Galatians 5
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
גלט'

גלט'5

ה פאר זמן חרותינו [זען ישעיהו 53:7; זען פסח הגדה קידוש] האָט אוּנדז מָשִיחַ פריי געמאכט [דְּרוֹר, זען ישעיהו 61:1; ויקרא 10-25:9; דניאל 26-9:24]; שטייט דערפאר פעסט, און לאָזט זיך נישט ווידער איינשפּאַנען אין אַ עוֹל פוּן קנעכטשאַפט [זען מהש 15:10]. 2 אָט איך, רַב שָאוּל, זאָג אייך, אַז אויבּ איר [אַ נישט-ייִדן, זען מהש 16:3; קורא 20-7:17] זיך מַל זיין, וועט אייך רֶבּי מלך המָשיחַ גאָרנישט העלפט [זען מהש 15:1]. 3 כֵּן, איך זאָג ווידער אַמאָל עֵדות יעדן מענטשן, וואָס לאָזט זיך מַל זיין, אַז ער איז מחוּיב צו האַלטן די גאַנצע תּוֹרה [בכל חומר הדין, זען מהש 10 15:1,; רומ' 11:7; גלט' 4:9; 3:10; יעקב 2:10; דברים 27:26]. 4 איר זענט אָפּגעשניטן פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ, איר, וואָס ווילט גערעכטפאַרטיקט ווערן דוּרך דער כל חומר הדין; איר זענט אָפּגעפאַלן פוּן דעם חֶסֶד. 5 ווייל דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, עַל יְסוֹד אֶמוּנה [זען רומ' 5:1, דורך אמונה נצדקנו פאר ה'], וואַרטן מיר אויף דער תִּקְוָה פוּן צִדקָנוּת. 6 וואָרעם אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע מיינט מִילה גאָרנישט [פאר ישועת אלוקינו], אויך נישט עָרלה, נייערט אֶמוּנה [זען בראשית 15:6], וואָס טוּט ווירקט דוּרך אַהֲבָה. 7 איר [נישט-יהודים] זענט גוט געלאָפן. ווער האָט אייך געהינדערט, אַז איר זאָלט נישט געהאָרכן דעם אֶמת? 8 די דאָזיקע פִּתּוּי [זען קורב 11:3] איז נישט פוּן אים, וואָס האָט אייך בּאַרוּפן. 9 אַבּיסל חמץ מאַכט זויער דאָס גאַנצע טייג. 10 איך בּין בּטוּחַ וועגן אייך אין הָאָדוֹן, אַז איר וועט נישט האָבּן קיין אַנדערע דֵעה; דער אָבּער, וואָס בּאַטריבּט אייַך, יִשָׂא זיין עֲווֹן [זען ישעיהו 12-53:11], ווער עס זאָל נישט זיין. 11 איך אָבּער, אַחִים במשיח, אויבּ איך דרשן נאָך די מִילה [זען מהש 15:1], פאַרוואָס ווער איך נאָך אַלץ גערוֹדֶפט? יעמאָלט איז דער אֶבֶן-נֶגֶף פוּן דעם בּוים פון רֶבּי מלך המָשיחַ בָּטל געוואָרן. 12 הַלוואַי זאָלן די, וואָס פאַרפירן אייך, זיך אינגאַנצן מסרס זיין! 13 וואָרעם איר, אחים במשיח, זענט גערופן געוואָרן צוּ פרייַהייט; נוּצט אָבּער נישט אייער פרייַהייט פאַר אַ געלעגנהייט פוּן דעם פלייש [זען רומ' 7:18]; נייערט דוּרך אַהֲבָה דינט איינער דעם אַנדערן. 14 וואָרעם די גאַנצע תּוֹרה איז דערפילט אין איין וואָרט, אין דעם : דוּ זאָלסט ליבּ האָבּן דיין חַבר ווי זיך אליין [ויקרא 19:18]. 15 אויבּ אָבּער איר בּייסט און פרעסט אויף איינער דעם אַנדערן, זיין אָפּגעהיט, אַז איר זאָלט נישט פאַרצערט ווערן איינער פוּן דעם אַנדערן. 16 איך זאָג אָבּער : לעבט אין דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, און איר וועט נישט ממַלא זיין די תַּאווה פוּן דעם פלייש. 17 ווייל דאָס פלייש [זען רומ' 7:18] גלוּסט קעגן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, און דער רוּחַ הַקוֹדֶש קעגן דעם פלייש [זען רומ' 7:23, זינדיק נאַטור]; די דאָזיקע שטעלן זיך אַקייגן איינער דעם אַנדערן, כּדי איר זאָלט נישט קענען טאָן די זאַכן, וואָס איר וואָלט וועלן. 18 אויבּ אָבּער איר ווערט געפירט פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, זענט איר נישט אוּנטער דער כל חומר הדין [זען גלט' 3:23; 5-4:4; 15-6:14]. 19 און די מַעשׂים פוּן דעם פלייש זענען אַנטפּלעקט, און זיי זענען : נִאוּף און זנוּת, טוּמאה, זִמָּה, 20 עַבוֹדה-זָרה, כִּישוף, שִׂנאה, מָדוֹן, צָרוּת עַיְן, כַּעס, אייגן-אַהֲבָה, מַחלוֹקֶות, כִּיתּות, 21 קִנאה, שִיכּרות, פרעסערייַען, און דאָס גלייכן; וואָס איך זאָג אייך אָן פאָרויס, אַזוֹיווי איך האָבּ אייך שוֹין פריער געזאָגט, אַז די, וואָס טוּען אַזיינע זאַכן, וועלן נישט יַרשענען דאָס מַלכות ה'. 22 אָבּער די פרוּכט פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש איז אַהֲבָה, שִׂמְחָה, שָלום, סַבלָנות [אורך רוח], נְדִיבוּת, חֶסֶד, אמונה, עֲנָוָה, רִסּוּן עַצְמִי [הַצְנֵעַ לֶכֶת], קעגן אַזעלכע איז נישטאָ קיין תּוֹרה. 24 און די, וואָס געהערן צוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, האָבּן אויפהענגע על-דער בּוֹים דאָס פלייש [זען רומ' 7:23] מיט זייערע גלוּסטיקייטן און תַּאוות [זען לוקס 43-23:40]. 25 אויבּ מיר לעבּן דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, לאָמיר אויך זיך אוֹיפפירן לויט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 26 לאָמיר נישט לויפן נאָך פוּסטן כָּבוד, צוּ דערצערנען איינער דעם אַנדערן, און מקַנא זיין איינער דעם אַנדערן .

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Galatians 4
Top of Page
Top of Page