John 11
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן11

יא און איינער אַ בן אדם איז געלעגן חוֹלֶה, אֶלעָזָר פוּן בֵּית-עַנְיָה, פוּן דעם שטעטל פוּן מִרָים און איר אָחוֹת מַרתָּא. 2 און געווען איז דאָס מִריָם, וואָס האָט געזאַלבּט הָאָדוֹן מיט שֶמֶן בֹּשֶׂם, און האָט געווישט משיחס רגלים [זען תהלים 22:17] מיט אירע האָר, וועמעס אָח אֶלעָזָר איז געלעגן חוֹלֶה. 3 די אָחוֹת האָבּן דעריבּער געשיקט צוּ אים, אַזוי צוּ זאָגן: אֲדוֹנִי, הִנֵּה, דער, וועמען דוּ האָסט ליבּ, ליגט חוֹלֶה. 4 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געהערט, האָט ער געזאָגט: הַמַּחֲלָה הזֹאת איז נישט צוּם מָוֶת, נאָר צוּם כָּבוד פוּן ה', כּדי דער זוּן פון דער אויבּערשטער זאָל פארהערלעכט ווערן דוּרכדער. 5 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט ליבּ געהאַט מַרתָּאן און איר אָחוֹת און אֶלעָזָרן. 6 און ווען ער האָט געהערט, אַז ער ליגט חוֹלֶה, איז ער דעמלט נאָך פאַרבּלייבּן 2 טעג אין דעם אָרט, וואוּ ער איז געווען. 7 דערנאָך האָט רבי מֵלך המָשיחַ ערשט געזאָגט צוּ משיחס תּלמידים: לאָמיר ווידער גיין קיין יהוּדה. 8 זאָגן צוּ אים די תּלמידים: רֶבּי, איצט האָבּן די אנשי יהודה דיך געזוּכט צוּ שטייניקן, און דוּ גייסט ווידער דאָרטן? 9 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט: צי האָט דען נישט דער יוֹם 12 שָעה? ווער עס גייט אַרום בּייטאָג, דער שטרויכלט נישט, ווייל ער זעט דאָס אוֹר פוּן דער דאָזיקער וועלט. 10 ווער אָבּער עס גייט אַרום בּיינאַכט, דער שטרויכלט, ווייל דאָס אוֹר איז נישט אין אים. 11 דאָס האָט ער גערעדט, און נאך דעם האָט ער צוּ זיי געזאָגט: אוּנדזער חבר אֶלעָזָר איז אייַנגעשלאָפן; אָבּער איך גיי, כּדי איך זאָל אים אויפוועקן פוּן שלאָף. 12 האָבּן משיחס תּלמידים צוּ אים געזאָגט: אֲדוֹנִי, אויבּ ער איז אייַנגעשלאָפן, וועט ער געזוּנט ווערן. 13 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט גערעדט פוּן זיין מוֹת, אָבּער זיי האָבּן געמיינט, אַז ער רעדט וועגן דעם רואיקן שלומער פון שלאָף. 14 יעמאָלט האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיי געזאָגט גאַנץ עפנטלעך: אֶלעָזָר איז נִפְתָּר; 15 און איך פריי מיך פוּן אייַערטוועגן, אַז איך בּין דאָרטן נישט געווען, כּדי איר זאָלט גלויבּן; נאָר לאָמיר גיין צוּ אים. 16 דאַן האָט תֹּאמָא -- וועמען מען האָט גערוּפן: דִּידימוֹס -- געזאָגט צוּ זיינע חַבֵרים-תּלמידים: לאָמיר אויך גיין, כּדי מיר זאָלן שטאַרבּן על קידוש השם מיט אים. 17 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען, האָט ער געפוּנען, אַז ער איז שוֹין געווען אין קֵבר 4 טעג. 18 און בֵּית-עַנְיָה איז געווען נאָענט פוּן ירוּשָלַיִם, אַרוּם 15 סטאַדיעס ווייט. 19 און רבים אנשי יהודה זענען געקוּמען צוּ מַרתָּא און מִריָם, כדי זיי מנַחֵם-אָבל צו זיין פוּנוועגן אֲחִיהֶן. 20 און ווען מַרתָּא האָט געהערט, אַז רבי מֵלך המָשיחַ קוּמט, איז זי אים אַנטקייגן געגאַנגען; אָבּער מִריָם איז געבּליבּן אין בּית און זיצן [שבעה]. 21 און מַרתָּא האָט געזאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: אֲדוֹנִי, אויבּ דוּ וואָלסט דאָ געווען, וואָלט אָחִי נישט זיין נִפְטָר. 22 און אַפילו איצט ווייס איך, אַז כל וואָס דוּ וועסט בּעטן בּיי ה', וועט דיר ה' דיר געבּן. 23 זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ איר: אָחִיךְ וועט צוּריק אויפשטיין. 24 זאָגט מַרתָּא צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: איך ווייס, אַז ער וועט ווידער אויפשטיין בּיי תּחִיַת-הַמֵתים אין דעם יוֹם הָאַחֲרוֹן. 25 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ איר געזאָגט: אֲנִי הוּא הַתְּחִיָּה, און דאָס חַיים. דער, וואָס גלויבּט אין מיר, הַגַם ער שטאַרבּט, וועט לעבּן. 26 און יעדער איינער וואָס לעבּט און גלויבּן אין מיר, וועט קיינמאָל נישט שטאַרבּן. צי גלויבּסטוּ דאָס? 27 זאָגט זי צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: כֵּן אָדוֹנִי; איך גלויבּ, אַז דוּ בּיסט דער רבי מֵלך המָשיחַ, דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער, דער, וואָס זאָל קוּמען אין דער עולם הזה אַריין. 28 און אַז זי האָט דאָס געזאָגט, איז זי געגאַנגען און האָט גערוּפן מִריָם איר אָחוֹת, און האָט צוּ איר שטילערהייט געזאָגט: דער רֶבּי איז דאָ, און רופט דיך. 29 און ווי יענע האָט דאָס געהערט, איז זי זיך גיך אויפגעשטאנען, און איז צוּ אים געקומען. 30 און רבי מֵלך המָשיחַ איז נאָך נישט געקוּמען אין שטעטל אַריין, נאָר איז נאָך געווען אין דעם אָרט, וואוּ מַרתָּא האָט אים בּאַגעגנט. 31 און די אנשי יהודה, וואָס זענען געווען מיט איר אין דעם שבעה הויז, און האָבּן זי מנַחֵם-אָבל געווען, האָבּן געזען אַז מִריָם האָט זיך גיך אויפגעשטאנען און איז אַרויסגעגאַנגען, זענען זיי איר נאָכגעפאָלגט, ווייל זיי האָבּן געמיינט, אַז זי גייט צוּם קֵבר, כּדי דאָרטן צוּ וויינען. 32 און ווי מִריָם איז אָנגעקוּמען וואוּ רבי מֵלך המָשיחַ איז געווען, און האָט אים געזען, איז זי אנידערגעפאַלן צוּ זיינע רגלים, און האָט צוּ אים געזאָגט: אֲדוֹנִי, אויבּ דוּ וואָלסט דאָ געווען, וואָלט דער בּרודער מיינער נישט זיין נִפְטָר. 33 און ווי רבי מֵלך המָשיחַ האָט זי געזען וויינען, און די ייִדן, וואָס זענען מיט איר געקוּמען, האָבּן אויך געטאָן וויינען, האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזיפצט אין זיין רוּחַ, און האָט זיך מצַער געווען מיט עָגְמַת נֶפֶש. 34 און געזאָגט: וואוּ האָט איר אים געלייגט? זאָגן זיי צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: אֲדוֹנִי, קוּם און זע. 35 יהושע/ישוע האָט געוויינט. 36 די אנשי יהודה האָבּן דעריבּער געזאָגט: זעט ווי ער האָט אים ליבּ געהאַט! 37 אָבּער טייל פוּן זיי האָבּן געזאָגט: צי האָט ער, וואָס האָט געעפנט די אויגן פוּן דעם בּלינדן, דען נישט געקענט מאַכן, אַז אויך דער (אלעזר) זאָל נישט שטאַרבּן? 38 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט ווידער אַמאָל געזיפצט אין זיך, און איז געקוּמען צוּם קֵבר; און עס איז געווען אַ הייֵל, און אַ שטיין איז געלעגן אויף איר. 39 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט: נעמט אַוועק דעם שטיין. זאָגט צוּ אים מַרתָּא, די אָחוֹת פוּן הַמֵּת [נפטר]: אֲדוֹנִי, עס שפּירט זיך שוין פון אים, מחמת ער איז שוין נפטר 4 טעג. 40 זאָגט צוּ איר רבי מֵלך המָשיחַ: צי האָבּ איך דיר דען נישט געזאָגט, אַז אויבּ דוּ וועסט גלויבּן, וועסטוּ זען דעם כָּבוד ה'? 41 און זיי האָבּן אַוועקגענוּמען דעם שטיין. און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויפגעהויבּן זיינע אויגן, און האָט געזאָגט: אלוקים אָבִי, בָּרוּך ה', אַז דוּ האָסט מיך געהערט. 42 און איך האָבּ געוואוּסט, אַז דוּ הערסט מיך תָּמיד; נאָר צוליב דעם המון, וואָס שטייט אַרוּם, האָבּ איך דאָס געזאָגט, כּדי זיי זאָלן גלויבּן, אַז דוּ האָסט מיך געשיקט. 43 און האָבּנדיק דאָס געזאָגט, האָט ער גערוּפן מיט אַ הויך קוֹל: אֶלעָזָר, קוּם אַרויס. 44 און דער נִפְטָר איז אַרויסגעקוּמען, אַרוּמגעוויקלט הענט און רגלים מיט תַּכרִיכים, און זיין פָּנים איז געווען פאַרבּוּנדן מיט אַ טיכל .און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: בּינדט אים אויף, און לאָזט אים גיין. 45 און רבים פוּן די אנשי יהודה, וואָס זענען געקוּמען צוּ מִריָם און האָבּן געזען וואָס ער האָט געטאָן, האָבּן געגלויבּט אין אים. 46 אָבּער עטלעכע פוּן זיי זענען אַוועקגעגאַנגען צוּ די פּרוּשים, און האָבּן זיי דערציילט, וואָס ער האָט געטאָן. 47 די ראָשי-כֹּהַנים און די פּרוּשים האָבּן דעריבּער פאַרזאַמלט דעם סַנהֶדרין, און האָבּן געזאָגט: וואָס זאָלן מיר טאָן? ווייל דער דאָזיקער בן אדם טוּט רבים נִסים! 48 אויבּ מיר לאָזן אים אַזוי, וועלן כל גלויבּן אין אים, און די רוֹמָאִים וועלן קוּמען און אַוועקנעמען אַדְמָתֵנוּ און עַמֵּנוּ [ישראל]. 49 נאָר איינער פוּן זיי, קַיָפָא, דער כֹּהן-גָדול אין יענעם יאָר, האָט צוּ זיי געזאָגט: איר ווייסט גאָרנישט, 50 און איר טוּט אויך נישט בּאַרעכענען, אַז עס איז טויג פאר אייך, אַז אִיש אֶחָד זאָל שטאַרבּן בְּעַד הָעָם [זען ישעיהו 53:6], איידער דאָס כל הָעָם זאָל אוּמקוּמען [ישעיהו 53:8]. 51 און דאָס האָט ער געזאָגט נישט פוּן זיך אַליין, נאָר ווייל ער איז אין געווען כֹּהן-גָדול אין יענעם יאָר, האָט ער נבִיאות געזאָגט, אַז רבי מֵלך המָשיחַ וועט שטאַרבּן בְּעַד הָאֻמָּה [ישראל, זען רומ' 1:16], 52 און נישט נאָר פאַר הָעָם [יִשׂרָאֵל] אַליין, נאָר כּדי ער זאָל איינזאַמלען ווי אֶחָד די יְלָדים פוּן ה', וואָס זענען צעשפּרייֵט. 53 און פוּן יענעם יוֹם אָן האָבּן זיי זיך עֵצָה געהאַלטן, אים צוּ טייטן. 54 רבי מֵלך המָשיחַ איז דעריבּער מער נישט ארוּמגעגאַנגען עפנטלעך צווישן די אנשי יהודה, נאָר איז אוועק פוּן דאָרטן צו דער געגנט נאָענט צוּ דער מִדבּר, אין אַ שטעטל, וואָס האָט געהייסן אֶפרַיִם; און דאָרט איז ער פאַרבּלייבּן מיט משיחס תּלמידים. 55 און עס איז געווען נאָענט פאַר דעם ייִדישן יום-טוֹב פֵּסח, און רבים פוּן דעם לאַנד האָבּן אויף פֵּסח עוֹלה-רֶגל געווען קיין ירוּשָלַיִם, כּדי לְהִטָּהֵר. 56 און זיי האָבּן געזוּכט רבי מֵלך המָשיחַ, און האָבּן געזאָגט איינער צוּם אַנדערן, ווען זיי זענען געשטאַנען אין דעם בֵּית-הַמִקדש: וואָס מיינט איר? אַז ער וועט נישט קוּמען אויף יום-טוֹב? 57 און די ראָשי-כֹּהַנים און די פּרוּשים האָבּן אַרויסגעגעבּן אַ בּאַפעל, אַז אויבּ עמיצער ווייסט וואוּ ער איז, זאָל ער עס צוּ וויסן געבּן, כּדי זיי זאָלן אים כאַפּן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
John 10
Top of Page
Top of Page