Orthodox Hasidic Yiddish Bible יוחנן יוחנן21 כא און די זאכן האָט רבי מֵלך המָשיחַ אַנטפּלעקט זיך ווידער צוּ משיחס תַּלמידים בּיי דעם יַם פוּן טְבֶרְיָה; און ער האָט זיך אַנטפּלעקט אויף דעם דאָזיקן אוֹקן: 2 עס זענען געווען צוּזאַמען שִמעוֹן כֵּיפָא און תֹּאמָא, וועמען מען האָט גערוּפן דִידימוּס, און נתַנאֵל [יוח' 51-1:45] פוּן קָנָה אין גָלִיל, און בְּנֵי זבדּי, און נאָך 2 אַנדערע פוּן משיחס תַּלמידים. 3 זאָגט שִמעוֹן כֵּיפָא צוּ זיי: איך גיי כאַפּן פיש! זאָגן זיי צוּ אים: מיר וועלן אויך מיט דיר קומען. און זיי זענען אַרויסגעגאַנגען און זענען אַריין אינם סִירה; און יענע לַיְלָה האָבּן זיי גאָרנישט געכאַפּט. 4 און ווען סע איז שוין געווען בֹּקֶר, איז רבּי מֵלך המשיח געשטאַנען בּיים בּרעג; דאָך האָבּן משיחס תַּלמידים נישט געוואוּסט, אַז עס איז יהושע/ישוע. 5 און רבי מֵלך המָשיחַ האָט צוּ זיי געזאָגט: יְלָדים, האָט איר עפּעס צוּ עסן? האָבּן זיי אים געענטפערט: לֹא. 6 און ער האָט צוּ זיי געזאָגט: וואַרפט די נעץ אויף דער רעכטער זייט פוּן דעם סִירה, און איר וועט געפינען. און זיי האָבּן אריינגעוואָרפן, און האָבּן זי נישט געקענט אַרויסציען צוּליבּ די פיל פיש. 7 און יענער תַּלמיד, וועמען רבי מֵלך המָשיחַ האָט ליבּ געהאַט, האָט געזאָגט צוּ כֵּיפָא: דאָס איז הָאָדוֹן! און אַז שִמעוֹן כֵּיפָא האָט געהערט, אַז דאָס איז הָאָדוֹן, האָט ער אָנגעגורט זיין אייַנהיל אַרוּם זיך - מחמת ער איז געווען נאַקעט - און האָט זיך אַרייַנגעוואָרפן אין יַם אַריין. 8 אָבּער די אַנדערע תַּלמידים זענען געקוּמען אינם סִירה, מחמת זיי זענען געווען נישט ווייט פוּן דער יַבָּשה, נייערט אַן עֶרֶך פוּן 200 איילן ווייט, און האָבּן שלעפּנדיק די נעץ פוּל מיט פיש. 9 און ווען זיי זענען אַרויס אויף דער יַבָּשה, האָבּן זיי געזען אַ הָדְלָקָה פוּן קוילן, און פיש ליגן אויף אים, און מַצה. 10 זאָגט צוּ זיי רבי מֵלך המָשיחַ: בּרענט אַהער פוּן די פיש, וואָס איר האָט איצט געכאַפּט. 11 און שִמעוֹן כֵּיפָא איז אַרויפגעגאַנגען, און האָט אַרויסגעצויגן די נעץ אויף דער יַבָּשה, פוּל מיט גרויסע פיש, 153; און הַגַם עס זענען געווען אַזויפיל, איז די נעץ נישט צעריסן געוואָרן. 12 זאָגט צוּ זיי רבי מֵלך המָשיחַ: בּוֹאוּ, אִכְלוּ! און קיינער פוּן די תַּלמידים האָט זיך נישט אונטערגעשטעלט צוּ פרעגן בּיי אים: מִי אַתָּה? מחמת זיי האָבּן געוואוּסט, אַז דאָס איז הָאָדוֹן. 13 קומט רבי מֵלך המָשיחַ און נעמט די מַצה, און גיט עס זיי, און אַזוי אויך די פיש. 14 דאָס איז שוין דאָס דריטע מאָל, וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך אַנטפּלעקט צוּ משיחס תַּלמידים, נאָך דעם ווי ער איז אויפגעשטאַנען פון הַמֵתים. 15 און ווען זיי האָבּן געהאַט איבּערגעבּיסן, זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ שִמעוֹן כֵּיפָא: שִמעוֹן בַּר-יוֹנָה, האָסטוּ מיך מער ליבּ ווי די דאָזיקע? זאָגט ער צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: כֵּן, אֲדוֹנִי; דוּ ווייסט, אַז איך האָבּ דיך ליבּ. זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים : פּאַשע מיינע לעמער. 16 ווידער זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים אַ צווייט מאָל: שִמעוֹן בַּר-יוֹנָה, צי האָסטוּ מיך ליבּ? זאָגט ער צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: כֵּן, אֲדוֹנִי; דוּ ווייסט, אַז איך האָבּ דיך ליבּ. זאָגט רבי מֵלך המָשיחַ צוּ אים: זיין שומר איבּער מיינע שאָף. 17 זאָגט ער צוּ אים דאָס מאָל שלישית: שִמעוֹן בַּר-יוֹנָה, האָסטוּ מיך ליבּ? כֵּיפָא האָט זיך מצַער מיט עָגְמַת נֶפֶש געווען, מחמת ער האָט צוּ אים געזאָגט דאָס מאָל שלישית: האָסטוּ מיך ליבּ [זען יוחנן 18:27]? און ער האָט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ געזאָגט: אֲדוֹנִי, דוּ ווייסט אַלצדינג; דוּ ווייסט, אַז איך האָבּ דיך ליבּ. זאָגט צוּ אים רבי מֵלך המָשיחַ: רַע אֶת צֹאנִי. 18 אָמֵן, אָמֵן, איך זאָג דיר, ווען דוּ בּיסט געווען יוּנג, האָסטוּ דיך אָנגעגוּרט, און בּיסט געגאַנגען וואוּהין דוּ האָסט געוואָלט; אָבּער ווען דוּ וועסט זיין אַלט, וועסטוּ אויסשטרעקן דיינע הענט, און אַן אַנדערער וועט דיך אָנגוּרטן און פירן, וואוּהין דוּ ווילסט נישט. 19 און דאָס האָט ער גערעדט, כּדי מרַמֵז צוּ זיין מיט וואָסער מִין על קידוש ה' מָוֶת ער וועט פאַרהערלעכן ה'. און נאָך די דאָזיקע רייד, האָט ער צוּ אים געזאָגט: גיי מיר נאָך. 20 און כֵּיפָא האָט זיך אויסגעדרייט, און געזען דעם תַּלמיד נאָכגיין, וועמען רבי מֵלך המָשיחַ האָט ליבּ געהאַט, וואָס האָט זיך אויך בּיי דער סעוּדה אָנגעלענט אויף זיין חֵיק, און ער האָט געזאָגט: אֲדוֹנִי, ווער איז דער, וואָס טוּט דיך פאַרראַט [זען יוחנן 25-13:24]? 21 און ווען כֵּיפָא האָט אים געזען, האָט ער געזאָגט צוּ רבי מֵלך המָשיחַ: אֲדוֹנִי, וְהוּא מָה? 22 זאָגט צוּ כֵּיפא רבי מֵלך המָשיחַ: אויבּ איך וויל, אַז ער זאָל בּלייַבּן, בּיז איך קוּם, וואָס גייט דאָס דיך אָן? דוּ גיי מיר נאָך. 23 און דאָס דאָזיקע דָּבָר האָט זיך פאַרשפּרייט צווישן די אַחִים במשיח, אַז יענער תַּלמיד וועט נישט שטאַרבּן; אָבּער רבי מֵלך המָשיחַ האָט נישט געזאָגט צוּ אים, אַז ער וועט נישט שטאַרבּן, נייערט: אויבּ איך וויל, אַז ער זאָל בּלייַבּן בּיז איך קוּם, וואָס גייט דאָס דיך אָן? 24 דאָס איז דער תַּלמיד, וואָס זאָגט אֵדות וועגן די דאָזיקע זאַכן, און האָט זיי געשריבּן; און מיר ווייסן, אַז זיין אֵדות-זאָגן איז אֶמת. 25 און עס זענען אויך פאַראַן אַ סך אַנדערע זאַכן, וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט געטאָן, וועלכע, אויבּ זיי זאָלן בּאַשריבּן ווערן, איינע נאָך דער אנדערער, בּין איך מיך משער, אַז אין העוֹלָם עַצְמוֹ וואָלט נישט געווען גענוג אָרט פאר די ספָרים, וואָס וואָלטן אָנגעשריבּן געוואָרן. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |