John 18
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן18

יח און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט פאַרענדיקט די דאָזיקע דָּבָרִים, איז ער אַרויסגעגאַנגען מיט מָשיחס תַּלמידים איבּער דעם נַחַל קִדרוֹן, וואוּ עס איז געווען אַ גאָרטן [גַּת שְמָנִים], אין וועלכן ער איז אַרייַנגעגאַנגען מיט משיחס תַּלמידים. 2 און אויך יהוּדה, וואָס האָט אים פאַרראָטן, האָט געקענט דאָס מָקוֹם; ווייל רבי מֵלך המָשיחַ איז זיך דאָרט פילמאָל צוּזאמענגעקומען מיט משיחס תַּלמידים. 3 און יהוּדה, ווען ער הָאט בּאַקוּמען דאָס חַיָּלִים און די מְשָרֵתים פוּן די ראָשי-כֹּהַנים און די פּרוּשים, איז אָנגעקוּמען אַהין מיט פאַקלען און לאַנטערנס און כּלֵי-זַיִן. 4 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געוואוּסט אַלץ, וואָס וועט קומען אויף אים, און ער איז אַרויסגעגאַנגען, און האָט צוּ זיי געזאָגט: וועמען זוּכט איר? 5 האָבּן זיי אים געענטפערט: יהושע/ישוע פוּן נָצְרַת. זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ זיי: אֲנִי הוּא. און יהוּדה, וואָס האָט אים פאַרראָטן, איז געשטאַנען מיט זיי. 6 און ווען ער האָט צוּ זיי געזאָגט: אֲנִי הוּא, זענען זיי אָבּגעטרעטן הינטערווייַלעכץ, און זענען געפאַלן צוּ דער ערד. 7 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיי ווידער געפרעגט: וועמען זוּכט איר? און זיי האָבּן געזאָגט: יהושע/ישוע פוּן נָצְרַת. 8 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט: איך האָבּ אייך דאָך געזאָגט, אַז אֲנִי הוּא! על-כּן, אויבּ איר זוּכט מיך, לאָזט די דאָזיקע גיין. 9 כּדי סע זאָל מקוּים ווערן דאָס דָּבָר, וואָס ער האָט גערעדט: פוּן יענע, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן, האָבּ איך נישט פאַרלוירן קיין איינעם [יוח' 17:12; 10:11]. 10 און שִמעוֹן כֵּיפָא, וואָס האָט געהאַט אַ חֶרֶב, האָט זי אַרויסגעצויגן, און האָט אַ זעץ געטאָן דעם עֶבֶד פון כֹּהן-גָדולס, און אים אָפּגעהאַקט זיין רעכטן אויער. און דעם נאמען פון עֶבֶד איז געווען מַלכוּס. 11 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזאָגט צוּ כֵּיפָא: טוּ אַריין די חֶרֶב אין דער שייֵד; דעם כּוֹס, וואָס דער אלוקים הָאָב האָט מיר געגעבּן, זאָל איך אים נישט טרינקן? 12 און דאָס חַיָּלִים און דער מְפַקְּדים און די מְשָרֵתים פוּן די אנשי יהודה, האָבּן געכאַפּט רבי מֵלך המָשיחַ און אים געבּונדן אים אין אן עֲקֵדָה, 13 און האָבּן אים קוֹדם כל געפירט צוּ חָנָן, ווייל ער איז געווען דער שווער פוּן קַיָפָא, וועלכער איז געווען כֹּהן-גָדול אין יענעם יאָר. 14 און עס איז געווען קַיָפָא, וואָס האָט געגעבּן אַן עֵצה צו די אנשי יהודה אַז עס איז גוט איין בן אדם זאָל שטאַרבּן פאַר הָעָם [זען ישעיהו 53:8]. 15 און שִמעוֹן כֵּיפָא און אַן אַנדערער תלמיד האָבּן נאָכגעפאָלגט רבי מֵלך המָשיחַ. און דער דאָזיקער תַּלמיד איז געווען בּאַקאַנט מיט דעם כֹּהן-גָדול, און ער איז אַרייַנגעגאַנגען מיט רבי מֵלך המָשיחַ אין דעם חֲצַר פוּן דעם כֹּהן-גָדול, 16 כֵּיפָא איז געשטאַנען בּיי דער טיר אינדויסן. און דער אַנדערער תַּלמיד, וואָס איז געווען בּאַקאַנט מיט דעם כֹּהן-גָדול, איז אַרויסגעגאַנגען און האָט גערעדט מיט דער טיר-וועכטערין, און האָט אַרייַנגעבּראַכט כֵּיפָא. 17 און די שִפְחָה, די טיר-וועכטערין, האָט געזאָגט צוּ כֵּיפָא: בּיסטוּ נישט אויך איינער פוּן די תַּלמידים פון דעם דאזיקן מענטש? זאָגט ער: איך בּין נישט. 18 און די עַבָדים און די מְשָרֵתים זענען דאָרט געשטאַנען, און האָבּן געמאַכט אַ הדלקה פוּן קוילן, מחמת עס איז געווען קאַלט, און זיי האָבּן זיך געוואַרעמט; און כֵּיפָא איז אויך געשטאַנען מיט זיי, און האָט זיך געוואַרעמט. 19 און דער כֹּהן-גָדול האָט געפרעגט יהושע/ישוע וועגן זיינע תַּלמידים, און וועגן זיין תּוֹרה. 20 האָט רבי מֵלך המָשיחַ אים געענטפערט: איך האָבּ גערעדט בּפרהסיא בְּפַרְהֶסיא אין דער וועלט; איך האָבּ תַּמיד געלערנט תּוֹרה אין די שוּלן, און אין דעם בֵּית-המִקדש, וואוּ אַלע ייִדן קוּמען זיך צונויף, און אין פאַרבּאָרגעניש האָבּ איך גאָרנישט גערעדט. 21 פאַרוואָס פרעגסטוּ מיך? פרעג די, וואָס האָבּן מיך געהערט, וואָס איך האָבּ גערעדט צוּ זיי; הנה, זיי ווייסן וואָס איך האָבּ געזאָגט. 22 און בּשעת ער האָט אַזוי געדעדט, האָט איינער פוּן די מְשָרֵתים, וואָס איז געשטאַנען דערבּיי, אַ פּאַטש געגעבּן רבי מֵלך המָשיחַ, און געזאָגט: אָט אַזוי ענטפערסטוּ דעם כֹּהן-גָדול? 23 האָט אים רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט: אויבּ איך האָבּ גערעדט רָעָה, זאָג עֵדות פוּנוועגן דעם רָעָה; נאָר אויבּ רעכט, פאַרוואָס שלאָגסטוּ מיך? 24 און חָנָן האָט אים געשיקט אין אן עֲקֵדָה צוּ קַיָפָא, דעם כֹּהו-גָדול. 25 און שִמעוֹן כֵּיפָא איז געשטאַנען און האָט זיך געוואַרעמט. און מען האָט צוּ אים געזאָגט: צי בּיסטוּ דען נישט אויך איינער פוּן זיינע תּלמידים? און ער האָט געלייקנט, און געזאָגט: איך בּין נישט! 26 זאָגט איינער פוּן דעם עַבָדים פון כֹּהן-גָדול, וואָס איז געווען אַ קָרוב פוּן דעם, וועמען כֵּיפָא האָט אָפּגעהאַקט דאָס אויער: צי האָבּ איך דיך דען נישט געזען אינם גאָרטן מיט אים? 27 און כֵּיפָא האָט ווידער געלייקנט; און תֵיכּף האָט דער תרנגוֹל געקרייֵט. 28 און זיי האָבּן יהושע/ישוע געפירט פוּן קַיָפָא צום פּרעטאָריוּם אַריין; און עס איז געווען בֹּקֶר. און זיי אַליין זענען נישט אַרייַנגעגאַנגען אין דעם פרעטאָריוּם, כּדי זיי זאלן זיך נישט מטַמא זיין [זען מהש 10:28], נאָר זאָלן קענען עסן דעם קָרבּן-פֶּסַח. 29 און פִּילָטוֹס איז דעריבּער אַרויסגעגאַנגען צוּ זיי אינדרויסן, און האָט געזאָגט: וואָס פאר א שִׂטְנָה בּאַשוּלדיקוּנג בּרענגט איר קעגן דעם דאָזיקן איש? 30 האָבּן זיי געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: אויבּ דער דאָזיקער וואָלט נישט געווען טאָן קיין רָעָה, וואָלטן מיר אים נישט געווען געברענגט צוּ דיר. 31 פִּילָטוֹס האָט דערפאר צוּ זיי געזאָגט: נעמט איר אים, און מִשפּט אים לויט אייער תּוֹרה. און די אנשי יהודה האָבּן צוּ אים געזאָגט: מיר האָבּן נישט קיין רשוּת לְהָמִית אִיש --32 כּדי סע זאָל מקוּים ווערן דאָס דָּבָר פוּן רבי מֵלך המָשיחַ, וואָס ער האָט גערעדט, ווען ער האָט מרַמֵז געווען מיט וואָסער מִין מָוֶת ער וועט עָתִיד לָמוּת [יוח' 33-12:32]. 33 פִּילָטוֹס איז דערפאר ווידער אַרייַנגעגאַנגען אין דעם פרעטאָריוּם אַריין, און האָט גערוּפן יהושע/ישוע, און צוּ אים געזאָגט: צי בּיסט דו דער מֵלך פוּן די ייִדן? 34 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט: טוּסטוּ דאָס זאָגן פוּן דיר אַליין, אָדער האָבּן דיר דאָס אַנדערע געזאָגט וועגן מיר? 35 האָט פִּילָטוֹס געענטפערט: בּין איך אַ ייִד? עַמְּךָ און די ראָשי-כֹּהַנים האָבּן דיך איבּערגעגעבּן צוּ מיר; וואָס האָסטוּ געטאַן? 36 האָט רבי מֵלך המָשיחַ געענטפערט: מיין מַלכות איז נישט פוּן דער עוֹלם הַזֶּה; אויבּ מיין מַלכות וואָלט יאָ געווען פוּן דער עוֹלם הַזֶּה, וואָלטן מיינע מְשָרֵתים געקעמפט, כדי איך זאָל נישט איבּערגעגעבּן ווערן צוּ די אנשי יהודה; איצט אָבּער איז מיין מַלכות נישט פוּנדאַנען. 37 פִּילָטוֹס האָט דערפאר צוּ אים געזאָגט: אויבּ אַזוי בּיסט טאַקע אַ מֵלך? און רבי מֵלך המָשיחַ האָט געענטפערט: דוּ זאַגטס, אַז איך בּין אַ מֵלך. דערצו בּין איך געבּוירן געוואַרן, און דערצו בּין איך געקוּמען אין דער עוֹלם הַזֶּה אַריין, כּדי איך זאָל עֵדות זאָגן פאַר דעם אֶמת. יעדער בן אדם, וואָס איז פוּן דעם אֶמת, הערט מיין קוֹל. 38 זאָגט צוּ אים פִּילָטוֹס: וואָס איז אֶמת? און האָבּנדיק דאָס געזאָגט, איז ער ווידער אַרויסגעגאַנגען צוּ די אנשי יהודה, און האָט צוּ זיי געזאָגט: איך געפין נישט קיין שוּם שוּלד אין אים! 39 אָבּער עס איז אַ מִנהג בּיי אייך, אַז איך זאָל אייך אָפּלאזן איינעם אויף פֵּסח; צי ווילט איר איך זאָל אייך אָפּלאָזן דעם מֵלך פוּן די ייִדן? 40 זיי האָבּן דערפאר ווידער אויסגעשריגן, אַזוי צוּ זאָגן: נישט דעם דאָזיקן, נאָר בַּר-אַבָּאן! און בַּר-אַבָּא איז געווען אַ שוֹדֵד.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
John 17
Top of Page
Top of Page