John 17
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן17

יז דאָס האָט רבי מֵלך המָשיחַ גערעדט, און ער האָט אויפגעהויבּן זיינע אויגן צוּם שָמַיִם, און געזאָגט: אלוקים אָבִי, די שָעה האָט גענעענט, פאַרהערלעך דיין זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער], כּדי דער זוּן זאָל דיך פאַרהערלעכן; 2 ווי דוּ האָסט אים געגעבּן סמכוּת איבּער כָּל בָּשָר, כּדי ער זאָל געבּן חַיֵּי עוֹלם צוּ כל, וועס דוּ האָסט אים געגעבּן. 3 און דאָס איז דאָס חַיֵּי עוֹלם, אַז זיי זאָלן דיך קענען, דעם אלוקֵי הָאֱמֶת לְבַדּוֹ, און יהושע/ישוע דער רֶבּי מלך המָשיחַ וועמען דוּ האָסט געשיקט. 4 איך האָבּ דיך פאַרהערלעכט אויף דער ערד, איך האָבּ פאַרענדיקט דאָס עֲבוֹדת קודש ווערק, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן צוּ טאָן. 5 און איצט, אלוקים אָבִי, פאַרהערלעך דוּ מיך, מיט דער הערלעכקייט, מיט דעם כָּבוד, וואָס איך האָבּ געהאַט בּיי דיר, איידער הָעוֹלָם איז (בּאַשאַפן) געוואָרן [זען דניאל 14-7:13]. 6 איך האָבּ אַנטפּלעקט דיין נאמען [טֶבַע פון אלוקים הָאָב] צוּ די בְּנֵי אָדָם, וועלכע דוּ האָסט מיר געגעבּן אויס דער עוֹלם הַזֶּה; זיי זענען געווען דיינע, און דוּ האָסט זיי מיר געגעבּן; און זיי זיינען געווען שומר איבּער דיין דָּבָר. 7 איצט ווייסן זיי, אַז אַלץ, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן, איז פוּן דיר; 8 ווייל די דברים, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן, האָבּ איך זיי געגעבּן; און זיי האָבּן זיי מקַבּל געווען, און האָבּן בּאמת דערקענט, אַז איך קוּם פוּן דיר, און זיי האָבּן געגלויבּט, אַז דוּ האָסט מיך געשיקט. 9 איך בּעט פאַר זיי; איך בּעט נישט פאַר דער עוֹלם הַזֶּה, נייערט פאַר די, וועלכע דוּ האָסט מיר געגעבּן, ווייל זיי זענען דיינע; 10 און אַלץ, וואָס איז מיינס, איז דיינס, און דיינס איז מיינס, און איך בּין פאַרהערלעכט אין זיי. 11 און איך בּין נישט מער אין דער עוֹלם הַזֶּה, אָבּער זיי זענען אין דער עוֹלם הַזֶּה, און איך קוּם צוּ דיר. אלוקים אָבִי הַקָּדוש, זיין שומר איבּער זיי אין דיין נאמען, יענע, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן, כּדי זיי זאָלן זיין אֶחָד, אַזוֹיווי מיר [זען דניאל 14-7:13; דברים 6:4] זענען אֶחָד. 12 ווען איך בּין געווען מיט זיי, איך זיי בּין געווען שומר איבּער אין דיין נאמען, יענע, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן; און איך בּין געווען שומר איבּער זיי, און קיינער פוּן זיי איז נישט פּאַרלוירן געגאַנגען, אחוץ דער בֶּן הָאֲבַדּוֹן, כּדי דער פָּסוק זאָל מקוּים ווערן [זען תהלים 41:10] 13 אָבּער איצט קוּם איך צוּ דיר; און דאָס רער איך אין דער עוֹלם הַזֶּה, כּדי זיי זאָלן האָבּן אין זיך מיין פולע שִׂמְחָה. 14 איך האָבּ זיי געגעבּן דיין דברים; און העוֹלם הַזֶּה האָט זיי פיינט געהאַט, ווייל זיי זענען נישט פוּן דער עוֹלם הַזֶּה, טאקע ווי איך בּין נישט פוּן דער עוֹלם הַזֶּה. 15 איך בּעט נישט, אַז דוּ זאָלסט זיי אַרויסנעמען אויס דער עוֹלם הַזֶּה, נאָר אַז דוּ זאָלסט זיי אָפהיטן פוּן דעם בּייזן. 16 זיי זענען נישט פוּן דער עוֹלם הַזֶּה, פּונקט ווי איך בּין נישט פוּן דער עוֹלם הַזֶּה. 17 הייליק זיי אין דעם אֶמת; דיין דָּבָר איז אֶמת. 18 ווי דוּ האָסט מיך געשיקט אין דער עוֹלם הַזֶּה אַריין, אַזוי האָבּ איך זיי געשיקט אין דער עוֹלם הַזֶּה אַריין. 19 און פאַר זייערטוועגן הייליק איך מיך, כּדי זיי זאָלן זיין געהייליקט אין דעם אֶמת. 20 און נישט נאָר פאַר די דאָזיקע אַליין בּעט איך, נאָר אויך פאַר יענע, וואָס וועלן גלויבּן אין מיר דוּרך זייער דָּבָר, 21 כּדי אלץ זאָלן זיין אֶחָד; ווי דוּ, אלוקים אָבִי, בּיסט אין מיר, און איך אין דיר, אַז זיי זאָלן אויך זיין אין אוּנדז [זען דניאל 14-7:13], כּדי הָעוֹלָם זאָל גלויבּן, אַז דוּ האָסט מיך געשיקט. 22 און דעם כָּבוד, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן, האָבּ איך זיי געגעבּן, כּדי זיי זאָלן זיין אֶחָד, פּונקט ווי מיר זענען אֶחָד, 23 איך אין זיי, און דוּ אין מיר, כּדי זיי זאָלן ווערן שלֵימוּתדיק אֶחָד, כּדי די עוֹלם זאָל וויסן, אַז דוּ האָסט מיך געשיקט, און האָסט זיי ליבּ געהאַט, פּונקט אַזוֹיווי דוּ האָסט מיך ליבּ געהאַט. 24 אלוקים אָבִי, איך וויל, אַז וואו איך בּין, זאָלן אויך זיין מיט מיר די [זען ישעיהו 7:14], וועלכע דוּ האָסט מיר געגעבּן, כדי זיי זאָלן זען מיין כָּבוד, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן, ווייל דוּ האָסט מיך ליבּ געהאַט פון פאַר דער הִוָּסֵד תֵּבֵל. 25 אָ, אלוקים אָבִי הַצַּדִּיק, די עוֹלם הַזֶּה האָט דיך נישט געקענט, אָבּער איך האָבּ דיך יאָ געקענט; און די דאָזיקע ווייסן, אַז דוּ האָסט מיך געשיקט. 26 און איך האָבּ פאַר זיי בּאַקאַנט געמאַכט דיין נאמען, און איך וועל אים בּאַקאַנט מאַכן, כּדי די אַהֲבָה, מיט וועלכער דוּ האָסט מיך ליבּ געהאַט, זאָל זיין אין זיי, און איך אין זיי.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
John 16
Top of Page
Top of Page