Orthodox Hasidic Yiddish Bible יוחנן יוחנן19 יט יעמאָלט האָט פִּילָטוֹס גענוּמען רבי מֵלך המָשיחַ, און האָט אים געלאָזט שמייסן. 2 און הַחַיָּלִים האָבּן געפלאָכטן אַן עֲטֶרֶת פוּן דערנער, און זי אַרויפגעזעצט אויף זיין קאָפּ, און אים אָנגעטון אַ פּוּרפּוּר מלבּוש. 3 און זיי האָבּן גענעענט צוּ אים, און געזאָגט: שָלום דיר, מֵלך פוּן די ייִדן! און זיי האָבּן אים געפּאַטשט מיט זייערע הענט. 4 און פִּילָטוֹס איז ווידער אַרויסגעגאַנגען אינדרויסן, און האָט צוּ זיי געזאָגט: הנה איך פיר אים אַרויס צוּ אייך, כּדי איר זאָלט וויסן, אַז איך געפין נישט קיין שוּם שוּלד אין אים. 5 און רבי מֵלך המָשיחַ איז אַרויסגעקוּמען אינדרויסן, און האָט געטראָגן די עֲטֶרֶת פוּן דערנער און דעם פּוּרפּוּר מלבּוש. און פִּילָטוֹס האָט צוּ זיי געזאָגט: הִנֵּה הָאִיש [זען זכריה 12-6:11]! 6 און אַז די ראָשי-כֹּהַנים און די מְשָרֵתים האָבּן אים געזען, האָבּן זיי אויסגעשריגן: אויפהענגע על-דער בּוֹים [זען דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ בֶּן דָּוִד] אים! אויפהענגע על-דער בּוֹים אים! זאָגט צוּ זיי פִּילָטוֹס: נעמט איר אים און אויפהענגע על-דער בּוֹים אים, מחמת איך געפין נישט אין אים קיין שוּם שוּלד. 7 האָבּן אים די אנשי יהודה געענטפערט: תּוֹרה יֵש לָנוּ, און לויט דער תּוֹרה איז ער חַיָּב-מִיתָה, ווייל ער האָט זיך אַליין געמאַכט פאַר דעם זוּן פון דער אויבּערשטער. 8 און ווען פִּילָטוֹס האָט דאָס געהערט, האָט ער זיך נאָך מער געפאָרכטן, 9 און איז ווידער אַרייַנגעגאַנגען אין דעם פרעטאָריוּם אַריין, און האָט געזאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: פוּנוואַנען בּיסטוּ? אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים נישט געגעבּן קיין ענטפער. 10 פִּילָטוֹס האָט דערפאר צוּ אים געזאָגט: צוּ מיר טוּסטוּ נישט רעדן? ווייסטוּ נישט, אַז איך האָבּ סמכוּת דיך צו בּאַפרייען, און סמכוּת דיך צוּ אויפהענגע על-דער בּוֹים? 11 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט אים געענטפערט: דוּ וואָלטסט נישט געהאַט קיין שום סמכוּת קעגן מיר, אויבּ עס וואָלט דיר נישט געגעבּן געוואָרן פוּן אויבּן [זען יוחנן 3:3]; דערפאר האָט דער, וואָס האָט מיך איבּערגעגעבּן צוּ דיר, אַ גרעסערע עֲווֹן. 12 פוּן דעמלט אָן האָט פִּילָטוֹס געזוּכט אים צו בּאַפרייען; אָבּער די אנשי יהודה האָבּן אויסגעשריגן, אַזוי צוּ זאָגן: אויבּ דוּ לאָזסט פריי דעם איש הזה, בּיסטוּ נישט דעם יְדִיד הַקסר; יעדער בן אדם, וואָס מאַכט זיך אַליין פאַר אַ מֵלך, איז מוֹרֶד-בּמַלכות. 13 און ווען פִּילָטוֹס האָט געהערט די דאָזיקע דברים, האָט ער אַרויסגעבּראַכט רבי מֵלך המָשיחַ, און האָט זיך אַנידערגעזעצט אויף דעם כִּסֵא-הַמִשפּט, אויף דעם פּלאַץ, וואָס הייסט ליתאָסטרוֹטאָן, און אויף לָשון-קוֹדֶש, גַבּתָא. 14 און עס איז געווען עֶרֶב-פֵּסַח, אַרוּם דער 6סטר שָעה. און ער האָט געזאָגט צוּ די אנשי יהודה: הנה אייער מֵלך! 15 און זיי האָבּן געשריגן: אַוועק מיט אים, אַוועק מיט אים, אויפהענגע על-דער בּוֹים אים! זאָגט צוּ זיי פִּילָטוֹס: זאָל איך אויפהענגע על-דער בּוֹים אייער מֵלך? און די ראָשי-כֹּהַנים האָבּן געענטפערט: מיר האָבּן נישט קיין מֵלך, אַחוּץ דעם קסר. 16 יעמאָלט האָט ער אים איבּערגעגעבּן צוּ זיי, אַז ער זאָל אויפהענגע על-דער בּוֹים ווערן. 17 זיי האָבּן דערפאר גענוּמען רבי מֵלך המָשיחַ, און ער האָט אַליין געטראָגן משיחס בּוים [בראשית 22:6; דברים 21:23], און ער איז אַרויסגעגאַנגען צוּ דעם פּלאַץ, וואָס האָט געהייסן דער שאַרבּן-פּלאַץ, און איוף לָשון-קוֹדֶש הייסט עס גָלגָלתָּא. 18 וואו זיי האָבּן אים אויפהענגע על-דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ בֶּן-דָּוִד], און מיט אים 2 אַנדערע, אויף יעדער זייט איינעם, און רבי מֵלך המָשיחַ אין דער מיט. 19 און פִּילָטוֹס האָט אויך אָנגעשריבּן אַן אויפשריפט, און האָט אים אַרויפגעטאָן אויף דעם בּוים; און עס איז געווען געשריבּן: יהושע/ישוע פוּן נָצְרַת, דער מֵלך פוּן די ייִדן. 20 די דאָזיקע כתובת האָבּן געלייענט אַ סך פון אנשי יהודה, מחמת דער פּלאַץ, וואוּ רבי מֵלך המָשיחַ איז אויפהענגע על-דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ בֶּן-דָּוִד] געוואָרן, איז געווען קָרוֹב צו דער עִיר; און עס איז געווען געשריבּן אויף לָשון-קוֹדֶש, לאַטייַניש, און אין גריכיש. 21 און די ראָשי-כֹּהַנים פוּן די ייִדן האָבּן געזאָגט צוּ פִּילָטוֹס: שרייבּ נישט: דער מֵלך פוּן די ייִדן, נאָר אַז ער האָט געזאָגט: איך בּין דער מֵלך פוּן די ייִדן. 22 און פִּילָטוֹס האָט געענטפערט: וואָס איך האָבּ געשריבּן, האָבּ איך געשריבּן! 23 און הַחַיָּלִים, ווען זיי האָבּן רבי מֵלך המָשיחַ אויפהענגע על-דער בּוֹים, האָבּן גענוּמען זיינע מַלבּוּשים און געמאַכט 4 חַלָקים, פאַר יעדן חַיָּל אַ חֵלֶק, און אויך זיין כּתֹּנֶת [בראשית 37:23; ויקרא 16:4; תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17]. און דער כּתֹּנֶת איז געווען אָן אַ נאָט, געוועבּט פוּן אויבּן בּיז אַראָפּ. 24 זיי האָבּן דערפאר געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: לאָמיר עס נישט צערייסן, נאָר וואַרפן גוֹרל וועגן דעם, וועמעס עס זאָל זיין; כּדי דער פָּסוק זאָל מקוּים ווערן: יְחַלְקו בְגָדַי לָהֶם וְעַל-לְבושִי יַפִילוּ גוֹרָל, זיי האָבּן צעטיילט מיינע בּגָדים צווישן זיך; און איבּער מיין געוואָנט האָבּן זיי געוואָרפן גוֹרל [תהלים 22:19]. און די דאָזיקע זאַכן האָבּן הַחַיָּלִים געטאָן; 25 און בּיים דעם בּוים פוּן רבי מֵלך המָשיחַ זענען געשטאַנען זיין אֵם, און אָחוֹת פון זיין אֵם [מרק' 15:40; מתי 27:56; מתי 20:20], מִריָם דאָס אִשָה פוּן קלוֹפָסן [זען לוקס 24:18], און מִריָם פוּן מַגדָלָה [לוקס 3-8:2; יוח' 18-20:1]. 26 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט געזען זיין אֵם, און דעם תַּלמיד, וועמען ער האָט ליבּ געהאָט, שטיין נאָענט, האָט ער געזאָגט צוּ זיין אֵם: אִשה, הִנֵּה בְּנֵךְ! 27 דערנאָך האָט ער געזאָגט צוּ דעם תַּלמיד: הִנֵּה אִמְּךָ! און פוּן יענער שָעה אָן האָט דער תַּלמיד זי גענוּמען צוּ זיך. 28 און אַזוי האָט רבי מֵלך המָשיחַ, ווייל ער האָט געוואוּסט, אַז אַלצדינג איז שוין געענדיקט, און כּדי דער פָּסוק זאָל מקוּים ווערן, האָט ער געזאָגט: אֲנִי צָמֵא! 29 און דאָרט איז געשטאַנען אַ כֵּלי פוּל מיט עסיק [שְׂאוֹר]; און זיי האָבּן אַרויפגעטאָן אַ שוואָם פוּל מיט עסיק [שְׂאוֹר] אויף אַן אֵזוֹב-שטענגל, און עס דערלאַנגט צוּ זיין מויל [תהיל 69:22]. 30 און אַז רבי מֵלך המָשיחַ האָט גענוּמען דעם עסיק [שְׂאוֹר], האָט ער געזאָגט: נִשלַם! און ער האָט גענייגט זיין קאָפּ, און אויסגעגעבּן משיחס נשָמה. 31 און ווייל עס איז געווען עֶרֶב-שבּת, און כּדי די גוּפים זאָלן נישט פאַרבּלייַבּן אויפן בּוים איבּער שַבּת -- ווייל יענער שַבּת איז געווען אַ שַבָּת גָדּוֹל -- האָבּן די אנשי יהודה געבּעטן בּיי פִּילָטוֹס, אַז מען זאָל צעבּרעכן זייערע רגלים, און אַראָפּנעמען. 32 און הַחַיָּלִים זענען געקוּמען, און האָבּן צעבּראָכן די רגלים פוּן דעם ערשטן, און פוּן דעם אַנדערן, וואָס איז מיט אים אויפהענגע על-דער בּוֹים געוואָרן; 33 אָבּער ווען זיי זענען געקוּמען צוּ רבי מֵלך המָשיחַ, און האָבּן געזען, אַז ער איז שוין נִפְתָּר, האָבּן זיי נישט צעבּראָכן זיינע בּיינער. 34 אָבּער איינער פוּן הַחַיָּלִים האָט מיט אַ שפּיז דָּקַר [זען דָּקַר, זכריה 12:10] זיין זייט, און עס איז תֵיכּף אַרויסגעקוּמען דָּם און מַיִם [יוחא 5:8]. 35 און דער, וואָס האָט עס געזען, האָט עֵדות געזאָגט - און זיין עֵדות-זאָגן איז נֶאֱמָנָה, און ער ווייסט, אַז ער זאָגט דעם אֶמת - כּדי אויך איר זאָלט גלויבּן. 36 ווייל דאָס איז געשען, כּדי דער פָּסוק זאָל מקוּים ווערן: וְעֶצֶם לֹא־תִשְבְרוּ בוֹ, קיין בּיין פוּן אים זאָל נישט ווערן צעבּראָכן [שמות 12:46]. און ווידער זאָגט אָן אַנדערער פָּסוק: וְהִבִיטוּ אֵלָיו אֶת אֲשֶר־דָקָרוּ, זיי וועלן קוּקן אויף אים, וועמען זיי האָבּן געשטאָכן [זען דָּקָר, זכריה 12:10]. 38 און נאָך דעם האָט יוֹסף פוּן רָמָתַיִם, וועלכער איז געווען אַ פאַרבּאָרגענער תַּלמיד פוּן רבי מֵלך המָשיחַ, אויס מורא פאַר די אנשי יהודה, געבּעטן פִּילָטוֹס, אַז ער זאָל מעגן אַוועקנעמען גוּפָה פון רבי מֵלך המָשיחַ; און פִּילָטוֹס האָט אים געגעבּן דערלויבּעניש. יוסף איז דעריבּער געקוּמען און האָט אַוועקגענוּמען זיין גוּפָה. 39 און אויך נַקדִימון [זען יוחנן 3:1], וואָס איז ערשטע מאָל געקוֹדם צוּ אים בּיינאַכט, איז געקוּמען און האָט געבּראַכט אַ מישוּנג זאַלבּ פוּן מיִרע און אַלאָען, אַן עֶרֶך פוּן 100 פוּנט. 40 און זיי האָבּן גענוּמען דעם גוּפָה פוּן רבי מֵלך המָשיחַ און האָבּן אים אייַנגעוויקלט אין תּכרִיכים צוּזאַמען מיט די בּשָׂמים, לויט דעם מִנהג [זען מִנהג, מהש 21:21] בּיי ייִדן מקַבּר צוּ זיין. 41 און אין דעם אָרט, וואוּ ער איז אויפהענגע על-דער בּוֹים געוואָרן, איז געווען אַ גאָרטן, און אין דעם גאָרטן אַ קֵבר חָדָש, אין וועלכן עס איז נאָך קיינמאָל קיינער נישט געלייגט געוואָרן. 42 און דאָרטן, צוליבּ דעם עֶרֶב-שַבּת בּיי ייִדן, ווייל דאָס קֵבר איז געווען נאָענט, האָבּן זיי דאָרטן אַרייַנגעלייגט רבי מֵלך המָשיחַ. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |