John 16
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן16

טז דאָס האָבּ איך צוּ אייך גערעדט, כּדי איר זאָלט נישט נכשול ווערן איבּער אַ מִיכשול. 2 זיי וועלן אייך אויסשליסן פוּן קָהל און לייגן אין חרם אריין: יאָ, סע קוּמט אָן אַ שָעה, אַז יעדער איינער, וואָס וועט אייך הַרגענען, וועט מיינען, ער דינט ה' דערמיט. 3 און דאָס וועלן זיי טאָן, ווייל זיי האָבּן נישט געקענט דעם אלוקים הָאָב, און נישט מיך. 4 און דאָס האָבּ איך גערעדט צוּ אייך, כּדי, ווען די שָעה וועט קוּמען, זאָלט איר זיך דערמאָנען דערין, אַז איך האָבּ עס אייך געזאָגט. אין אָנהייבּ אַבּער האָבּ איך עס אייך נישט געזאָגט, ווייל איך בּין געווען מיט אייך. 5 און איצט גיי איך צוּ אים, וואָס האָט מיך געשיקט; און קיין איינער פוּן אייך פרעגט מיך נישט: וואוּהין גייסטוּ? 6 נאָר ווייל איך האָבּ דאָס גערעדט צוּ אייך, האָט צַער אָנגעפילט אייער לֵב. 7 איך זאָג אייך אָבּער דעם אֶמת, עס איז טוֹב פאַר אייך, אַז איך גיי אַוויק; ווייל אויבּ איך זאָל גיי נישט אַוועק, וועט דער מֵלִיץ יושר [פּרקליט] בּשום אופן נישט קוּמען צוּ אייך; און אויבּ איך גיי יאָ, וועל איך אים שיקן צוּ אייך. 8 און ווען ער וועט קוּמען, וועט ער איבּערצייגן די עוֹלם הַזֶּה וועגן עבירה [ישעיהו 53:6], און וועגן צֶדֶק [זען דניאל 9:24], און וועגן מִשפּט [זען דניאל 12:2]: 9 וועגן עבירה, ווייל זיי האָבּן נישט געגלויבּן אין מיר; 10 וועגן צֶדֶק [דניאל 26-9:24; ישעיהו 53:11], ווייל איך גיי צוּ דעם אלוקים הָאָב, און איר וועט מיך מער נישט זען; 11 און וועגן מִשפּט, ווייל דער שַׂר פוּן דער עוֹלם הַזֶּה איז געמִשפּט געוואָרן. 12 נאָך אַ סך האָבּ איך אייך צוּ זאָגן, נאָר איר קענט עס איצט נישט דערטראָגן. 13 דאָך ווען ער וועט קומען, דער רוּחַ הַאֶמת, וועט ער אייך פירן אין כל הָאֶמֶת אַריין; ווייל ער וועט נישט רעדן פוּן זיך אַליין, נאָר אלץ, וואָס ער הערט, וועט ער רעדן; און ער וועט אייך אָנזאָגן דאָס, וואָס ראַרף ערשט קוּמען. 14 ער וועט מיך פאַרהערלעכן, ווייל ער וועט בּאַקומען פוּן דעם, וואָס איז מיין און וועט עס אייך דערקלערן. 15 אַלץ, וואָס דער אלוקים הָאָב האָט, איז מיין; דערפאר האָבּ איך געזאָגט, אַז ער נעמט פוּן דעם, וואָס איז מיין, און וועט עס אייך אָנזאָגן. 16 נאָך אַ קליינע וויילע, און איר זעט מיך מער נישט; און ווידער אַ קליינע וויילע, און איר וועט מיך יאָ זען. 17 אייניקע פוּן משיחס תַּלמידים האָבּן דעריבּער געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: וואָס איז דאָס, וואָס ער זאָגט צוּ אוּנדז: נאָך אַ קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט; און ווידער אַ קליינע וויילע, און איר וועט מיך זען? און: ווייל איך גיי צוּ דעם אלוקים הָאָב? 18 זיי האָבּן דערפאר געזאָגט: וואָס איז דאָס, וואָס ער זאָגט: אַ קליינע וויילע? מיר פאַרשטייען נישט, וואָס ער זאָגט. 19 רבי מֵלך המָשיחַ האָט בּאַמערקט, אַז זיי ווילן אים עפּעס