John 20
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
יוחנן

יוחנן20

כ און אויף דעם ערשטן יוֹם נאָך דעם וואָך [יום רִאשון], בּשעת עס איז נקָך געווען פינסטער, איז מִריָם פוּן מַגדָלָה געקוּמען צוּם קבר, און האָט געזען, אַז דער שטיין איז אַוועקגענוּמען געוואָרן פוּן דעם קבר. 2 און זי איז געלאָפן, און איז געקוּמען צוּ שִמעוֹן כֵּיפָא און צוּ דעם אַנדערן תַּלמיד, וועמען רבי מֵלך המָשיחַ האָט ליבּ געהאַט, און האָט צוּ זיי געזאָגט: זיי האָבּן אַוועקגענוּמען הָאָדוֹן פוּן דעם קבר, און מיר ווייסן נישט וואוּ זיי האָבּן אים געלייגט! 3 און כֵּיפָא איז אַרויסגעגאַנגען און דער אַנדערער תַּלמיד, און זיי זענען געגאַנגען צוּם קֵבר. 4 און בּיידע זענען געלאָפן צוּזאַמען, און דער אַנדערער תַּלמיד איז געלאָפן פאָרויס, גיכער ווי כֵּיפָא, און איז אָנגעקוּמען פריער צוּם קבר. 5 און אַז ער האָט זיך אייַנגעבּויגן און אַרייַנגעקוּקט, האָט ער געזען די תַּכרִיכים ליגן; אָבּער ער איז נישט אַרייַנגעגאַנגען. 6 דאַן איז שִמעוֹן כֵּיפָא אָנגעקוּמען נאָך אים, און ער איז אַרייַנגעגאַנגען אין דעם קֵבר אַריין; און ער האָט געזען די תַּכרִיכים ליגן, 7 און דאָס מטפחת, וואָס איז געווען אויף זיין קאָפּ, איז נישט געלעגן מיט די תּכרִיכים, נאָר בּאזונדער צוּנויפגעוויקלט אין איין פּלאַץ. 8 און דעמלט איז אויך דער אנדערער תלמיד אַרייַנגעגאַנגען, ער, וואָס איז פריער געקוּמען צוּם קֵבר, און ער האָט געזען, און געגלויבּט. 9 מחמת זיי האָבּן נאָך נישט פאַרשטאַנען דעם פָּסוק, אַז ער מוּז אויפשטיין תּחִיַת-הַמֵתים. 10 און די תּלמידים זענען ווידער אַוועק צוּ זיך אַהיים. 11 אָבּער מִריָם איז געשטאַנען אין דרויסן בּיים קֵבר און האָט געוויינט. און, בּשעת זי האָט געוויינט, האָט זי זיך איַינגעבּויגן צום קבר; 12 און זי האָט געזען 2 מַלאָכים אין ווייַסן זיצן, איינעם צוקאָפּנס און איינעם צופוסנס וואו גּוּפַה פון רבּי מֵלך המשיח איז געלעגן. 13 און יענע זאָגט צו איר: אִשה, פאַרוואָס וויינסטוּ? זאָגט זי צוּ זיי: ווייל זיי האָבּן אַוועקגענוּמען אֲדוֹנִי, און איך ווייס נישט, וואוּ זיי האָבּן אים געלייגט. 14 און ווען זי האָט דאָס געזאָגט, האָט זי זיך אויסגעדרייט הינטער זיך, און געזען רבי מֵלך המָשיחַ שטיין, און זי האָט נישט געוואוּסט, אַז עס איז יהושע/ישוע. 15 זאָגט צוּ איר רבי מֵלך המָשיחַ: אִשה, פאַרוואָס וויינסטוּ? וועמען זוּכסטוּ? און מיינענדיק אַז ער איז דער גערטנער, זאָגט זי צוּ אים: האַר, אויבּ דוּ האָסט אים אַוועקגעטראָגן, זאָג מיר, וואוּ דוּ האָסט אים געלייגט, און איך וועל אים אַוועקנעמען. 16 זאָגט צוּ איר רבי מֵלך המָשיח: מִריָם! און זי האָט זיך אויסגעדרייט, און צוּ אים געזאָגט אויף לָשון-קוֹדֶש: רִבּוֹני, וואָס הייסט צוּ זאָגן: רבֶּי. 17 זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ איר: ריר מיך נישט אָן, מחמת איך בּין נאָך נישט אַרויפגעגאַנגען צוּ דעם אלוקים הָאָב; נאָר גיי צוּ מיינע אַחִים, און זאָג זיי: איך גיי אַרויף צוּ אָבִי און אבִיכֶם, און צוּ אֱלוקַי און אלוקֵיכֶם. 18 און מריָם פוּן מַגדאָלה איז געגאַנגען און האָט דערציילט משיחס תַּלמידים: איך האָבּ געזען הָאָדוֹן; און אַז ער האָט צוּ איר געזאָגט די דאָזיקע זאַכן. 19 און אין אָוונט פוּן יענעם יוֹם, דעם יוֹם רִאשוֹן נאָך דעם שַבָּת, ווען די דַלְתוֹת זענען געווען פאַרשלאָסן, וואוּ די תַּלמידים זענען געווען, אויס מורא פאַר די אנשי יהודה, איז רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען און איז געשטאַנען צווישן זיי, און האָט צוּ זיי געזאָגט: שָלום-עַלֵיכֶם! 20 און ווען ער האָט דאָס עזאָגט, האָט ער זיי געוויזן זיינע הענט און זיין זייט. און משיחס תַּלמידים זיך געפרייט מיט שִמְחָה, ווען זיי האָבּן געזען הָאָדוֹן. 21 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט ווידער צוּ זיי געזאָגט: שָלום-עַלֵיכֶם! ווי דער אלוקים הָאָב האָט מיך געשיקט, אַזוי שיק איך אייך. 22 און דאָס ער האָט געזאָגט, און האָט ער ער אויף זיי געאָטעמט און צוּ זיי געזאָגט: זייט מקַבּל דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 23 וועמען איר וועט מוֹחל זיין די עבֵרות, וועט עס זיי זיין פאַרגעבּן געוואָרן; וועמען איר וועט צוריקהאַלטן, וועלן זיי זיין צוריקגעהאַלטן. 24 אָבּער תֹּאמָא, איינער פוּן די 12, וועמען מען האָט גערוּפן: דידימוּס, איז נישט געווען צוזאַמען מיט זיי, ווען רבי מֵלך המָשיחַ איז געקוּמען. 25 די אַנדערע תַּלמידים האָבּן דעריבּער געזאָגט צוּ אים: מיר האָבּן געזען הָאָדוֹן! ער אָבּער האָט צוּ זיי געזאָגט: אויבּ איך וועל נישט זען דעם סִימַן פוּן די נעגל אין זיינע הענט, און אַרייַנטאָן מיין פינגער אין דעם סִימַן פוּן די נעגל, און אַרייַנטאָן מיין האַנט אין זיין זייט, וועל איך בּשום אופן נישט גלויבּן! 26 און אין 8 טעג אַרוּם זענען משיחס תַּלמידים ווידער געווען אין דעם בֵּית, און תֹּאמָא איז געווען מיט זיי. און ווען די דַלְתוֹת זענען געווען פאַרשלאָסן, איז רבי מֵלך המָשיחַ געקוּמען און איז געשטאַנען צווישן זיי, און האָט געזאָגט: שָלום-עַלֵיכֶם! 27 דאַן האָט ער געזאָגט צוּ תֹּאמָא: שטרעק אויס דיין פינגער אַהער, און זע מיינע הענט; און שטרעק אויס דיין האַנט, און טוּ זי אַריין אין מיין זייט; און זיי נישט אוּמגלויבּיק, נאָר זיי אַ מאמין [זען גלט' 3:9, זען אברהם דעם מאמין]! 28 האָט תֹּאמָא געענטפערט, און צוּ אים געזאָגט: אֲדוֹנִי און אלוקַי [זען דניאל 14-7:13]! 29 זאָגט צוּ אים רבי מֵלך המָשיחַ: ווייל דוּ האָסט מיך געזען, האָסטוּ געגלויבּט? אַשְרֵי איז די, וואָס האָבּן נישט געזען, און דאָך האָבּן זיי געגלויבּט. 30 און נאָך רבים אַנדערע נִסים האָט רבי מֵלך המָשיחַ געטאָן פאַר משיחס תַּלמידים, וואָס זענען נישט פאַרשריבּן אין דעם דאָזיקן סֵפר. 31 אָבּער די דאָזיקע זענען פאַרשריבּן, כּדי איר זאָלט גלויבּן, אַז יהושע/ישוע איז דער רֶבּי מלך המָשיחַ, דער זוּן פון דער אויבּערשטער, און אַז, גלויבּנדיק, זאָלט איר האָבּן חַיים אין זיין נאמען.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
John 19
Top of Page
Top of Page