיטן פוּן דעם יוֹם-טוֹב, איז רבי מֵלך המָשיחַ אַרויפגעגאַנגען אין בֵּית-הַמִקדש אַריין, און האָט געזאגט שעורים. 15 און די אנשי יהודה האָבּן זיך געחִידושט, און געזאָגט: וויאַזוי איז דער דאָזיקער אַ יוֹדֵע-סֵפר, נישט האָבּנדיק געלערנט? 16 האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיי דעריבּער געענטפערט, און געזאָגט: מיין תּוֹרה איז נישט מיינע, נאָר דעמס, וואָס האָט מיך געשיקט. 17 אויבּ עמיצער וויל טאָן זיין רָצון, וועט ער וויסן וועגן דער לערנוּנג, צי זי איז פוּן ה', אָדער צי איך רעד פוּן מיר אַליין. 18 דער, וואָס רעדט פוּן זיך אַליין, זוּכט זיין אייגענעם כָּבוד; דער, אָבּער, עס זוּכט דעם כָּבוד פוּן דעם, וואָס האָט אים געשיקט, דער דאָזיקער איז נֶאֱמָן, און קיין עַוְלָה איז אין אים נישט פאַראַן. 19 האָט אייך מֹשה (רבּינו) נישט געגעבּן די תּוֹרה? און אֵין אִיש מִכֶּם מְקַיֵּם [זען קום, דברים 27:26] אֶת התורה [רומ' 3:19; ישעיהו 53:6]. פאַרוואָס זוּכט איר מיך צוּ טייטן? 20 און דער הַמוֹן מענטשן האָט אים געענטפערט: דוּ האָסט אַ שד; ווער זוּכט דיך צוּ טייטן? 21 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט און צוּ זיי געזאָגט: איך האָבּ געטאָן פְּעֻלָּה אחד [זען יוחנן 16-5:15], און איר כל חִידושט זיך דעריבּער. 22 מֹשה האָט אייך געגעבּן מִצוַת-מִילה -- נישט אַז עס איז פוּן משהן, נייערט פוּן די אָבות -- און איר מְקַיְּמִים הַמִּילָה אוּם שבּת. 23 על-כּן, אויבּ מען הִמּוֹל יִמּוֹל בֶּן-זָכָר לְבַעֲבוּר לֹא תוּפַר תּוֹרַת משֶה, פאַרוואָס צערנט איר אויף מיר, וואָס איך האָבּ אַ גאַנצן מענטשן געזוּנט געמאכט אוּם שַבּת? 24 מַשפּט נישט לויט דעם אויסערלעכן שיין, נייערט מִשפּט אַ צֶדֶק [זען דניאל 9:24] מִשפּט. 25 און עטלעכע ירוּשָלַיִמער האָבּן געזאָגט: צי איז דאָס נישט דער, וועמען זיי זוּכן צוּ טייטן? 26 און הנה ער רעדט בְּגָלוּי, און מען זאָגן אים גאָרנישט. קען עס זיין, אַז די שָׂרים ווייסן בּאמת, אַז ער איז דער רבי מֵלך המָשיחַ? 27 מיר ווייסן פוּנוואַנען ער איז; אָבּער ווען מָשיחַ וועט קוּמען, וועט קיינער נישט וויסן פוּנוואַנען ער איז. 28 רבי מֵלך המָשיחַ האָט דעריבּער אויסגערוּפן אין דעם בֵּית-הַמִקדש, בּשעת ער האָט געלערנט תּוֹרה, און געזאָגט: איר קענט מיך, און איר ווייסט פוּנוואַנען איך בּין? איך בּין אָבּער נישט געקוּמען פוּן מיר אַליין, נייערט דער, וואָס האָט מיך געשיקט, איז נֶאֱמָן, און אים קענט איר נישט. 29 איך קען אים, ווייל איך בּין פוּן אים, און ער האָט מיך געשיקט. 30 זיי האָבּן דעריבּער געזוּכט אים צוּ כאַפּן; און קיינער האָט נישט ארויפגעלייגט אויף אים די האַנט, ווייל זיין שָעה איז נאָך נישט געקוּמען. 31 אָבּער רבים פוּן דעם המון מענטשן האָבּן געגלויבּט אין רבי מֵלך המָשיחַ, און זיי האָבּן געזאָגט: ווען רבי מֵלך המָשיחַ וועט קוּמען, צי וועט ער דען טאָן מער נִסים, ווי דער דאָזיקער האָט געטאָן? 32 און די פּרוּשים האָבּן געהערט דעם המון דאָס שטילערהייט רעדן וועגן רבי מֵלך המָשיחַ, און די ראָשי-כֹּהַנים און די פּרוּשים האָבּן אַרויסגעשיקט משרתים כדי אים צוּ כאַפּן. 33 רבי מֵלך המָשיחַ האָט דעריבּער געזאָגט: נאָך אַ קליינע וויילע בּין איך מיט אייך, און איך גיי צוּ אים, וואָס האָט מיך געשיקט; 34 איר וועט מיך זוּכן, און וועט מיך נישט געפינען; און וואוּ איך בּין, דאָרט אהין קאָנט איר נישט קוּמען. 35 האָבּן די אנשי יהודה געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: וואוּהין טראַכט ער צוּ גיין, וואָס מיר זאָלן אים נישט געפינען? וועט ער אֶפשר גיין צוּ די אין גָלות צווישן די גריכן, און צו די גריכן לערנען תּוֹרה? 36 וואָס מיינט דאָס דָּבָר, וואָס ער האָט געזאָגט: איר וועט מיך זוּכן און נישט געפינען; און וואוּ איך בּין, קאָנט איר נישט קוּמען [זען יוחנן 23-14:22]? 37 און אין דעם יוֹם הָאַחֲרוֹן, דעם יוֹם הַגָּדוֹל פוּנעם יוֹם-טוֹב, הושענא רבא, איז רבי מֵלך המָשיחַ געשטאַנען, און האָט אויסגערוּפן: אויבּ עמיצער איז דאָרשטיק, זאָל ער קוּמען צוּ מיר און טרינקען. 38 דער, וואָס גלויבּט אין מיר, וועלן פוּן זיין בָּשָׂר, לויט ווי דער פָּסוק זאָגט, נְהָרוֹת שֶל מַיִם חַיִים יִזְרְמוּ מִקִרְבּוֹ. 39 און דאָס האָט ער דערעדט פוּן דעם רוּחַ-הַקוֹדֶש, וואָס די, וואָס גלויבּן אין אים, האָבּן בּאַדאַרפט מקַבּל זיין; מחמת דער רוּחַ הַקוֹדֶש איז נאָך נישט געווען געגעבּן געוואָרן, ווייל רבי מֵלך המָשיחַ איז נאָך נישט געווען פאַרהערלעכט. 40 און טייל פוּן דעם המון, ווען זיי האָבּן געהערט די דאָזיקע דברים, האָבּן געזאָגט: דער דאָזיקער איז בּאמת דער נָביא! 41 אַנדערע האָבּן געזאָגט: דאָס איז דער רבי מֵלך המָשיחַ! אַנדערע ווידער האָבּן געזאָגט: וואָס, צי טוּט דער רבי מֵלך המָשיחַ אַרויסקוּמען פוּן גָליל? 42 האָבּן נישט די כִּתבֵי-הַקוֹדֶש געזאָגט, אַז דער רבי מֵלך המָשיחַ קוּמט פוּן דעם זֶרַע פוּן דָוִדן, און פוּן בֵּית-לֶחֶם, די שטעטל, פוּן וואָנען דָוִד איז געווען [זען מיכה 5:1]? 43 און עס איז דעריבּער געווארן א מַהלוֹקה צווישן דעם המון צוליבּ אים. 44 און טייל פוּן זיי האָבּן אים געוואָלט כאַפּן; נאָר קיינער האָט אויף אים נישט געלייגט אַ האַנט. 45 און די משרתים זענען צוריקגעקוּמען צוּ די ראָשי-כֹּהַנים און די פּרוּשים; און יענע האָבּן צוּ זיי געזאָגט: פאַרוואָס האָט איר אים נישט געבּראַכט? 46 האָבּן די משרתים געענטפערט: עס האָט נאָך קיינמאָל קיין בן אדם נישט אזוי גערעדט, ווי דער דאָזיקער מענטש רעדט! 47 האָבּן די פּרוּשים זיי געענטפערט: זענט איר אויך פאַרפירט געוואָרן? 48 צי האָט דען עמיצער פוּן די שָׂרים, אָדער פוּן די פּרוּשים, געגלויבּט אין אים? 49 אָבּער דער דאָזיקער הַמוֹן, וואָס קען נישט די תּוֹרה, איז פאַרשאָלטן. 50 זאָגט צוּ זיי נַקדימוֹן, דער, וואָס איז צוּ אים פריער געקוּמען, הַגַם ער איז געווען איינער פוּן זיי: 51 צי מִשפּט דען אוּנדזער תּוֹרה אַ מענטשן; איידער מען האָט אים קודם כל אויסגעהערט, און מען ווייסט וואָס ער האט געטוּן? 52 האָבּן זיי געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: צי בּיסטוּ אויך פוּן גָליל? פאָרש, און זע, אַז פוּן גָליל שטייט נישט אויף קיין נָביא [זען מלב 14:25; ישעיהו 2-9:1]. 53 און איטלעצער איז זיך אַהיימגעגאַנגען.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
John 6
Top of Page
Top of Page