Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש מהש1 א אין דעם ערשטן סֵפר [לוק'], אָ טעאָפילוּס, האָבּ איך געשריבּן וועגן כל, וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט אָנגעהויבּן צוּ טאָן און צוּ לערנען, 2 בּיז דעם יוֹם, ווען ער איז אַרויפגענוּמען געוואָרן, נאָך דעם ווי ער האָט דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש געגעבּן געבּאָט צוּ משיחס שלִיחים, וועלכע רבי מֵלך המָשיחַ האָט אויסדערוויילט; 3 צוּ וועמען נאָך זיין יִסוּרים ער האָט זיך אַנטפּלעקט לעבּעדיק דוּרך אַ סך זיכערע בּאווייזן, דערשיינענדיק צו זיי בּמֶשך פוּן 40 טעג און רעדנדיק צוּ זיי פוּנוועגן דעם מַלכות ה'. 4 און ווען זיי זענען געווען פאַרזאַמלט אינאיינעם אין אַ יחידות, האָט ער זיי בּאַפוילן נישט אָפּצוקערן פוּן ירוּשָלַיִם, נייערט צוּ וואַרטן אויף דער הַבטָחה פוּן דעם אלוקים הָאָב, פוּן וואָס, האָט ער געזאָגט, איר האָט געהערט פוּן מיר; 5 מחמת יוֹחָנָן האָט מקוה געטוֹבלט מיט מַים, אָבּער איר וועט מקוה געטוֹבלט ווערן מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש נישט אַרום יָמִים רבּים. 6 דערפאר, ווען זיי זענען זיך צוּזאַמענגעקוּמען אין אַ יחידות, האָבּן זיי אים געפרעגט, אַזוי צוּ זאָגן: אֲדוֹנֵנוּ, וועסטוּ אין דער איצטיקער צייט ווידער אויפריכטן דאָס מַלכות צוּ יִשׂרָאל? 7 און רבי מֵלך המָשיחַהאָט צוּ זיי געזאָגט: עס איז נישט פאַר אייך צוּ וויסן די צייטן אָדער זמַנים, וואָס דער אלוקים הָאָב האָט בּאַשטימט אין זיין אייגענעם סמכוּת. 8 אָבּער איר וועט בּאַקומען גבורה, ווען דער רוּחַ הַקוֹדֶש וועט קוּמען אויף אייך; און איר וועט זיין מיינע עֵדות אין ירוּשָלַיִם, און אין כל יהוּדה, און אין שוֹמרוֹן, און עד קְצֵה הָאָרֶץ. 9 און ווען רבי מֵלך המָשיחַ האָט דאָס געזאָגט, איז ער פאַר זייערע אויגן אַרויפגענוּמען געוואָרן; און אַן עָנָן [זען דניאל 7:13] האָט אים צוּגענוּמען פוּן זייערע אויגן. 10 און ווען זיי האָבּן געקוּקט תיכף צוּם שָמַיִם ווי ער איז אַרויפגעגאַנגען, הִנֵּה 2 אֲנָשִים זענען געשטאנען בּיי זיי אין ווייסע קליידער, 11 און האָבּן געזאָגט: איר בְּנֵי אָדָם פוּן גָלִיל, פאַרוואָס שטייט איר און קוּקט צוּם שָמַיִם? דער דאָזיקער יהושע/ישוע, וואָס איז אַרויפגענוּמען געוואָרן פוּן אייך אין שָמַיִם אַריין, וועט אויף אַזאַ אוֹפן קוּמען, ווי איר האָט אים געזען אַרויפגיין אין שָמַיִם אַריין. 12 יעמאָלט האָבּן זיי זיך אוּמגעקערט קיין ירוּשָלַיִם פוּן דעם הָר, וואָס הייסט הַר-הַזֵיתים, וואָס איז נאָענט פוּן ירוּשָלַיִם אַ שטח אַ תּחוּם-שַבּת. 13 און ווען זיי זענען אַרייַנגעקוּמען, זענען זיי אַרויפגעגאַנגען אין דעם עלִיָּה חֵדר אַריין, וואוּ זיי זענען אייַנגעשטאַנען: כֵּיפָא און יוֹחָנָן, און יַעקֹב און אַנדריי, פיליפּוּס און תֹּאמָא, בַּר-תַּלמַי און מַתתיהו [מתּי], יַעקֹב בֶּן-חַלפַי, און שִמעוֹן דער הַקַּנַּאי, און יהוּדה בֶּן-יַעקֹב. 14 כל האָבּן איינשטימיק אָנגעהאַלטן אין דאַווענענדיק , מיט די נָשים, און מִריָם אֵם המָשיחַ, און מיט משיחס אחים. 15 און אין די דאָזיקע טעג איז כֵּיפָא אויפגעשטאַנען אין דער מיט פוּן די אחים בּמשיח -- און די צאָל פוּן די פאַרזאַמלטע איז געווען אַן אֶרֶך 120 -- און האָט געזאָגט: 16 אחים במשיח, עס איז געווען נייטיק אַז דער פָּסוק זאָל מקוּים ווערן, פוּן וואָס דער רוּחַ הַקוֹדֶש האָט פאָרויסגעזאָגט דוּרך דעם מויל פוּן דָוִדן וועגן יהוּדהן, וועלכער איז געוואָרן אַ וועגווייזער פוּן די, וואָס האָבּן געפאַנגען גענוּמען רבי מֵלך המָשיחַ; 17 ווייל ער איז געווען געציילט מיט אוּנדז, און האָט מקַבּל געווען זיין חֵלֶק אין דער דאָזקער עַבוֹדה. 18 און ער האָט זיך דערוואָרבּן אַ שָׂדֶה פאַרן שׂכַר פוּן זיין רשעות; און איז אַנידערגעפאַלן מיטן קאָפּ אַראָפּ און איז געפּלאַצט געוואָרן אין דער מיט, און כל זיינע אינגעווייֵדן זענען אויסגעגאָסן געוואָרן. 19 און דאָס דאָזיקע איז בּאַקאַנט געוואָרן פאַר כל יוֹשְבֵי ירוּשָלַיִם, אַזוי, אַז אין זייער לָשון איז דאָס שָׂדֶה גערוּפן געוואָרן חֲקַל-דְמָא, וואָס איז טייַטש: דאָס שָׂדֶה פוּן דָּם. 20 ווייל סע שטייט געשריבּן אין דעם סֵפר תּהִלים: תְהִי־טִירָתוֹ נְשַמָה וְאַל־יְהִי בָהּ יוֹשֵב' וְגַם 'פְקֻדָתוֹ יִקַח אַחֵר, זאָל זיין יִשוב ווערן פאַרוויסט, און זאָל קיינער דערין נישט וואוינער, און זיין אָרט זאָל אַן אַנדערער פאַרנעמען [תהלים 69:26; 109:8]. 21 דערפאר מוּז איינער פוּן די דאָזיקע אֲנָשִים, וואָס האָבּן אוּנדז בּאַגלייט די גאַנצע צייט, ווען הָאָדוֹן יהושע/ישוע איז אַרייַנגעגאַנגען און אַרויסגעגאַנגען צווישן אוּנדז, 22 אָנהייבּנדיק פוּן מקוה מים טבִילה פון יוֹחָנן, בּיז צום טאָג, ווען ער איז פוּן אוּנדז אַרויפגענוּמען געוואָרן, פוּן די דאָזיקע מוּז איינער ווערן מיט אוּנדז אַן עֵדות פוּן משיחס תּחִיַת-הַמֵתים. 23 און זיי האָבּן אויפגעשטעלט 2: יוֹספן, וועמען מען האָט גערוּפן בַּר-שַבָּא, און הַמְכֻנֶּה יוּסטוּס, און מַתִּתְיָא. 24 און דאווענענדיק , זיי געזאָגט: דוּ, אֲדֹנָי, וואָס ווייסט די לְבָבוֹת פוּן כל בְּנֵי אָדָם, ווייז וועלכן דוּ אויסדערוויילט פוּן די דאָזיקע 2, איינעם צו פאַרנעמען 25 דעם פּלאַץ פוּן דער דאָזיקער עַבוֹדת קודש און שלִיחות, פוּן וועלכער יהוּדה איז אָפּגעפאַלן, כּדי ער זאָל גיין צוּ זיין אייגענעם אָרט [זען דניאל 12:2; ישעיהו 66:24]. 26 און זיי האָבּן געוואָרפן גוֹרל פוּנוועגן זיי, און דער גוֹרל איז געפאַלן אויף מַתִּתְיָה; און ער איז געציילט געוואָרן מיט די 11 שלִיחים. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |