Orthodox Hasidic Yiddish Bible יוחנן יוחנן5 ה און נאָך דעם איז געווען יום-טוֹב בּיי ייִדן; און רבי מֵלך המָשיחַ האָט עוֹלה-רֶגל געווען קיין ירוּשָלַיִם. 2 און אין ירוּשָלַיִם בּיים שַער-הַצֹאן איז פאַראַן אַ טייך, וואָס הייסט אויף לָשון-קוֹדֶש בֵּית-חַסְדָּא, און האָט 5 אַכְסַדְרָאוֹת. 3 אין די דאָזיקע איז געלעגן אַן עוֹלם פוּן חוֹלים, בּלינדע, פּסחים, אויסגעצערטע, וואָס האָבּן געוואַרט, אַז דאָס מַיִם זאָל זיך בּאַוועגן. 4 ווייל פון צייט צו צייט א מַלאך ה' פלעגט אַראָפּקומען אין דעם טייך אַריין, און בּאַוועגן דאָס מַיִם; דעריבּער ווער עס איז אַרייַנגעגאַנגען דער 1טער נאך דער בּאַוועגונג פוּן דעם מַיִם, דער איז געזונט געוואָרן פון יעדער מַחֲלָה וואָס ער האָט נאָר געהאט. 5 און דאָרט איז געווען אַ בן אדם, וואָס איז חוֹלֶה געווען 38 יאָר. 6 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים געזען, און האָט פאַרשטאַנען, אַז ער ליגט שוין דארט אַ לאַנגע צייט, זאגט רבי מֵלך המָשיחַ צו אים: דוּ ווילסט געזוּנט ווערן? 7 האָט אים דער חוֹלה געענטפערט: אֲדוֹנִי, איך האָבּ נישט קיין מענטשן, וואָס זאָל מיך אַרייַנטאָן אין טייך אַריין, ווען דאָס מַיִם בּאַוועגט זיך; נאָר בּשעת איך קוּם אָן, גייט אַן אַנדערער אַראָפּ פאַר מיר. 8 זאָגט צוּ אים רבי מֵלך המָשיחַ: שטיי אויף, נעם דיין בּעט, און גיי. 9 און תֵיכּף איז דער בן אדם געזוּנט געוואָרן, און האָט גענוּמען זיין בּעט און איז געגאַנגען. 10 און יענער יוֹם איז געווען שַבּת. און אנשי יהודה האָבּן דעריבּער געזאָגט צוּ דעם, וואָס איז געהיילט געוואָרן: עס איז שַבּת, און דו טאָרסט נישט טראָגן דאָס בּעט. 11 אָבּער ער האָט זיי געענטפערט: דער, וואָס האָט מיך געזוּנט געמאַכט, האָט צוּ מיר געזאָגט: נעם דיין בּעט און גיי. האָבּן זיי אים געפרעגט: 12 ווער איז דער אִיש, וואָס האָט צוּ דיר געזאָגט: נעם און גיי? 13 און דער, וואָס איז געהיילט געוואָרן, האָט נישט געוואוּסט, ווער עס איז; ווייל רבי מֵלך המָשיחַ האָט אָפּגעקערט, ווייל עס איז געווען אַ המון מענטשן אויף יענעם אָרט. 14 שפּעטער האָט אים רבי מֵלך המָשיחַ געפוּנען אין דעם בֵּית-הַמִקדש, און צוּ אים געזאָגט: הִנֵּה, דוּ בּיסט געוואָרן געזוּנט; זינדיק נישט מער, כדי קיין ערגערס זאָל דיך נישט געשען. 15 און דער מענטש איז אַוועקגעגאַנגען, און האָט גערציילט די אנשי יהודה, אַז דאָס איז געווען יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11], וואָס האָט אים געזוּנט געמאַכט. 16 און צוּליבּ דעם האָבּן די אנשי יהודה גערוֹדֶפט רבי מֵלך המָשיחַ, כִּי עָשָׂה זֹאת בּשַבּת. 17 אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געענטפערט: אלוקים אבי אַרבּעט בּיז איצט, און איך אַרבּעט אויך [זען דניאל 14-7:13; בראשית 2:3; תהלים 33:6; משלי 8:30; 30:4]. 18 דערפאַר טאַקע האָבּן די אנשי יהודה נאָך מער געזוּכט אים צוּ טייטן, ווייל נישט נאָר האָט ער מחַלֵל שבּת געווען [נישט שומר שבת], נאָר האָט אויך אָנגערוּפן ה' אלוקים אָבִיו, מאַכנדיק זיך גלייך [שָוֶה] מיט ה' [יוחנן 1:1]. 19 רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי דערפאר געענטפערט, און געזאָגט: אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך ,דער זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער] קען פוּן זיך אַליין גאָרנישט טאָן, אחוץ דאָס, וואָס ער זעט דעם אלוקים הָאָב טאָן; מחמת דאָס, וואָס אלוקים הָאָב טוּט, דאָס טוּט אויך אויף דעם זעלבּן אוֹפן דער זוּן [פון דער אויבּערשטער]. 20 מחמת דער אלוקים הָאָב האָט ליבּ דעם זוּן [פון דער אויבּערשטער], און ווייזט אים אַלצדינג, וואָס ער טוּט אַליין; און מַעשׂים גדוֹלים ווי די דאָזיקע וועט ער אים ווייזן, כּדי איר זאָלט נִשתּוֹמם ווערן. 21 ווייל ווי דער אלוקים הָאָב איז מחַיֵה-מֵתים און מאַכט לעבּעדיק, טאקע אַזוי מאַכט אויך דער זוּן [פון דער אויבּערשטער] לעבּעדיק, וועמען ער וויל. 22 ווייל דער אלוקים הָאָב מִשפּט קיינעם נישט, נייערט האָט דעם כל מִשפּט איבּערגעגעבּן צום זוּן [פון דער אויבּערשטער], 23 כּדי כל זאָלן אָפּגעבּן כָּבוד דעם זוּן [פון דער אויבּערשטער], טאקע ווי זיי גיבּן אָפּ כָּבוד דעם אלוקים הָאָב. דער, וואָס גיט נישט אָפּ כָּבוד דעם זוּן, גיט נישט אָפּ כָּבוד דעם אלוקים הָאָב, וואָס האָט אים געשיקט. 24 אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך: דער, וואָס הערט מיין דָּבָר, און גלויבּט אין דעם, וואָס האָט מיך געשיקט, האָט חַיֵּי עוֹלם, און קוּמט נישט צוּם מִשפּט, נייערט איז שוין אַריבּערגעגאַנגען פוּן מָוֶת אין חַיים אַריין [זען רומ' 8:1; יוחא 3:14]. 25 אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך: סע גענעענט די שָעה, און איז שוין, ווען די מֵתים וועלן הערן דאָס קוֹל פוּן דער זוּן פון דער אויבּערשטער, און די, וואָס הערן, וועלן לעבּן. 26 ווייל ווי דער אלוקים הָאָב האָט חַיים אין זיך אַליין, טאקע אַזוי האָט ער אוּיך געגעבּן דעם זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער] צוּ האָבּן חַיים אין זיך אַליין; 27 און ער האָט אים געגעבּן סמכוּת צוּ עשוֹת מִשפּט, מחמת ער איז דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח]. 28 וואוּנדערט אייך נישט אויף דעם; ווייל סע גענעענט די שָעה, אין וועלכער כל, וואָס זענען אין די קבָרים, וועלן הערן זיין קוֹל, 29 און וועלן אַרויסקוּמען; די, וואָס האָבּן געטאָן הַטּוֹב, צוּ דער אויפשטייאוּנג פוּן חַיים [תקוּמה של חיים], אָבּער די, וואָס האָבּן געטאָן הָרָע, צוּ דער אויפשטייאוּנג פוּן מִשפּט [תקוּמה של משפּט, דניאל 12:2; מתי 7:23]. 30 איך קען גאָרנישט טאָן פוּן מיר אַליין; ווי איך הער, אַזוי מִשפּט איך; און מיין מִשפּט איז צוֹדֵק, ווייל איך זוּך נישט מיין אייגענעם רָצון, נאָר דעם רָצון פוּן דעם, וואָס האָט מיך געשיקט [ה']. 31 אויבּ איך זאָג עֵדות וועגן מיר אַליין, איז מיין עֵדות-זאָגן נישט אֶמת [זען דברים 19:15]. 32 אַן אַנדערער, וואָס זאָגט עֵדות וועגן מיר; און איך ווייס, אַז דאָס עֵדות זאָגן, וואָס ער זאָגט וועגן מיר, איז אֶמת. 33 איר האָט געשיקט צוּ יוֹחָנָן [פוּן דער מקוה טבילה פוּן תשובה], און ער האָט עֵדות געזאָגט אויף דעם אֶמת. 34 איך אָבּער נעם נישט אָן דאָס עֵדות זאָגן פוּן בּני אָדָם; נייערט איך זאָג דאָס, כּדי איר קומען צו ישועת אלוקינו. 35 ער [יוֹחָנָן] איז געווען אַ מנורה, וואָס האָט געבּרענט און געשייַנט, און איר זענט געווען גרייט זיך משַׂמֵחַ צוּ זיין אַ צייט אין זיין ליכט. 36 אָבּער איך האָבּ דאָס עֵדות זאָגן, וואָס איז גרעסער ווי יוֹחָנָנס, ווייל די מַעשׂים, וואָס דער אלוקים הָאָב האָט מיר געגעבּן, כדי איך זאָל זיי פארענדיקן, די זעלבּיקע מעשים וואָס איך טו, זאָגן עֵדות וועגן מיר, אַז דער אלוקים הָאָב האָט מיך געשיקט. 37 און דער אלוקים הָאָב, וואָס האָט מיך געשיקט, האָט עֵדות געזאָגט וועגן מיר. נישט האָט איר ווען עס איז געהערט זיין קוֹל, און אויך נישט געזען זיין מַרְאֶה. 38 און זיין דָּבָר האָט איר נישט וואוינען אין אייך, ווייל איר גלויבּט נישט אין דעם דאזיקן וועמען ער [אלוקים האב] האָט געשיקט. 39 איר פאָרשט די כִּתבֵי-הַקוֹדֶש, ווייל איר מיינט, אַז אין זיי האָט איר חַיֵּי עוֹלם; און זיי זענען עס, וואָס זאָגן עֵדות וועגן מיר [זען לוקס 24:27]; 40 און איר ווילט נישט קוּמען צוּ מיר, כּדי איר זאָלט האָבּן חַיים. 41 איך נעם נישט אָן קיין כָּבוד פוּן בְּנֵי אָדָם; 42 איך קען אייך, אַז איר וואָס האָט נישט אין זיך די אַהֲבַת ה'. 43 איך בּין געקוּמען בְּשֶם אלוקים אָבִי, און איר זענט מיך נישט מקַבּל; אויבּ אַן אַנדערער וועט קוּמען אין זיין אייגענעם נאָמען, אים וועט איר יאָ אויפנעמען [זען מתי 24:24]. 44 וויאַזוי קאָנט איר גלויבּן, איר, וואָס נעמט אָן כָּבוד איינער פוּן דעם אַנדערן, און דעם כָּבוד, וואָס קוּמט פוּן דעם אלוקים הָאחָד, זוּכט איר נישט? 45 מיינט נישט, אַז איך וועל אייך מקטרג זיין פאַר דעם אלוקים הָאָב; פאַראַן איז איינער, וואָס טוּט אייך פאַרקלאָגן, מֹשה, אויף וועמען איר האָט געהאָפט. 46 ווייל וואָלט איר געגלויבּט מֹשה, וואָלט איר אוֹיך מיר געגלויבּט, מחמת ער האָט געשריבּן פוּנוועגן מיר [זען דברים 19-18:15; בראשית 3:15; שמות 12; בראשית 22; שמות 16; במדבר 20; שמות 17; במדבר 21; בראשית 45:26, מֹשל בְּכָל אֶרֶץ חי, מרקוס 16:11; לוקס 24:23!]. 47 אויבּ אָבּער איר זענט נישט מאמינים אין זיינע כּתוּבים, וויאַזוי זשע וועט איר גלדויבּן מיינע דָּבָרים [זען דברים 18:15; שמות 32:30]? THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |