Galatians 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
גלט'

גלט'4

ד איך זאָג אָבּער, אַז כל זמן דער יוֹרֶש איז אַ קַטִּין, אוּנטערשיידט ער זיך מיט גאָרנישט פוּן אַן עֶבֶד, הַגַם ער איז אֲדוֹן כָּל הַנַּחֲלָה; 2 נאָר איז אונטער אַפּוֹטרוֹפּסים און פאַרוואַלטער, בּיז צוּ דער צייט, וואָס איז בּאַשטימט פוּן דעם אָב. 3 אַזוי אויך מיר, ווען מיר זענען געווען קַטִּינִים, זענען מיר געהאַלטן געוואָרן אין קנעכטשאַפט אוּנטער די יסוֹדוֹת פוּן דער עולם הזה [זען אפס' 1:21]. 4 ווען אָבּער די צייט איז געוואָרן דערפילט, האָט ה' אַרויסגעשיקט זיין זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער], געבּוירן פוּן אַן אִשָּה [זעט זרע האשה זה מלך המשיח מדרש רבה כג ה], געבּוירן אוּנטער דער תּוֹרה, 5 אַז ער זאָל אויסלייזן די, וואָס זענען געווען אוּנטער דער תּוֹרה [זען מהש 25-21:20], כּדי מיר זאָלן מקַבּל זיין דאָס מַעֲמַד הַבָּנִים. 6 און ווייל איר זענט בָּנִים, האָט ה' אַרויסגעשיקט דעם רוּחַ פוּן זיין זוּן [דער זוּן פון דער אויבּערשטער] אין אוּנדזערע לְבָבוֹת אַריין, וואָס רוּפט : אַבָּא, אלוקים הָאָב! 7 דערפאַר בּיסטו נישט מער קיין עֶבֶד, נייערט אַ זוּן; און אויבּ אַ זוּן, דאַן אויך אַ יוֹרֵש דוּרך ה'. 8 אָבּער דעמלט, ווען איר האָט ה' נישט פעקענט, זענט איר געווען אין קנעכטשאַפט בּיי די, וואָס זענען אין זייער עֶצֶם נישט אלוקים. 9 איצט אָבּער, קענענדיק ה', יאָ נאָך מער, דערקענט פוּן ה', וויאַזוי קערט איר אייך אוּם צוּריק צוּ די שוואַכע און ארעמע יסוֹדוֹת [פוּן דער עולם הזה, זען גלט' 4:3], צוּ וועלכע איר בּאַגערט צוּ זיין אין קנעכטשאַפט אויפסנייַ ? 10 איר [גאַלאַטער נישט-יידן] היט אָפּ טעג, און חַדָשים, און זמַנים, און יאָרן. 11 איך האָבּ מורא פוּנוועגן אייך, טאָמער חס ושלום האָבּ איך געפּראַצעוועט צווישן אייך אומזיסט .12 איך בּעט אייך, אחים במשיח, זייט ווי איך בּין, ווייל איך בּין אויך געוואָרן ווי איר זענט. איר האָט מיר נישט געטאָן קיין שוּם שלעכטס; 13 איר ווייסט, אַז צוליבּ אַ חֻלְשַת הַגוּף האָבּ איך געדַרשענט פאַר אייך די בּשׂוּרת הגאוּלָה דאָס ערשטע מאָל; 14 און אייער נסיון אין מיין בָּשָר האָט איר נישט מבזה געווען און נישט פאַרוואָרפן, נאָר איר האָט מיך מקַבּל געווען ווי אַ מַלאך ה', ווי רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 15 דערפאר, וואוּ איז יענע געבּענטשטקייט אייערע? וואָרעם איך זאָג אייך עֵדות, אַז אויבּ מעגלעך, וואָלט איר אַרויסגעריסן אייערע אויגן און זיי מיר געגעבּן. 16 צי בּין איך דערפאר געוואָרן אייער שׂוֹנא, ווייל איך האָבּ אייך געזאָגט דעם אמת? 17 זיי [די מוֹהלים הגויים] זענען אייפריק וועגן אייך, נישט צום גוטן; זיי ווילן נאָר אייך אויסשליסן פון אונדז, כּדי איר זאָלט זיי אייפריק וועגן זיי. 18 עס איז אָבּער אַ גוטע זאַך תָּמיד צו אייפערן צום גוטן, און נישט נאָר נאָר ווען איך בּין מיט אייך. 19 יְלָדים מיינע, צוּליבּ וועמען איך בּין ווידער אַמאָל אין ווייֵען, בּיז מָשיחַ וועט געפוּרעמט ווערן אין אייך! 20 איך וואָלט איצט געוואָלט זיין בּיי אייך, און צוּ בּייטן מיין קוֹל; ווייל איך בּין ספק וועגן אייך. 21 זאָגט מיר, איר, וואָס בּאַגערט צוּ זיין אוּנטער כל חומר הדין [זען רומ' 6:14; גלט' 2:19], צי טוּט איר נישט הערן וואָס די תּוֹרה זאָגט? 22 וואָרעם סע שטייט געשריבּן, אַז אַברָהם האָט געהאַט 2 בָּנִים, איינעם פוּן דער דינסטמויד, און איינעם פוּן דעם פרייען פרוי. 23 אָבּער דער זוּן פוּן דער דינסטמויד איז געבּוירן געוואָרן לויט דעם פלייש, און דער זוּן פוּן דעם פרייער פרוי דוּרך דער הַבטָחה [בראשית 21:2]. 24 פאר א מדרש : די דאזיקע זאַכן האָבּן אין זיך אַ מָשל: וואָרעם די דאָזיקע נָשים זענען גלייך 2 בּריתות; איינעם פוּן דעם הָר סִינַי, הַיּוֹלֶדֶת פאַר קנעכטשאַפט [זען מתי 23:2,4], דאָס איז הָגָר. 25 און די דאָזיקע הָגָר איז דער הָר סִינַי אין אַראַבּיע, און איז געגליכן דער איצטיקער ירוּשָלַיִם, וואָרעם זי איז אין קנעכטשאַפט מיט אירע בּנים. 26 אָבּער די ירוּשָלַיִם שֶל-מַעלה, איז פריי, און זי איז אֵם לָנוּ [זען יוחנן 3:3]. 27 ווייל סע שטייט געשריבּן : רָנִי עֲקָרָה לֹא יָלָדָה, פִּצְחִי רִנָּה וְצַהֲלִי לֹא-חָלָה, כִּי-רַבִּים בְּנֵי-שוֹמֵמָה מִבְּנֵי בְעוּלָה [ישעיהו 54:1]. 28 און איר, אחים במשיח, ווי יִצחָק, זענען בְּנֵי הַהַבטָחה [זען רומ' 11-9:8]. 29 אָבּער אַזוֹיווי יעמאָלט, האָט דער, וואָס איז געבּוירן געוואָרן לויט דעם פלייש, גערוֹדֶפט דעם, וואָס איז געבּוירן געוואָרן לויט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש; אַזוי איז עס אויך איצט. 30 אָבּער וואָס זאָגט דער פָּסוק? טרייבּ אַרויס די דינסטמויד מיט איר זוּן; וואָרעם דער זוּן פוּן דער דינסטמויד וועט נישט יַרשענען מיט דעם זוּן פוּן דעם פרייער פרוי [בראשית 21:10]. 31 דערפאר, אחים במשיח, מיר זענען נישט קיין בּנים פון דער דינסטמויד, נייערט פוּן דעם פרייער פרוי.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Galatians 3
Top of Page
Top of Page