פרעגן, און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: פאָרשט איר צווישן זיך וועגן דעם, וואָס איך האָבּ געזאָגט: נאָך אַ קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט, און ווידער אַ קליינע וויילע, און איר וועט מיך זען? 20 אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך: איר וועט וויינען און קלאָגן, אָבּער די עוֹלם הַזֶּה וועט זיך פרייען; איר וועט זיין טרויעריק, אָבּער אייער טרויער וועט פאַרקערט ווערן צוּ שִׂמְחָה [מרק' 16:10; יוח' 20:20]. 21 אַן אִשָּה, ווען זי גייט צוּ קינד, איז טרויעריק, מחמת איר שָעה איז געקומען; ווען אָבּער זי האָט געבּוירן דאָס קינד, געדענקט זי נישט מער די יסוּרים, צוליבּ דער שִׂמְחָה, אַז אָדָם איז געבּוירן געוואָרן אין דער וועלט אַריין. 22 אַזוי האָט איר אויך איצט צַער, אָבּער איך וועל אייך ווידער זען, און אייער לֵב וועט זיך פרייען, און די שִׂמְחָה אייערע וועט קיינער נישט אַוועקנעמען פון אייך. 23 און אין יוֹם הַהוּא וועט איר מיך גאָרנישט מער פרעגן. אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג אייך, וואָס איר וועט נאָר בּעטן דעם אלוקים הָאָב, וועט ער אייך געבּן אין מיין נאמען. 24 בּיז אַצונד האָט איר גאָרנישט געבּעטן אין מיין נאמען [האדון יהושע/ישוע]; בּעט, און איר וועט בּאַקוּמען, כּדי אייער שִׂמְחָה זאָל ווערן פוּל. 25 די דאָזיקע זאָכן האָבּ איך גערעדט צוּ אייך אין משָלים; עס קוּמט אָן אַ שָעה, ווען איך וועל מער נישט רעדן צוּ אייך אין משָלים, נייערט איך וועל אייך זאָגן אָפן וועגן דעם אלוקים הָאָב [ה']. 26 אין יוֹם הַהוּא וועט איר בּעטן אין מיין נאמען; און איך זאָג אייך נישט, אַז איך וועל בּעטן דעם אלוקים הָאָב פאַר אייערטוועגן, 27 מחמת דער אלוקים הָאָב אַליין האָט אייך ליבּ, מחמת איר האָט מיך ליבּ געהאַט, און האָט געגלויבּט, אַז איך בּין ארויסגעקוּמען פוּן ה'. 28 איך בּין ארויסגעקוּמען פוּן דעם אלוקים הָאָב, און בּין געקוּמען אין דער עוֹלם הַזֶּה אַריין; און ווידער פאַרלאָז איך די עוֹלם הַזֶּה, און גיי צוּ דעם אלוקים הָאָב. 29 און משיחס תּלמידים האָבּן געזאָגט: הִנֵּה, איצט רעדסטוּ אָפן, און זאָגסט נישט קיין מָשל. 30 איצט ווייסן מיר, אַז דוּ ווייסט אַלץ, און דאַרפסט נישט, אַז עמיצער זאָל דיך פרעגן; דוּרכדעם גלויבּן מיר, אַז דוּ בּיסט אַרויסגעקוּמען פוּן ה'. 31 האָט רבי מֵלך המָשיחַ זיי געענטפערט: איצט גלויבּט איר? 32 הנה, עס קוּמט אַ שָעה, און האָט שוין גענעענט, אַז איר וועט ווערן צעשפּרייט, יעדער איינער צוּ זיינע אייגענע, און מיך וועט איר איבערלאָזן אַליין: אָבּער איך בּין דאָך נישט אַליין, מחמת דער אלוקים הָאָב איז מיט מיר. 33 דאָס האָבּ איך גערעדט צוּ אייך, כּדי אין מיר זאָלט איר האָבּן שָלום. אין דער עוֹלם הַזֶּה האָט איר צָרות; אָבּער זייט געטרייסט, איך האָבּ מנצח געווען די עוֹלם הַזֶּה.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
John 15
Top of Page
Top of Page