Orthodox Hasidic Yiddish Bible יוחנן יוחנן15 טו אֲנִי הוּא הַגֶּפֶן הָאֲמִתִּית, און אלוקים אָבִי איז הַכּוֹרֵם. 2 יעדן צווייג אין מיר, וואָס טראָגט נישט קיין פֵּירות, אלוקים הָאָב נעמט אַוועק; און יעדן, וואָס טראָגט פֵּירות, אלוקים הָאָב זָמַר [ויקרא 25:3], כּדי ער זאָל טראָגן מער פֵּירות. 3 איר זענט שוֹין טָהוֹר, דוּרך דעם דָּבָר, וואָס איך האָבּ צוּ אייך גערעדט. 4 בּלייבּט אין מיר, און איך אין אייך. ווי דער צווייג קען נישט טראָגן קיין פֵּירות פוּן זיך אַליין, אחוץ ער בּלייבּט אין הַגֶּפֶן, אַזוי קענט איר אויך נישט, אחוץ איר בּלייבּט אין מיר. 5 אני הוא הַגֶּפֶן, איר זענט די צווייגן. ווער עס בּלייבּט אין מיר, און איך אין אים, דער טראָגט פְּרִי לָרֹב; ווייל אָן מיר קאָנט איר גאָרנישט טאָן. 6 אויבּ עמיצער בּלייבּט נישט אין מיר, ווערט ער אַרויסגעוואָרפן אינדרויסן, ווי די צווייג וואס ווערט פאַרדאַרט; און מען זאַמלט זיי איין און מען וואַרפט זיי אין אֵש אַריין [זען ישעיהו 66:24], און זיי ווערן פאַרבּרענט. 7 אויבּ איר בּלייבּט אין מיר, און מיינע דברים בּלייבּן אין אייך, מעגט איר בּעטן וואָס איר ווילט, און סע וועט אייך געטאָן ווערן. 8 אין דעם זאזיקן איז אלוקים אָבִי פאַרהערלעכט, אַז איר זאָלט טראָגן פְּרִי לָרֹב, און אזוי זיין מיינע [משיחס] תּלמידים. 9 ווי דער אלוקים הָאָב האָט מיך ליבּ געהאַט, אַזוי האָבּ איך אייך ליבּ געהאַט; בּלייבּט אין מיין אַהֲבָה [זען יהודה 1:21]. 10 אויבּ איר וועט זיין שומר איבּער מיינע מִצוות, וועט איר בּלייבּן אין מיין אַהֲבָה, טאקע ווי איך בּין שומר איבּער מִצוות פון אלוקים אָבִי, און בּלייבּן אין זיין אַהֲבָה. 11 דאָס האָבּ איך צוּ אייך גערעדט, כּדי מיין שִׂמְחָה זאָל זיין אין אייך, און אייער שִׂמְחָה זאָל ווערן פוּל. 12 דאָס דאָזיקע איז מיין געבּאָט, אַז איר זאָלט ליבּ האָבּן איינער דעם אַנדערן, ווי איך האָבּ אייך ליבּ געהאַט. 13 קיינער האָט נישט קיין גרעסערע אַהֲבָה ווי די דאָזיקע, אַז ער זאָל מַקריב זיין נֶפֶש [זען ישעיהו 53:8,10] פאַר זיינע חבר. 14 איר זענט מיינע חברים, אויבּ איר טוּט דאָס, וואָס איך בּאַפעל אייך. 15 איך טוּ אייך מער נישט רוּפן קיין עֲבָדִים; ווייל דער עֶבֶד ווייסט נישט וואָס זיין אָדוֹן טוּט; נייערט איך האָבּ אייך גערוּפן חברים, ווייל אַלץ, וואָס איך האָבּ געהערט פוּן אלוקים אָבִי, האָבּ איך אייך געגעבּן צוּ וויסן. 16 נישט איר האָט מיך אויסדערוויילט, נייערט איך האָבּ אייך אויסדערוויילט, און האָבּ אייך בּאַשטימט, אַז איר זאָלט גיין און טראָגן פֵּירות, און אַז אייערע פֵּירות זאָלן בּלייַבּן; כּדי וואָס איר וועט בּעטן דעם אלוקים הָאָב אין מיין נאמען, זאָל ער אייך געבּן. 17 דאָס בּאַפעל איך אייך, כּדי איר זאָלט ליבּ האָבּן איינער דעם אַנדערן. 18 אויבּ די עוֹלם הַזֶּה האָט אייך פיינט, ווייסט איר, אַז זי האָט מיך, קודם כל, פיינט געהאַט איידער זי האָט אייך פיינט געהאַט. 19 אויבּ איר וואָלט געווען פוּן דער עוֹלם הַזֶּה, וואָלט די עוֹלם הַזֶּה ליבּ געהאַט דאָס, וואָס איז איר אייגנס; ווייל אָבּער איר זענט נישט פוּן דער עוֹלם הַזֶּה, נאָר איך האָבּ אייך אויסדערוויילט פוּן דער עוֹלם הַזֶּה; דערפאַר האָט אייך די עוֹלם הַזֶּה פיינט. 20 געדענקט דאָס דָּבָר, וואָס איך האָבּ אייך געזאָגט: אָן עֶבֶד איז נישט גרעסער ווי זיין אָדוֹן. אויבּ מען האָט מיך גערוֹדֶפט, וועט מען אייך אויך רוֹדֶפן; אויבּ זיי זיינען געווען שומר איבּער מיין דָּבָר, וועלן זיי אויך אייערס זיין שומר. 21 אָבּער דאָס כל וועלן מען אייך טאָן צוליבּ מיין נאָמענוועגן, ווייל זיי קענען נישט אים [ה'], וואָס האָט מיך געשיקט. 22 אויבּ איך וואָלט נישט געקוּמען און גערעדט צוּ זיי, וואָלטן זיי נישט געהאַט קיין עבירה; איצט אָבּער האָבּן זיי נישט קיין פטור פאַר זייער עבירה. 23 ווער עס האָט מיך פיינט, דער האָט אויך פיינט אלוקים אָבִי [ה']. 24 אויבּ איך וואָלט נישט געטאָן צווישן זיי די מַעשׂים, וואָס קיין אַנדערער האָט נישט געטאָן [יוח' 9:32], וואָלטן זיי נישט געהאַט קיין עבירה; אָבּער איצט האָבּן זיי געזען, און האָבּן פיינט געהאַט סיי מיך און סיי אלוקים אָבִי [ה']. 25 כדי סע זאָל מקוּים ווערן דאָס דָּבָר, וואָס שטייט געשריבּן אין זייער תּוֹרה: שִנְאַת חִנָם שְנֵאוּנִי [תהלים 35:19; 5-69:4; 109:3]. 26 אָבּער ווען דער מֵלִיץ יושר [פּרקליט, מְנַחֵם] וועט קוּמען, וועמען איך וועל שיקן צוּ אייך פוּן דעם אלוקים הָאָב, דעם רוּחַ הָאֶמת, וואָס קוּמט אַרויס פוּן דעם אלוקים הָאָב, וועט ער אֵדות זאָגן וועגן מיר; 27 און אויך איר וועט אֵדות זאָגן, ווייל איר זענט געווען מיט מיר פוּן אָנהייבּ אָן . THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |