Orthodox Hasidic Yiddish Bible יוחנן יוחנן12 יב און 6 טעג פאַר פֵּסַח איז רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען קיין בֵּית-עַנְיָה, וואוּ אֶלעָזָר איז געווען, וועמען רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויפגעוועקט פון די מתים. 2 און זיי האָבּן פאַר אים דאָרטן געמאַכט אַ סעוּדה; און מַרתָּא האָט בּאַדינט, און אֶלעָזָר אָבּער איז געווען איינער פוּן די, וואָס זענען געזעסן מיט רבּי מֵלך המשיח בּיים טיש. 3 און מִריָם האָט גענוּמען לִיטְרָה אַחַת לויטערן נאַרד, קאָסטבּאַרן זאַלבּאייל, און האָט מָשְחָה (געזאַלבּט) די רגלים פוּן רבי מֵלך המָשיחַ, און אָפּגעווישט זיינע רגלים מיט אירע האָר; און דאָס בֵּית איז געוואָרן פוּל מיט דעם רֵיחַ פוּן דעם זאַלבּאייֵל. 4 אָבּער יהוּדה אִיש-קרִיוֹת, איינער פוּן זיינע תּלמידים, דער, וואָס האָט אים געזאָלט פאַרראַטן, האָט געזאָגט: 5 פאַרוואָס האָט מען נישט פאַרקויפט דעם דאָזיקן זאַלבּאייֵל פאַר 300 דינָרים, און דאָס געגעבּן צוּ די עַנִיִּים? 6 און דאָס האָט ער געזאָגט, נישט ווייל ער האָט זיך געדַאגֶהט וועגן די עַנִיִּים, נאָר ווייל ער איז געווען אַ גַנב, און געהאַט דעם קופה בּייטל, פלעגט ער אונטערשלאָגן וואָס מען האָט אַריינגעלייגט. 7 רבי מֵלך המָשיחַ האָט דערפאר געזאָגט: לאָזט זי צופרידן, זאָל זי עס האַלטן פאַר דעם יוֹם פוּן מיין קבוּרה [זען ישעיהו 53:9]. 8 מחמת די עַנִיִּים האָט איר תָּמיד מיט זיך, אָבּער מיך האָט איר נישט תּמיד. 9 און א גרויסער המון ייִדן האָט זיך דערוואוּסט, אַז ער איז דאָרטן; און זיי זענען געקוּמע, נישט בּלויז צוליבּ פוּן רבי מֵלך המָשיחַ, נאָר אויך כּדי צוּ זען אֶלעָזָרן, וועמען ער האָט אויפגעוועקט פון די מתים [זען דניאל 12:2]. 10 און די ראָשי-כֹּהַנים האָבּן זיך בּאַראָטן, אַפילו אֶלעָזָרן אויך צוּ טייטן, 11 ווייל רבים פון די ייִדן זענען צוליבּ אים אַוועקגעגאַנגען, און האָבּן געגלויבּט אין רבי מֵלך המָשיחַ. 12 אויף מָחָר, ווען המון הָעָם, וואָס איז געקוּמען אויף יום-תוֹב, האָט געהערט, אַז רבי מֵלך המָשיחַ קוּמט אָן קיין ירוּשָלַיִם, 13 האָבּן זיי גענוּמען ענָפים פוּן פּאַלמענבּיימער, און זענען אַרויסגעגאַנגען אים מקַבּל-פָּנים זיין און אַנטקייגנצוגיין, און האָבּן געשריגן: הוֹשַע-נָא! בָּרוּך הַבָּא בְּשֵם ה'! מֵלך יִשׂרָאל [תהלים 26-118:25]! 14 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געפוּנען אַן עַיִר [זכריה 9:9], און האָט זיך אויף אים אַרויפגעזעצט, ווי סע שטייט געשריבּן: 15 אַל תִּירְאִי בַּת צִיוֹן! הִנֵּה, דיין מֵלך קוּמט, רייטנדיק אויף אַ יוּנגן אייזל [זכריה 9:9]. 16 דאָס האָבּן משיחס תַּלמידים צום ערשט נישט פאַרשטאַנען; אָבּער אַזוי ווי ער איז פאַרהערלעכט געוואָרן, האָבּן זיי זיך דעמלט דערמאָנט, אַז אַזוי איז וועגן אים געשריבּן געוואָרן, און אַזוי האָבּן זיי אויך צוּ אים געטאָן. 17 און האנשים הרבּים, וואָס איז געווען מיט אים, ווען ער האָט אֶלעָזָרן אַרויסגערוּפן פוּן דעם קֵבר, און אים מחַיֵה-מֵתים געווען, האָט אֵדות געזאָגט וועגן אים. 18 און דערפאר איז אים אויך דאָס עולם אַנטקייגנצוגיין, ווייל זיי האָבּן געהערט, אַז ער האָט געטאָן דאָס דאָזיקע נס. 19 דעריבּער האָבּן די פּרוּשים געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: איר זעט, אַז איר קאָנט גאָרנישט פוֹעלן, הנה די גאַנצע וועלט גייט אים שוין נאָך! 20 און צווישן יענע, וואָס האָבּן עוֹלה-רֶגל געווען להשתחוות אויף יום-טוֹב, זענען אויך געווען עטלעכע גריכן. 21 און די דאָזיקע זענען דערפאר געקוּמען צוּ פיליפּוּסן, וואָס איז געווען פוּן בֵּית-צַידה אין גָלִיל, און האָבּן אים געבּעסן, אַזוי צוּ זאָגן: האַר, מיר וואָלטן וועלן זען יהושע/ישוע. 22 און פיליפּוּס איז געגאַנגען און האָט עס דערציילט אַנדרייַ, און אַנדריי און פיליפּוּס זענען געגאַנגען, און האָבּן עס דערציילט רבי מֵלך המָשיחַ. 23 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי געענטפערט: די שָעה איז געקומען, אַז דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, משיח] זאָל פאַרהערלעכט ווערן. 24 אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך, אחוץ דער גַרְגִיר חִטָּה פאַלט אין האדמה אַריין און שטאַרבּט, בּלייַבּט עס אַליין [לבדּוֹ]: נאָר אויבּ ער שטאַרבּט יאָ, בּרענגט עס פְּרי הַרְבֵּה. 25 דער, וואָס האָט ליבּ זיין נֶפֶש, פאַרלירט עס; און דער, וואָס האָט פיינט זיין נֶפֶש אין הָעוֹלָם הַזֶּה, וועט עס אָפּהיטן צוּם חַיֵּי עוֹלם. 26 אויבּ עמיצער דינט מיר, לאָז ער מיר נאָכפאָלגן; און וואוּ איך בּין, דאָרט וועט אויך זיין מיין מְשָרֵת. אויבּ עמיצער דינט מיר, וועט אים דער אלוקים הָאָב אָפּגעבּן כָּבוד. 27 איצט איז מיין נפש [זען ישעיהו 53:10] זיך מצַער מיט עָגְמַת נֶפֶש; און וואָס זאָל איך זאָגן? אלוקים אָבִי, זיי מיך מַציל פוּן דער דאָזיקער שָעה? לֹא, צוּליבּ דער דאָזיקער סִיבּה [תכלית] בּין איך געקוּמען צוּ דער דאָזיקער שָעה. 28 אלוקים אָבִי, פאַרהערלעך דיין נאָמען. און עס איז געקוּמען אַ בּת קוֹל פוּן שָמַיִם: איך האָבּ שוין פאַרהערלעכט, און וועל ווידער פאַרהערלעכן. 29 און המון מענטשן, וואָס איז דערבּיי געשטאַנען און זיך געהערט, האָט געזאָגט, אַז עס האָט געדוּנערט; אַנדערע האָבּן געזאָגט: אַ מַלאך האָט גערעדט צוּ אים. 30 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט, און געזאָגט: דאָס דאָזיקע בת קוֹל איז נישט געקוּמען צוליב מיר, נאָר צוליב אייך. 31 איצט איז דער מִשפּט פון הָעוֹלָם הַזֶּה; איצט וועט דער שַׂר הָעוֹלָם הַזֶּה אַרויסגעוואָרפן ווערן. 32 און איך, ווען איך וועל אויפגעהויבּן ווערן פוּן הָאָרֶץ [הַגְבָּהָה פון דבר ה', יוחנן 1:1,14], וועל איך צוּציען צוּ מיר כל בְּנֵי אָדָם. 33 דאָס האָט רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט, כּדי מרַמז צוּ זיין, מיט וואָסער מִין מָוֶת ער וועט שטאָרבּן [זען תהלים 22:17]. 34 דער עולם האָט דעריבּער געענטפערט: מיר האָבּן געהערט פוּן דער תּוֹרה, אַז דער רֶבּי מלך המָשיחַ בּלייבּט אויף אייבּיק; און וויאַזוי זשע זאָגסטוּ : דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, מָשיחַ] מוּז אויפגעהויבּן ווערן? ווער איז דאָס דער דאָזיקער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, מָשיחַ]? 35 האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי געזאָגט: נאָך אַ קליינע וויילע איז דאָס אוֹר צווישן אייך. גייט זשע אינם אוֹר, בּשעת איר האָט אוֹר, כדי די חֹשֶךְ זאָל אייך נישט בּאַפאַלן; און דער, וואָס גייט אין דער חֹשֶךְ, ווייסט נישט וואוּהין ער גייט. 36 ווען איר האָט דאָס אוֹר, גלויבּט אין דעם אוֹר, כּדי איר זאָלט ווערן יְלָדים פוּן אוֹר. ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געזאָגט, איז ער אַוועקגעגאַנגען, און האָט זיך פאַרבּאָרגן פוּן זיי. 37 אָבּער הגם ער האָט געטאָן אַזויפיל נִסים פאַר זייערע אויגן, האָבּן זיי דאָך נישט געגלויבּט אין אים, 38 כּדי דאָס דָּבָר פוּן ישעיהו הַנָביא זאָל מקוּים ווערן, וואָס ער האָט געזאָגט: ה', מִי הֶאֱמִין לִשְמֻעָתֵנו וזְרוֹעַ ה' עַל־מִי נִגְלָתָה, ווער האָט געגלויבּט אוּנדזער הערוּנג? און פאַר וועמען איז דער אָרעם פוּן ה' אַנטפּלעקט געוואָרן [ישעיהו 53:1]? 39 צוּליבּ דעם האָבּן זיי נישט געקענט גלויבּן, מחמת ישעיהו האָט ווידער געזאָגט: 40 און ער האָט געמאַכט בּלינד זייערע אויגן, און פאַרהאַרטעוועט זייער לֵב, טאָמער וועלן זיי זען מיט זייערע אויגן, און בּאַנעמען מיט זייער לֵב, און תּשוּבה טאָן, און איך זאָל זיי היילן [ישעיהו 10-6:9]. 41 דאָס האָט ישעיהו געזאָגט, ווייל ער האָט געזען זיין כָּבוד, און גערעדט וועגן אים. 42 דאָך האָבּן רבים אפילו פוּן די שָׂרים געגלויבּט אין אים, נאָר צוּליבּ די פּרוּשים האָבּן זיי עס נישט מוֹדה געווען, כּדי זיי זאָלן נישט אריינגעלייגט ווערן אין חֶרם; 43 ווייל זיי האָבּן ליבּער געהאַט דעם כָּבוד פוּן בְּנֵי אָדָם, ווי דעם כָּבוד פוּן ה' [זען שמואל א 15:30]. 44 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויסגערוּפן, און געזאָגט: דער, וואָס גלויבּט אין מיר, גלויבּט נישט אין מיר, נאָר אין דעם, וואָס האָט מיך געשיקט [ה']. 45 און דער, וואָס זעט מיך, זעט דעם, וואָס האָט מיך געשיקט [ה']. 46 איך בּין געקוּמען אַן אוֹר אין דער עולם הזה אַריין, כּדי דער, וואָס גלויבּט אין מיר, זאָל נישט בּלייבּן אין דער חֹשֶךְ. 47 און אויבּ עמיצער הערט מיינע דברים, און איז שומר איבּער זיי נישט, מִשפּט איך אים נישט; מחמת איך בּין געקוּמען נישט צוּ מִשפּטן די עוֹלם הזה, אֶלָּא להוֹשִיע אֶת העוֹלָם. 48 דער, וואָס וואַרפט מיך אָפּ און איז נישט מקַבּל מיינע דברים, האָט איינעם, האָט זיין שופט; דאָס דָּבָר, וואָס איך האָבּ גערעדט, דאָס דאָזיקע וועט אים מִשפּטן אין דעם יוֹם הָאַחֲרוֹן [יום הדין]. 49 ווייל איך האָבּ פון מיר אליין נישט גערעדט; נאָר ער, וואָס האָט מיך געשיקט, דער אלוקים הָאָב אליין, האָט מיר געגעבּן מצוה [זען ישעיהו 12-53:1], וואָס איך זאָל זאָגן, און וואָס איך זאָל רעדן. 50 און איך ווייס אַז זיין מצוה איז חַיֵּי עוֹלם. דערפאר, וואָס איך רעד, רעד איך אזוי, ווי דער אלוקים הָאָב האָט צו מיר גערעדט. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |