Galatians 6
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
גלט'

גלט'6

ו אחים במשיח, אויבּ אַפילו אַ מענטש ווערט געכאַפּט ווערן אין עפּעס אַן עַבֵירה, זאָלט איר, די אנשי הרוּח, אַזעלכן ווידער אויפשטעלן אין אַ גייסט פוּן איידלקייט. זיין אָפּגעהיט וועגן זיך, טאָמער וועסטוּ אויך קומען צו אַ נסָיון. 2 טראָגט איינער דעם אַנדערנס לאַסטן, און אויף אַזאַ אופן וועט איר מקַיים זיין די תּוֹרה פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ. 3 וואָרעם אויבּ עמיצער מיינט אַז ער איז עפּעס, ווען ער איז גאָרנישט, בּאַטריגט ער זיך אַליין. 4 זאָל אָבּער יעדער איינער אויספּרובּירן זיין אייגען ווערק, און דאַן זאָל ער קריגן זיין לויבּ אין שייַכות מיט זיך אַליין, און נישט פוּן אַן אַנדערן. 5 וואָרעם יעדער איינער וועט טראָגן זיין אייגענע מַשׂא. 6 זאָל דער, וואָס ווערט געלערנט לימודי קודש אין דעם כתבי הקדש, זאָל זיך טיילן מיט זיין רַבָּנִי מוֹרֶה פוּן אין אַלעם גוטן. 7 נאַרט זיך נישט אַליין אָפּ; ה' לאָזט נישט אָפּשפּאָטן פון זיך. וואָרעם וואָס אַ מענטש וועט נאָר זייען, דאָס וועט ער אייך שניידן. 8 ווייל דער, וואָס זייט פאַר זיין אייגענעם פלייש, וועט שניידן פוּן דעם פלייש פאַרדאַרבּוּנג; דער אָבּער, וואָס זייט פאַר דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, וועט שניידן פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש חַיֵּי עוֹלם. 9 לאָמיר נישט ווערן מיד אין טאָן גוּסט; וואָרעם אין דער געהעריקער צייט וועלן מיר שניידן, אויבּ מיר וועלן נישט אָפּגעשוואַכט ווערן. 10 און דערפאר, ווען מיר האָבּן אַ געלעגנהייט, לאָמיר טאָן גוּטס צוּ כל אָדָם, און בִּפרַט צוּ די, וואָס זענען פוּן דעם בּני בּית האמונה [דער ארטאדאקסיש יידיש אֶמוּנה, זען מהש 25-21:20]. 11 זעט מיט וואָס פאַר אַ גרויסע אוֹתִיות איך האָבּ געשריבּן : אייך מיט מיין אייגענער האַנט. 12 אַלע, וואָס ווילן מאַכן אַ שיין פּנים אין דעם פלייש, צווינגען אייך געמַלט צוּ ווערן, בּלויז כּדי זיי זאָלן נישט גערוֹדֶפט ווערן צוּליבּ דעם בּוים פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ [זען גלט' 5:11]. 13 וואָרעם אַפילו די געמַלטע אַליין היטן נישט אָפּ די תּוֹרה [זען גלט' 5:3]; נאָר זיי ווילן, אַז איר זאָלט זיך מַל זיין, כּדי זיי זאָלן זיך רימען אין אייער פלייש. 14 אָבּער חס ושלום איך וויל מיך נישט רימען, אַחוּץ אין דעם בּוים פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, דוּרך וועמען די עולם הזה איז אויפהענגע על-דער בּוֹים געוואָרן צו מיר, און איך צו דער עולם הזה [לוקס 43-23:41]. 15 וואָרעם נישט מִילה מיינט עפּעס [פאר ישועת אלוקינו, זען קורא 20-7:17], אויך נישט עָרלה, נייערט אַ בּריאה חֲדָשָה [יוח' 3:3]. 16 און וויפל סע וועלן לעבּן מיט דעם כּלַל, זאָל אויף זיי זיין שָלום, און חֶסֶד, און אויף דעם יִשׂרָאל פוּן ה' [זען מהש 25-21:20]. 17 פוּן איצטמאָל - אָן זאָל מיך קיינער נישט מַטרִיחַ זיין; וואָרעם איך טראָג אין מיין גוף די צַלְקוֹת פוּן יהושע/ישוע. 18 דער חֶסֶד פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע זאָל זיין מיט אייער גייסט, אַחִים במשיח. אָמֵן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Galatians 5
Top of Page
Top of Page