John 14
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן14

יד זאָל אייער לֵב זיך נישט בּאאומרואיקן; גלאיבּט אין ה', און גלויבּט אויך אין מיר [זען דנאיל 14-7:13]. 2 אין בֵּית אלוקים אָבי זענען דאָ מְעוֹנוֹת רַבִּים; אויבּ סע וואָלט נישט אַזוי געווען, וואָלט איך עס אייך געווען געזאָגט; ווייל איך גיי צוגרייטן פאַר אייך אַ מָקוֹם. 3 און אויבּ איך וועל גיי צוגרייט אַ מָקוֹם פאַר אייך, וועל איך ווידער קוּמען [בּיאת משיח], און אייך נעמען צוּ מיר, כּדי וואוּ איך בּין, זאָלט איר אויך זיין. 4 און וואוּהין איך גיי, ווייסט איר, און איר קענט דעם דֶּרֶךְ. 5 זאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ תֹּאמָא: אֲדוֹנִי, מיר ווייסן נישט וואוּהין דוּ גייסט; וויאַזוי קענען מיר וויסן דעם דֶּרֶךְ? 6 זאָגט צוּ אים רבי מֵלך המָשיחַ: אֲנִי הוּא דער דֶּרֶךְ, און דער אֶמת, און דאָס חַיים; קיינער קוּמט נישט צוּ דעם אלוקים הָאָב [ה'], אחוץ דוּרך מיר [זען יוח' 1:1]. 7 אויבּ איר וואָלט מיך געקענט, וואָלט איר אויך געקענט מיין אלוקים הָאָב; פוּן איצט אָן קענט איר אים, און האָט אים געזען. 8 זאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ פיליפּוּס: אֲדוֹנִי, ווייז אוּנדז דעם אלוקים הָאָב, און עס וועט זיין פאַר אוּנדז גענוּג. 9 זאָגט צוּ אים רבי מֵלך המָשיחַ: אַזאַ לאַנגע צייט בּין איך שוין מיט אייך, און דוּ, פיליפּוּס, קענסט מיך נישט? דער, וואָס האָט מיך געזען, האָט געזען דעם אלוקים הָאָב [זען קול' 1:15; יהודים אין משיח 1:3; יוחנן 12:45; מחזור ראש השנה ויום הכפורים כמנהג ספרד: ישוע שר הפּנים]; און וויאַזוי קענטסוּ זאָגן: ווייז אוּנדז דעם אלוקים הָאָב? 10 צי גלויבּסטוּ נישט, אַז איך בּין אין דעם אלוקים הָאָב, און דער אלוקים הָאָב איז אין מיר [זען יוח' 1:1; דניאל 14-7:13]? הַדְּבָרִים, וואָס איך רעד אייך, רעד איך נישט פוּן מיר אַליין; נאָר דער אלוקים הָאָב, וואָס וואוינט אין מיר, טוּט זיינע פְּעֻלּוֹת. 11 גלויבּט מיר, אַז איך בּין אין דעם אלוקים הָאָב, און דער אלוקים הָאָב איז אין מיר; אויבּ נישט סאָ גלויבּט מיר צוּליבּ די פְּעֻלּוֹת אַליין. 12 אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך, דער, וואָס גלויבּט אין מיר, וועט אויך טאָן די מַעשׂים, וואָס איך טוּ, און גרעסערע מַעשׂים ווי די דאָזיקע וועט ער טאָן, ווייל איך גיי צוּ דעם אלוקים הָאָב. 13 און וואָס איר וועט בּעטן אין מיין נאָמען, דאָס וועל איך טאָן, כּדי דער אלוקים הָאָב זאָל פאַרהערלעכט ווערן אין דעם זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער]. 14 אויבּ איר וועט מיך עפּעס בּעטן אין מיין נאָמען, וועל איך עס טאָן. 15 אויבּ איר האָט מיך ליבּ, זאָלט איר זיין שומר איבּער מיינע מִצוות [זען תהלים 103:18]. 16 און איך וועל בּעטן דעם אלוקים הָאָב, און ער וועט אייך געבּן אַן אַנדערן מֵלִיץ יושר [פּרקליט], כּדי ער זאָל זיין מיט אייך לְעוֹלָם, 17 דעם רוּחַ הָאֶמת, וואָס די עולם הזה קען אים נישט אויפנעמען, מחמת די עולם הזה זעט אים נישט, און האט נישט דעת פון אים. איר קענט אים יאָ; ווייל ער בּלייבּט בּיי אייך, און וועט זיין אין אייך. 18 איך וועל אייך נישט איבּערלאָזן יתוֹמים; איך וועל קוּמען צוּ אייך [מלא 6:13]. 19 נאָך אַ קליינע וויילע און די עוֹלם הַזֶּה וועט מיך מער נישט זען, איר אָבּער וועט מיך זען [זען קורא 8-15:4]; ווייל אֲנִי חַי, וועט איר אויך לעבּן [רומ' 4:25; 5:18]. 20 אין יוֹם הַהוּא וועט איר וויסן, אַז איך בּין אין מיין אלוקים אָבִי, און איר זענט אין מיר, און איך בין אין אייך. 21 דער, וואָס האָט מיינע מִצוות, און איז שומר איבּער זיי, דער איז עס, וואָס האָט מיך ליבּ; און דער, וואָס האָט מיך ליבּ, וועט זיין געליבּט פוּן אלוקים אָבִי, און איך וועל אים ליבּ האָבּן און וועל מיך צוּ אים אַנטפּלעקן. 22 זאָגט צוּ אים יהוּדה (נישט אִיש-קרִיוֹת): אֲדוֹנִי, ווי קוּמט עס, וואָס דוּ וועסט דיך אַנטפּלעקן צוּ אוּנדז, און נישט צוּ דער עוֹלם הַזֶּה [זען מהש 10:41]? 23 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: אויבּ עמיצער האָט מיך ליבּ, וועט ער זיין שומר איבּער מיין דָּבָר, און אלוקים אָבִי וועט אים ליבּ האָבּן, און מיר [זען דניאל 14-7:13] וועלן קוּמען צוּ אים, און מאַכן בּיי אים אוּנדזער מִשְכָּן [מָעוֹן]. 24 דער, וואָס האָט מיך נישט ליבּ, נישט איז שומר איבּער מיינע דבָרים; און דאָס דָּבָר, וואָס איר הערט, איז נישט מיינס, נאָר פון אלוקים הָאָב, וואָס האָט מיך געשיקט. 25 דאָס האָבּ איך אייך גערעדט, זייענדיק בּיי אייך. 26 אָבּער דער מֵלִיץ יושר [פּרקליט], דער רוּחַ-הַקודֶש, וועמען דער אלוקים הָאָב וועט שיקן אין מיין נאָמען, ער וועט אייך אַלץ לערנען, און אייך דערמאָנען אלץ, וואָס איך האָבּ אייך געזאָגט. 27 שָלום ה' לאָז איך איבּער מיט אייך; מיין שָלום [משיחס שָלום] גיבּ איך אייך; נישט ווי די עוֹלם הַזֶּה גיט, גיבּ איך אייך. זאָל זיך אייער לֵב נישט בּאַאומרואיקן, און זאָל עס נישט מוֹרא האָבּן [זיין מֹרֶךְ-לֵב]. 28 איר האָט געהערט, אַז איך האָבּ אייך געזאָגט: איך גיי אַוועק [יוח' 14:12], און איך וועל קוּמען (ווידער) צוּ אייך [יוח' 14:18; יהודים אין משיח 9:28]. אויבּ איר וואָלט מיך ליבּ געהאַט, וואָלט איר זיך געפריידט און שִׂמְחָה האָבּן, אַז איך גיי צוּ דעם אלוקים הָאָב; מחמת דער אלוקים הָאָב איז גרעסער פוּן מיר [זען ישעיהו 55:11]. 29 און איצט האָבּ איך עס אייך געזאָגט, איידער סע געשעט, כּדי, ווען סע וועט געשען, זאָלט איר גלויבּן און האבּן אֱמוּנָה. 30 איך וועל מער נישט רעדן קיין סַך מיט אייך; ווייל דער שַׂר פוּן דער עוֹלם הַזֶּה קוּמט. און אין מיר האָט ער גאָרנישט; 31 נייערט כּדי די עוֹלם זאָל וויסן, אַז איך האָבּ ליבּ דעם אלוקים הָאָב, און ווי דער אלוקים הָאָב האָט מיר געבּאָטן [זען ישעיהו 12-53:1], אַזוי טוּ איך. שטייט אויף, און לאָמיר גיין פוּנדאַנען.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
John 13
Top of Page
Top of Page