John 13
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן13

יג און פאַר דעם יום-טוֹב פֵּסח האָט רבי מֵלך המָשיחַ געוואוּסט, אַז זיין שָעה איז געקוּמען, אַז ער זאָל אַוועקגיין פוּן דעם עוֹלם-הזה צוּם אלוקים הָאָב; און ער, וואָס האָט ליבּ געהאָט משיחס אייגענע, וואָסזענען אין דער עולם הזה, האָט ער זיי ליבּ געהאַט בּיז צום סוף. 2 און ווען דער סעוּדה, אין אָוונט, ווען הַשָׂטן האָט שוֹין געהאַט געלייגט אין לֵב פוּן יהוּדה בֶּן-שִמעוֹן אִיש-קרִיוֹת, אַז ער זאָל אים פאַרראַטן, 3 הַגַם רבי מֵלך המָשיחַ האָט געוואוּסט, אַז דער אלוקים הָאָב האָט אים איבּערגעגעבּן אַלצדינג אין זיינע הענט אַריין, און אַז ער איז געקוּמען פוּן ה', און גייט צוּ ה', 4 איז רבי מֵלך המָשיחַ אויפגעשטאַנען פוּן טיש, און האָט אַוועקגעלייגט משיחס קַפְטֶן, און האָט גענוּמען אַ מַגֶּבֶת און האָט זיך אַרוּמגעגאַרטלט. 5 דערנאָך האָט רבי מֵלך המָשיחַ אַרייַנגעגאָסן מַיִם אין דעם בּעקן, און האָט אָנגעהויבּן צוּ וואַשן די רגלים פוּן משיחס תּלמידים, און זיי אָפּצוּאווישן מיט דעם מַגֶּבֶת, מיט וועלכן ער איז געווען אַרוּמגעגאַרטלט. 6 אַזוי רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען צוּ שִמעון כֵּיפָא; זאָגט ער צוּ אים: אֲדוֹנִי, דוּ טוּסט וואַשן מיינע רגלים? 7 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט: וואָס איך טוּ, אֵינךָ יוֹדֵעַ איצט, אָבּער שפּעטער וועסטוּ פאַרשטיין. 8 און כֵּיפָא האָט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: דוּ זאָלסט מיר קיינמאָל נישט וואַשן מיינע רגלים. האָט רבי מֵלך המָשיחַ אים געענטפערט: אויבּ איך וואַש דיך נישט, האָסטוּ נישט מיט מיר קיין חֵלֶק. 9 זאָגט צוּ אים שִמעוֹן כֵּיפָא: אֲדוֹנִי, נישט נאָר מיינע רגלים, נאָר אויך מיינע הענט און מיין קאָפּ! 10 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ אים געזאָגט: דער געוואַשענער דאַרף נישט מער ווי אָפּצואוואשן די רגלים, ווייל ער איז אינגאַנצן טָהוֹר. און איר זענט טְהוֹרִים, אָבּער נישט כל. 11 ווייל ער האָט געוואוּסט, ווער עס וועט אים פאַרראַטן; דערפאר האָט ער געזאָגט: איר זענט נישט כל טְהוֹרִים. 12 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געוואַשן זייערע רגלים, און אָנגעטאָן משיחס קַפְטָן, און זיך ווידער אַנידערגעזעצט, און צוּ זיי געזאָגט: צי ווייסט איר, וואָס איך האָבּ צוּ אייך געטאָן? 13 איר רוּפט מיך רֶבּי און אָדוֹן; און ריכטיק זאָגט איר, ווייל איך בּין דאָס. 14 על-כּן, אויבּ איך, אדוננו און מורנו, האָבּ געוואַשן אייערע רגלים, זענט איר אויך מחוּיב צוּ וואַשן רגלים איינער דעם אַנדערנן. 15 מחמת איך האָבּ אייך געגעבּן אַ מוֹפֵת, כּדי איר זאָלט טאָן, ווי איך האָבּ צוּ אייך געטאָן. 16 אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך, אַן עֶבֶד איז נישט גרעסער פוּן זיין אָדוֹן; אויך איז אַ שלִיחַ נישט גרעסער פוּן דעם, וואָס האָט אים געשיקט. 17 אויבּ איר ווייסט די דאָזיקע זאַכן, איז אַשְרֵי אייך, אויבּ איר טוּט זיי. 18 איך רעד נישט פוּן אייך כל; איך ווייס וועמען איך האָבּ אויסדערוויילט; נאָר כּדי דער פָּסוק זאָל מקוּים ווערן: אוֹכֵל לַחְמִי הִגְדִיל עָלַי עָקֵב [תהלים 41:10]. 19 איך זאָג עס אייך איצט, איידער סע געשעט, כּדי ווען סע וועט געשען, זאָלט איר גלויבּן, אַז אֲנִי הוּא. 20 אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך, דער, וואָס איז מקַבּל וועמען איך שיק, איז מיך מקַבּל: און דער, וואָס איז מיך מקַבּל, איז מקַבּל דעם [ה'], וואָס האָט מיך געשיקט. 21 ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געזאָגט: האָט ער זיך מצַער מיט עָגְמַת נֶפֶש געווען אין דעם רוּחַ, און האָט עֵדות געזאָגט: אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך, אַז איינער פוּן אייך וועט מיך פאַרראָטן. 22 די תּלמידים האָבּן דעריבּער געקוּקט איינער אויף דעם אַנדערן, און זענען געווען נישט זיכער פוּן וועמען ער האָט גערעדט. 23 און בּיים טיש האָט זיך איינער פוּן מָשיחַס תּלמידים, וועמען רבי מֵלך המָשיחַ האָט (בּאַזונדערס) ליבּ געהאַט, אָנגעלענט אויף מָשיחַס חֵיק. 24 און שִמעוֹן כֵּיפָא האָט צוּ אים אַ וואוּנק געטאָן, און געזאָגט: זאָג אוּנדז, ווער איז עס, פוּן וועמען ער רעדט דאָס. 25 און ווען ער איז אַזוי געליגן אָנגעלענט אויף מָשיחַס חֵיק, האָט ער צוּ אים געאָגט: אֲדוֹנִי, ווער איז עס? 26 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט: דאָס איז דער, פאַר וועמען איך וועל אייַנטוּנקען דעם [מְרֹרִים, שמות 12:8] בּיסן, און דאָס אים געבּן .און אַז ער האָט אייַנגעטוּנקען דעם בּיסן, האָט ער אים גענוּמען און געגעבּן צוּ יהוּדה בֶּן-שִמעוֹן אִיש-קרִיוֹת. 27 און נאָך דעם [מְרֹרִים, שמות 12:8] בּיסן, איז הָשָׂטן אין אים אַריין, און רבי מֵלך המָשיחַ האָט דעריבּער צוּ אים געזאָגט: וואָס דוּ טוּסט, טוּ מַהֵר. 28 און קיינער בּיים טיש האָט נישט פאַרשטאַנען, פאַרוואָס ער האָט דאָס צוּ אים געזאָגט. 29 ווייל אייניקע האָבּן געמיינט, אַז אַזוי ווי יהוּדה האָט געהאַט דעם קופה בּייטל, האָט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים געזאָגט: קויף איין וואָס מיר בּרויכן אויף יום-טוֹב; אָדער, אַז ער זאָל עפּעס געבּן צו די עַנִיִּים. 30 און ווי ער האָט גענוּמען דעם בּיסן, איז ער מִיָּד אַרויסגעגאַנגען; און עס איז געווען לַיְלָה [זען תסלא 5:5]. 31 און ווען ער איז אַרויסגעגאַנגען, האָט רבי מֵלך המָשיחַ געאָגט: איצט איז דער בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 14-7:13, מָשיחַ] פאַרהערלעכט, און ה' איז פאַרהערלעכט אין אים. 32 און אויבּ ה' איז פאַרהערלעכט אין אים, וועט ה' אים פאַרהערלעכן אין זיך אליין, און טאַקע תֵיכּף וועט ער אים פארהערלעכן. 33 יְלָדים מיינע, נאָך אַ קורצע צייט בּין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוּכן; און ווי איך האָבּ געזאָגט צוּ די ייִדן, אַזוי זאָג איך אייך איצט: וואוּהין איך גיי, קענט איר נישט קוּמען [זען יוחנן 34-7:33]. 34 אַ מצוה חֲדָשָה גיבּ איך אייך, אַז איר זאָלט ליבּ האָבּן איינער דעם אַנדערן; ווי איך האָבּ אייך ליבּ געהאַט, אַזוי זאָלט איר אויך ליבּ האָבּן איינער דעם אַנדערן. 35 דוּרך דעם דאָזיקן וועלן כל דערקענען, אַז איר זענט משיחס תַּלמידים, אויבּ איר וועט האָבּן אַהֲבָה איינער פאַר דעם אַנדערן. 36 זאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ שִמעוֹן כֵּיפָא: אֲדוֹנִי, וואוּהין גייסטוּ? און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט: וואוּהין איך גיי, קענסטוּ מיר איצט נישט נאָכפאָלגן; שפּעטער אָבּער וועסטוּ מיר נאָכפאָלגן. 37 זאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ כֵּיפָא: אֲדוֹנִי, פאַרוואָס קען איך דיר איצט נישט נאָכפאָלגן? מיין נֶפֶש וועל איך אַנידערלייגן פאַר דיינעטוועגן. 38 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט: דיין נֶפֶש וועסטו אנידערלייגן פאַר מיינעטוועגן? אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג דיר: איידער נאָך דער תרנגוֹל וועט קרייֵען, וועסטוּ מיך 3 מאָל פאַרלייקענען!

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
John 12
Top of Page
Top of Page