Orthodox Hasidic Yiddish Bible יוחנן יוחנן10 י אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך, דער, וואָס קומט נישט אַריין דוּרך דער דרך השַעַר אין דעם מִכְלָא הַצֹּאן, נאָר קלעטערט אַריין דורך ערגעץ אַנדערשוואו, יענער איז אַ גַנב און אַ גַזלן. 2 דער אָבּער וואָס קומט אַריין דוּרך דער דרך השַעַר, איז דער רוֹעֶה הַצֹּאן. 3 פאַר אים טוּט עפענען דער שוֹמֵר הַשַעַר, און די שאָף הערן זיין קוֹל, און ער רוּפט זיינע אייגענע שאָף בּיים נאָמען, און פירט זיי אַרויס. 4 און ווען ער האָט אַרויסגעלאָזן כל זיינע אייגענע, גייט ער פאָרויס פאַר זיי, און די שאָף פאָלגן אים נאָך, ווייל זיי קענען זיין קוֹל. 5 אָבּער אַ זָר וועלן זיי בּשום אופן נישט נאָכפאָלגן, נאָר וועלן פוּן אים אַנטלויפן, ווייל זיי קענען נישט דאָס קוֹל פוּן זָרִים. 6 דאָס דאָזיקע מָשל האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט צוּ זיי; אָבּער זיי האָבּן נישט פאַרשטאַנען, וואָס דאָס איז, וואָס ער האָט צוּ זיי געזאָגט. 7 רבי מֵלך המָשיחַ האָט דעריבּער נאָכאַמאָל צוּ זיי געזאָגט: אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך, אֲנִי הוּא דרך השַעַר. 8 כל, וואָס זענען געקוּמען פאַר מיר, זענען גַנָבים און גַזלָנים; אָבּער די שאָף האָבּן זיך צוּ זיי נישט צוּגעהערט. 9 אֲנִי הוּא דרך הַשַעַר. אויבּ עמיצער וועט דוּרך מיר אַרייַנגיין, וועט ער געפינען יְשוּעָת אֱלוקֵינוּ, און וועט אַרייַנגיין און אַרויסגיין, און געפינען מִרְעֶה [תהלים 23:2]. 10 דער גַנב קוּמט נישט אחוץ כּדי ער גַנבענען און הַרגענען און פאַרדאַרבּן. איך בּין געקוּמען, כּדי זיי זאָלן האָבּן חַיים, און אַז זיי זאָלן האָבּן בּשֶפע. 11 אֲנִי הוּא הָרוֹעֶה הַטּוֹב. דער רוֹעֶה הַטּוֹב איז מַקריב זיין נֶפֶש פאַר די שאָף [ישעיהו 53:10]. 12 דער, וואָס איז אַ שׂכיר [זען יחזקאל 10-34:1], וואָס איז נישט קיין רוֹעֶה, און צוּ וועמען די שאָף געהערן נישט, זעט קוּמען דעם וואָלף, און ער פאַרלאָזט די שאָף און אַנטלויפט; און דער וואָלף פארציקט און צעשפּרייט זיי. 13 ער אַנטלויפט, ווייל ער איז אַ שׂכיר, און עס קימערט אים נישט וועגן די שאָף [זען יוחא 19-2:18]. 14 אֲנִי הוּא דער רוֹעֶה הַטּוֹב: און איך קען מיינע אייגענע, און מיינע אייגענע קענען מיך, 15 טאקע ווי דער אלוקים הָאָב קענט מיך, און איך קען דעם אלוקים הָאָב, און איך בּין מַקריב מיין נֶפֶש פאַר די שאָף. 16 און איך האָבּ נאָך אַנדערע שאָף, וואָס זענען נישט פוּן דעם דאָזיקן מִכְלָא [זען גלט' 9-2:7]; זיי מוּז איך אויך פירן, און זיי וועלן הערן מיין קוֹל; און סע וועט ווערן עֵדֶר אֶחָד, און איין רוֹעֶה [יחזקאל 34:23]. 17 דערפאר האָט דער אלוקים הָאָב מיך ליבּ, ווייל איך בּין מַקריב מיין נֶפֶש [ישעיהו 53:10], כּדי איך זאָל עס ווידער נעמען. 18 קיינער נעמט עס נישט אוועק פון מיר, נאָר פון מיר אַליין לייג איך עס אנידער. איך האָבּ סַמְכוּת עס אַנידערצוּלייגן, און איך האָבּ סַמְכוּת עס ווידער לָקַחַת. דאָס דאָזיקע מצוה האָבּ איך בּאַקומען פוּן אלוקים אָבִי. 19 און ווידער איז געוואָרן אַ מחלוקה צווישן די אנשי יהודה איבּער די דאָזיקע דברים. 20 און רבים פוּן זיי האָבּן געזאָגט: ער האָט אַ שד, און איז משוּגע; פאַרוואָס הערט איר אים? 21 אַנדערע האָבּן געזאָגט: דאָס זענען נישט די מִלִּים פוּן איינעם, וואָס איז בּאזעסענעם מיט אַ שד; צי קען דען אַ שד עפענען די אויגן פוּן בּלינדע? 22 און עס איז געווען חַנוּכּה אין ירוּשָלַיִם; 23 עס איז געווען ווינטער; און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרוּמגעגאַנגען אין בֵּית-הַמִקדש, אין אוּלָם שלֹמֹה. 24 און די אנשי יהודה האָבּן אים אַרוּמגערינגלט, און האָבּ צוּ אים געזאָגט: עַד מָתַי וועסטוּ אוּנדז האַלטן אין שפּאַנוּנג? אויבּ דוּ בּיסט דער רבי מֵלך המָשיחַ, זאָג עס אוּנדז גאַנץ עפנטלעך. 25 האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיי געענטפערט: איך האָבּ אייך שוין געזאָגט, און איר גלויבּט נישט. די מַעשׂים, וואָס איך טוּ בְּשֶם אלוקים אָבִי, זיי זאָגן אֵדות וועגן מיר. 26 נאָר איר גלויבּט נישט, ווייל איר זענט נישט פוּן מיינע שאָף [משיחס עֵדֶר, משיחס קָהָל]. 27 מיינע שאָף הערן מיין קוֹל, און איך קען זיי, און זיי פאָלגן מיר נאָך. 28 און איך גיבּ זיי חַיֵּי עוֹלם, און זיי וועלן קיינמאָל נישט פאַרלוירן ווערן, און קיינער וועט זיי נישט אַרויסרייַסן פוּן מיין האַנט. 29 אלוקים אָבִי, וואָס האָט זיי מיר געגעבּן, איז גרעסער ווי כל, און קיינער קען זיי נישט אַרויסרייַסן פוּן האַנט פון אלוקים אָבִי. 30 איך און דער אלוקים הָאָב זענען אֶחָד [זען דניאל 14-7:13; תהלים 33:6; משלי 8:30; 30:4; דברים 6:4; בראשית 2:24]. 31 די אנשי יהודה האָבּן ווידער אויפגעהויבּן שטיינער, כדי אים צוּ שטייניקן. 32 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: מַעשׂים-טובים רבים האָבּ איך אייך געוויזן פוּן דעם אלוקים הָאָב; צוליבּ וועלכער פוּן די דאָזיקע מעשים שטייניקט איר מיך? 33 האָבּן די אנשי יהודה אים געענטפערט: פאַר קיין מַעשׂים-טובים שטייניקן מיר דיך נישט, נאָר פאר הִלול-הַשם; און ווייל דוּ, וואָס בּיסט אַ בן אדם, מאכסט דיך פאַר אלוקים [יוח' 1:1]. 34 האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיי געענטפערט: צי שטייט דען נישט געשריבּן אין אייער תּוֹרה: אֲנִי־אָמַרְתִי אֱלֹקִים אַתֶם [תהלים 82:6]? 35 על-כּן, אויבּ ער האָט זיי גערוּפן אלוקים, צוּ וועמען דאָס דָּבָר ה' איז געקוּמען--און דאָס, וואָס שטייט געשריבּן, קען נישט בָּטל ווערן-- 36 זאָגט איר אויף אים, וועמען דער אלוקים הָאָב האָט געהייליקט און געשיקט איז דער וועלט אַריין: דוּ לעסטערסט, ווייל איך האָבּ געזאָגט: איך בּין דער זוּן פון דער אויבּערשטער [זען דניאל 14-7:13; תהלים 33:6; משלי 8:30; 30:4; דברים 6:4; בראשית 2:24]? 37 אויבּ איך טוּ נישט די מַעשׂים פוּן אלוקים אָבִי, זאָלט איר מיר נישט גלויבּט; 38 אויבּ אַבּער איך טוּ יאָ, הַגַם איר גלויבּט מיר נישט, גלויבּט די מַעשׂים, כּדי איר זאָלט וויסן און האבּן דַעַת, אַז דער אלוקים הָאָב איז אין מיר, און איך אין דעם אלוקים הָאָב. 39 דעריבּער האָבּן זיי ווידער געזוכט אים צו כאַפּן, נאָר ער איז אַרויס פוּן זייער האנד. 40 און ער איז ווידער אַוועק קיין עֵבר-הַיַרדן, צו דעם אָרט, וואוּ יוֹחָנָן האָט אין אָנהייבּ מקוה מים געטובעלט, און ער איז דאָרטן פאַרבּלייבּן. 41 און רבים זענען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען, און האָבּן געזאָגט: יוֹחָנָן האָט נישט געטאָן קיין שוּם נס, אָבּער אַלצדינג, וואָס יוֹחָנָן האָט געזאָגט פוּן דעם דאָזיקן מענטשן, איז געווען אֶמת. 42 און רבים האָבּן אין אים דאָרט געגלויבּט. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |