John 6
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן6

ו דאַן איז רבי מֵלך המָשיחַ אוועק אויף דער אנדערער זייט פוּן דעם יַם-הַגָליל, בּיי טְבֶרְיָה. 2 און אַ גרויסער המון מענטשן האָט אים נאַכגעפאָלגט, ווייל זיי האָבּן געזען די נִסִּים, וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט געטאָן מיט די חוֹלים. 3 און ער איז אַרויפגעגאַנגען אויף דעם הָר, און האָט זיך דאָרטן אַנידערגעזעצט מיט משיחס תַּלמידים. 4 און עס איז געווען נאָענט צוּם ייִדישן יוֹם-טוֹב פֵּסח. 5 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויפגעהויבּן זיינע אויגן, און געזען, אַז אַ גרויסער המון מענטשן דערנענטערט זיך צוּ אים, האָט ער געזאָגט צוּ פיליפּוּסן: פוּנוואַנען זאָלן מיר קויפן לֶחֶם, כּדי די דאָזיקע זאָלן האַבּן וואָס צוּ עסן? 6 און דאָס האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט, אים צוּ פּרוּאוון; ווייל ער אַליין האָט געוואוּסט, וואָס ער וועט טאָן. 7 האָט אים פיליפּוּס געענטפערט: פאַר 200 דינָרים לֶחֶם וועט פאַר זיי נישט געניגן, אַז יעדער בן אדם זאָל בּלויז נעמען אַ שטיקל. 8 זאָגט צוּ אים איינער פוּן משיחס תּלמידים, אַנדריי, דער אָח פוּן שִמעוֹן כֵּיפָא: 9 פאַראַן דאָ אַ ייִנגל, וואָס האָט 5 גערשטן-בּרויטן און 2 פישלעך; נאָר וואָס איז דאָס פאַר אַזויפיל? 10 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט : הייסט די מענטשן זיך אַנידערזעצן. און אויף דעם אָרט איז געווען אַ סך גרוָז. און די מענטשן האַבּן זיך דעריבּער אַנידערגעזעצט, אַרוּם 5,000 אין צאָל. 11 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גענוּמען די לֶחֶם, און אַז ער האָט אַ בּרָכה געמאַכט, האָט ער זיי צעטיילט צוּ די, וואָס זענען געווען אנידערגעזעצט; און אַזוי איוך פוּן די פיש, וויפל זיי האַבּן געוואָלט. 12 און ווען זיי זענען געוואָרן זאַט, האָט ער געזאָגט צוּ משיחס תּלמידים: זאַמלט צוּנויף די רבּיס שיריים, אַז ס'זאָל גאָרנישט פאַרלוירן ווערן. 13 און זיי האַבּן זיי צוּנויפגעזאמלט און האָבּן אָנגעפילט 12 קערבּ מיט בּרעקלעך פוּן די 5 כִּכְּרוֹת לֶחֶם הַשְׂעוֹרִים, וואָס זענען איבּערגעבּליבּן פוּן די, וואָס האָבּן געגעסן. 14 און ווען דעריבּער די מענטשן האָבּן געזען דעס נס, וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט געטאָן, האַבּן זיי געזאָגט: דאָס איז בּאמת דער נָביא, וועלכער דאַרף קוּמען אין דער וועלט אריין. 15 דעריבּער ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט בּאַמערקט, אַז זיי ווילן קוּמען און אים כאַפּן, כּדי אים צוּ מאַכן פאַר אַ מֵלך, האָט ער זיך ווידער צוּריקגעצויגן אַליין אויף דעם הָר פאר התבודדות. 16 און ווען עס איז געוואָרן אָוונט, האַבּן משיחס תַּלמידים אַראָפּגעגאנגען צוּם יַם; 17 און זיי זענען אַרייַנגעגאַנגען אין אַ סִירָה אַריין, און זענען אַריבּערגעפאָרן דעם יַם קיין כּפַר-נַחוּם. און עס איז שוֹין געווען חֹשֶךְ, און רבי מֵלך המָשיחַ איז נאָך נישט געהאט געקוּמען צוּ זיי. 18 און דער יַם האָט זיך אויפגעהויבּן, ווייל אַ רוּחַ חֲזָקָה האָט געבּלאָזן. 19 און ווען זיי האָבּן געהאט גערודערט אַן עֶרֶך פוּן 25 אָדער 30 סטאַדיעס, האָבּן זיי געזען רבי מֵלך המָשיחַ גיין אויפן יַם, און זיך דערנענטערן צוּ דער סִירָה, און זיי האָבּן פחד געהאַט. 20 אָבּער ער האָט צוּ זיי געזאָגט: אֲנִי הוּא; האָט נישט קיין מורא. 21 און זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ געוואָלט אַרייַננעמען אין דער סִירָה אַריין; און גלייך איז די סִירָה געקומען צוּם לאַנד, וואוּהין זיי זענען געפאָרן. 22 אויף מָחָר האָט דאָס המון מענטשן, וואָס איז געשטאַנען אויף דער אַנדערער זייט יַם, געזען, אַז דאָרטן איז נישט געווען קיין אַנדערע סִירָה אויסער איינער, און אַז רבי מֵלך המָשיחַ איז נישט אַרייַנגעגאַנגען מיט משיחס תַּלמידים אין דער סִירָה אַריין, נייערט, אַז משיחס תַּלמידים זענען אַוועקגעפאָרן אַליין. 23 עס זענען אָבּער אָנגעקוּמען אַנדערע סִירָה פוּן טְבֶרְיָה, נאָענט צוּ דעם פּלאַץ, וואוּ זיי האָבּן געגעסן דאָס לֶחֶם, נאָך דעם ווי הָאָדוֹן האָט אַ בּרָכה געמאַכט; 24 און ווען דעריבּער דער המון מענטשן דאָס האָט געזען, אַז ער איז דאָרט נישטאָ, און אויך נישט משיחס תַּלמידים, זענען זיי אַריין אין די סִירוֹת, און זענען געקומען קיין כּפַר-נַחוּם, און האָבּן געזוּכט אים. 25 און אַז זיי האָבּן אים געפוּנען אויף יענער זייט יַם, האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, ווען בּיסטוּ דאָ אַהער געקוּמען? 26 האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיי געענטפערט, און געזאָגט: אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך, איר זוּכט מיך, נישט ווייל איר האָט געזען די אוֹתוֹת, נאָר ווייל איר האָט געגעסן פוּן די לֶחֶם, און זענט זאַט געוואָרן. 27 ארבּעט נישט פאַר דער אֹכֶל, וואָס ווערט פאַרדאָרבּן, נאָר פאַר דער אֹכֶל, וואָס בּלייַבּט צום חַיֵּי עוֹלם, וואָס דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] וועט אייך געבּן; ווייל אויף אים האָט אלוקים הָאָב [עַתִּיק יוֹמִין,דניאל 14-7:13] געלייגט זיין חותם. 28 און זיי האָבּן צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: וואָס זאָלן מיר טאָן, כּדי צו טאָן די פָּעֳלֵי ה'? 29 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: דאָס איז דאָס פֹּעַל ה', אַז איר זאָלט גלויבּן אין אים, וועמען ער [ה'] האָט געשיקט. 30 און זיי האָבּן צוּ אים געזאָגט: וואָס טוּסטוּ דען פאַר אַן אוֹת [נס], אַז מיר זאָלן זען, און דיר גלויבּן? מָה אַתָּה פּוֹעֵל? 31 אָבותֵינוּ האָבּן געגעסן מַן אין דער מִדבּר; ווי סע שטייט געשריבּן: לֶחֶם מִן הַשָמַיִם נָתַן לָמוֹ לֶאֱכֹל [שמוֹת 15-16:4; תהלים 78:24; 105:40]. 32 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך, נישט מֹשה האָט אייך געגעבּן לֶחֶם פוּן שָמַיִם, נאָר מיין אלוקים אָבִי גיט אייך דאָס אֶמֶתע לֶחֶם פוּן שָמַיִם. 33 ווייל דאָס לֶחֶם פוּן ה' איז ער, וואָס קוּמט אַראָפּ פוּן שָמַיִם, און גיט חַיים צוּ דער וועלט. 34 דעריבּער האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: אֲדוֹנִי, גיבּ אוּנדז תָּמיד דאָס דאָזיקע לֶחֶם. 35 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: אֲנִי הוּא [זען שמות 3:14] דאָס לֶחֶם הַחַיים; דער, וואָס קוּמט צוּ מיר, וועט קיינמאָל נישט הוּנגעריק זיין, און דער, וואָס גלויבּט אין מיר, וועט קיינמאָל נישט זיין דאָרשטיק. 36 אָבּער איך האָבּ אייך געזאָגט, אַז איר האָט מיך געזען, און דאָך גלויבּט איר נישט. 37 אַצלדינג, וואָס דער אלוקים הָאָב גיט מיר, וועט קוּמען צוּ מיר; און דעם, וואָס קוּמט צוּ מיר, אים וועל איך בּאֵין-אוֹפן נישט אַרויסוואַרפן. 38 ווייל איך בּין אַראָפּגעקוּמען פוּן שָמַיִם, נישט צוּ טאָן מיין אייגענעם רָצון, נאָר דעם רָצון פוּן אים [ה'], וואָס האָט מיך געשיקט. 39 און דאָס איז דער רָצון פוּן אים, וואָס האָט מיך געשיקט, אַז פוּן כל, וואָס ער האָט מיר געגעבּן, זאָל איך גאָרנישט פאַרלירן, נאָר איך זאָל עס אויפשטעלן אין דעם יוֹם הָאַחֲרוֹן. 40 ווייל דאָס איז דער רָצון פוּן מיין אלוקים אָבִי, אַז יעדער בן אדם, וואָס זעט דעם זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער], און גלויבט אין אים, זאָל האָבּן חַיֵּי עוֹלם; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם יוֹם הָאַחֲרוֹן. 41 די אנשי יהודה האָבּן דעריבּער געמוּרמלט קעגן אים, ווייל ער האָט געזאָגט: איך בּין דאָס לֶחֶם, וואָס איז אַראָפּגעקוּמען פוּן שָמַיִם. 42 און זיי האָבּן געזאָגט: צי איז דען דאָזיקער נישט יהושע/ישוע בֶּן-יוֹסף, וועמעס אָב און אֵם מיר קענען? וויאַזוי זאָגט ער דאָס איצט: איך בּין אַראָפּגעקוּמען פוּן הימל? 43 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: מוּרמלט נישט צווישן זיך. 44 קיינער קען נישט קוּמען צוּ מיר, אחוץ אלוקים הָאָב, וואָס האָט מיך געשיקט, ציט אים; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם יוֹם הָאַחֲרוֹן. 45 סע שטייט געשריבּן אין די נבִיאים: וְכָל־בָנַיִךְ לִמוּדֵי ה' [ישעיהו 54:13]. יעדער בן אדם, וואָס האָט געהערט פוּן אלוקים הָאָב און געלערנט, קוּמט צוּ מיר [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער]. 46 נישט, אַז עמיצער האָט געזען אלוקים הָאָב, אַחוּץ דער, וואָס איז פוּן ה', דער דאָזיקער האָט געזען אלוקים הָאָב. 47 אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך, דער, וואָס גלויבּט אין מיר, האָט חַיֵּי עוֹלם. 48 אֲנִי הוּא דאָס לֶחֶם הַחַיים. 49 אייערע אָבות האָבּן געגעסן מַן אין דער מִדבּר, און זענען נִפְטָר. 50 דאָס דאָזיקע איז דאָס לֶחֶם, וואָס קוּמט אַראָפּ פוּן שָמַיִם, אַז ווער עס עסט דערפוּן, זאָל נישט שטאַרבּן. 51 אֲנִי הוּא דאָס לֶחֶם הַחַי, וואָס איז אַראָפּגעקוּמען פוּן שָמַיִם; אויבּ עמיצער וועט עסן פוּן דעם דאָזיקן לֶחֶם, וועט ער לעבּן לְעוֹלָם; און דאָס לֶחֶם, וואָס איך וועל געבּן פאַר דעם לעבּן פוּן דער וועלט, איז מיין [קָרְבָּן פֶּסַח] בָּשָׂר [שמות 12:8; ישעיהו 53:7]. 52 די אנשי יהודה האָבּן זיך דעריבּער געאַמפּערט איינער מיטן אנדערן, אַזוי צוּ זאָגן: וויאַזוי קען ער אוּנדז געבּן זיין בָּשָׂר צוּ עסן? 53 רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך, אויבּ איר וועט נישט עסן דאָס [קָרְבָּן פֶּסַח] בָּשָׂר [שמות 12:8; ישעיהו 53:7] פוּן דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח], און טרינקען זיין [דַּם הַבְּרִית; ירמיהו 31:31 פֶסַח כּוֹס שלִישִי] דָּם, האָט איר נישט קיין חַיים אין זיך [זען שה האלוקים האט פאקטיש פסח דָּם און פאקטיש ברית לעבּן-געבּנדיק לחם פון שמים]. 54 דער, וואָס עסט מיין [קָרְבָּן פֶּסַח] בָּשָׂר [שמות 12:8; ישעיהו 53:7], און טרינקט מיין [דַּם הַבְּרִית; ירמיהו 31:31 פֶסַח כּוֹס שלִישִי] דָּם, האָט חַיֵּי עוֹלם; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם יוֹם הָאַחֲרוֹן. 55 ווייל מיין [קָרְבָּן פֶּסַח] בָּשָׂר [שמות 12:8; ישעיהו 53:7] איז אֶמֶתע אֹכֶל, און מיין [דַּם הַבְּרִית; ירמיהו 31:31 פֶסַח כּוֹס שלִישִי] דָּם איז אֶמֶתער געטראַנק. 56 דער, וואָס עסט מיין [קָרְבָּן פֶּסַח] בָּשָׂר [שמות 12:8; ישעיהו 53:7], און טרִינקט מיין [דַּם הַבְּרִית; ירמ' 31:31 פֶסַח כּוֹס שלִישִי] דָּם, בּלייבּט אין מיר, און איך אין אים. 57 אַזוֹיווי דער אלוקים הָאָב החַי האָט מיך געשיקט, און איך לעבּ דורך דעם אלוקים הָאָב, אַזוי דער, וואָס עסט מיך [פֶּסַח שֶה פון בְּרִית חֲדָשָה], וועט לעבּן דורך מיר. 58 דאָס דאָזיקע איז דאָס לֶחֶם, וואָס איז אַראָפּגעקוּמען פוּן שָמַיִם: נישט ווי אייערע אָבות האָבּן געגעסן, און זענען געשטאָרבּן; הָאוֹכֵל אֶת הַלֶחֶם הַזֶּה, יִחְיֶה לְעוֹלָם. 59 דאָס דאָזיקע האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט אין דער שוּל, ווען ער האָט געלערנט תּוֹרה אין כּפַר-נַחוּם. 60 און אַ סך פוּן זיינע תַּלמידים, ווען זיי האָבּן דאָס געהערט, האָבּן געזאָגט: דאָס איז אַ האַרבּ דָּבָר; ווער קען דאָס הערן? 61 וויסנדיק אָבּער אין זיך אליין, אַז זיינע תַּלמידים האָבּן געמוּרמלט וועגן דעם, האָט רבי מֵלך המשיח צו זיי געזאָגט: דאָס דאָזיקע מאַכט אייך שטרויכלען? 62 און וואָס וועט זיין, ווען איר וועט זען דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] אַרויפגיין, וואוּ ער איז פריער געווען? 63 דער רוּחַ הַקוֹדֶש איז דאָס, וואָס גיט [הַתְּחִיָּה] חַיים; דאָס בָּשָׂר נוּצט צוּ גאָרנישט; די דברים, וואָס איך האָבּ גערעדט צוּ אייך, זענען רוּחַ און חַיים. 64 נאָר צווישן אייך, זענען פאראן אייניקע, וועלכע גלויבּן נישט. ווייל רבי מֵלך המָשיחַ האָט געוואוּסט פוּן אָנהייבּ אָן, ווער עס זענען די, וואָס האָבּן נישט געגלויבּט, און ווער עס איז, וואָס וועט אים פאַרראַטן. 65 און ער האָט געזאָגט: דערפאַר האָבּ איך צוּ אייך געזאָגט, קיינער קען נישט קוּמען צוּ מיר, אחוץ דאָס איז אים בּאַשערט געוואָרן פוּן דעם אלוקים הָאָב [אֶלָּא אִם כֵּן נִתַּן לוֹ פון אלוקים הָאָב]. 66 פוּן דעמלט אָן האָבּן זיך אַ סך פוּן זיינע תַּלמידים זיך צוּריקגעצויגן, און זענען מיט אים מער נישט געגאַנגען. 67 רבי מֵלך המָשיחַ האָט דעריבּער געזאָגט צוּ די 12 : צי ווילט איר אוּיך אַוועקגיין? 68 און שִמעוֹן כֵּיפָא האָט אים געענטפערט: אֲדוֹנִי, צוּ וועמען זאָלן מיר גיין? דוּ האָסט די דבָרים פוּן חַיֵּי עוֹלם. 69 און מיר האָבּן געגלויבּט, און ווייסן, אַז דוּ בּיסט דער קְדוֹש האלוקים. 70 האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיי געענטפערט: צי האָבּ איך דען נישט אייך, די 12, אויסדערוויילט? און איינער פוּן אייך איז אַ טייוול. 71 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גערעדט פוּן יהוּדה בֶּן-שִמעון אִיש-קרִיוֹת, ווייל דער דאָזיקער האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָלט פאַרראַטן, הַגַם איינער פוּן די 12.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
John 5
Top of Page
Top of Page