Orthodox Hasidic Yiddish Bible גלט' גלט'3 ג אָ נאַרישע גאַלאַטער! ווער האָט אייך פארכִּישוּפט, פאַר וועמעס אויגן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע איז פריער געמאָל געוואָרן אַלס תָּלוּי על-דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ]? 2 בּלויז דאָס דאָזיקע וויל איך לערנען פוּן אייך : האָט איר מקַבּל געווען דעם רוּחַ הַקוֹדֶש דוּרך אָפּהענגיקייט בכל חומר הדין, אָדער דוּרך דער שמוּעה פוּן גלויבּן? 3 צי זענט איר אַזוי נאַריש? אָנגעהויבּן האָט איר אין דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, פאַרענדיקט איר איצט אין דעם פלייש [זען רומ' 7:18; 8:13]? 4 צי האָט איר אוּמזיסט אַזויפיל געליטן? אויבּ בּאֶמת אוּמזיסט? 5 און ה' וועלכער גיט אייך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, און טוּט גבוּרות צווישן אייך, צי טוּט ער דאָס דוּרך די כל חומר הדין, אָדער דוּרך דער שמוּעה פוּן גלויבּן? 6 אַזוֹיווי אַברָהם האָט געגלויבּט אין ה', און עס איז אים פאַררעכנט געוואָרן פאַר גערעכטיקייט [זען בראשית 15:6]. 7 אַזוי זעט איר, אַז די, וואָס זענען פוּן דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, די דאָזיקע זענען בני אַברָהם. 8 און דער פּסוק פון די תּוֹרה [בראשית 15:6], ווייל זי האָט פאַרויסגעזען, אַז ה' וועט רעכטפאַרטיקן די אוּמות-הָעוֹלם דוּרך אֶמוּנה, האָט פאָרויסגעזאָגט די בּשׂוּרת הגאוּלָה צוּ אַברָהם : אין דיר וועלן אַלע אוּמות זיין געבּענטשט [בראשית 12:3; 18:18]. 9 אַזוי אַרום ווערן די, וואָס זענען פוּן דער אֶמוּנה, זענען געבּענטשט מיט דעם מַאמין אַברָהם. 10 וואָרעם אַלע, וואָס האבּ אָפּהענגיקייט בכל חומר הדין, זענען אוּנטער אַ קלָלה; ווייל סע שטייט געשריבּן : פאַרשאָלטן איז יעדער איינער, וואָס בּאַשטייט נישט אין אַלצדינג, וואָס סע שטייט געשריבּן אין דעם סֵפר תּוֹרה, צוּ טאָן עס [דברים 27:26]. 11 נאָר אַז קיינער נישט ווערט געמאכט רעכט מיט ה' דוּרך כל חומר הדין [זען רומ' 5,14,16-4:4; 32-9:30; 6-10:5; 11:6] איז קלאָר; ווייל : דער צַדיק וועט לעבּן דוּרך אֶמוּנה [זען חבקוק 2:4]. 12 די כל חומר הדין אָבּער איז נישט פוּן אֶמוּנה, ווייל אֶלָּא שֶיַּעֲשֶׂה הָאָדָם אֶת דְּבָרֶיהָ וָחַי בָּהֶם [זען ויקרא 18:5, יוחנן 8:46; מתי 5:17]. 13 רֶבּי מלך המָשיחַ האָט אוּנדז אויסגעלייזט פוּן דער קלָלה פוּן דער תּוֹרה [זען דברים 27:26], ווען ער איז געוואָרן אַ קלָלה פאַר אוּנדזערטוועגן .ווייל סע שטייט געשריבּן : ארוּר איז יעדער איינער, וועלכער הענגט אויף אַ בּוים [זען דברים 21:23]-- 14 כּדי אויף די אוּמות-הָעוֹלם זאָל קוּמען די בּרָכה פוּן אַברָהם אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, און כּדי מיר זאָלן מקַבּל זיין די הַבטָחה פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש [זען במדבר 11:29; יואל 3:1] דוּרך אֶמוּנה. 15 אחים במשיח, איך רער לויט דעם שטייגער פוּן בני אדם : הַגַם עס איז נאָר אַ מענטשנס צַווָאה, אויבּ זי איז בּאַשטעטיקט געוואָרן, קאָן קיינער זי נישט מבַטל זיין, אָדער עפּעס צוּזעצן צוּ איר. 16 און צוּ אַברָהם זענען די הַבטָחות געגעבּן געוואָרן, און צוּ זיין זֶרַע [זען רומ' 4:13; בראשית 12:7] .ער זאָגט נישט : און לִזְרָעֶיָךָ, ווי וועגן אַ סך, נאָר ווי פוּן יחיד: און צוּ דיין זֶרַע, וועלכער איז רֶבּי מלך המָשיחַ. 17 און דאָס זאָג איך : אַ בְּרִית, וואָס איז פריער כָּרַת [בּאַשטעטיקט געוואָרן] פון ה', קאָן די מתן תּוֹרה, וועלכע איז געקוּמען 430 יאָר שפּעטער, נישט בָּטל מאַכן, אַזוי, אַז די הַבטָחה זאָל בּטל ווערן. 18 וואָרעם אויבּ די ירוּשה איז דורך דער [כל חומר הדין פון] תּוֹרה [זען בראשית 17:5; תהלים 31-22:26; ישעיהו 53:10; יוחנן 1:12; גלט' 3:29], איז זי נישט מער דורך דער הבטָחה; אָבּער ה' האָט זי אַברהמען געשענקט דוּרך דער הַבטָחה. 19 על-כּן, וואָס איז די [מתן] תּוֹרה? זי איז צוגעלייגט געוואָרן צוליבּ די עַבֵירות [זען רומ' 4:15; 5:20], בּיז דער זֶרַע [בראשית 3:15; 22:18; 21:12; 28:14; 49:10; שמב 13-7:12; ירמיהו 6-23:5; זכריה 12-6:11; עזרא 3:8] וועט קוּמען, אויף וועמען די הַבטָחה בּאַציט זיך: און זי (די מתן תּוֹרה) איז אָנגעבּרייט געוואָרן דוּרך מַלאָכים [זען דברים 33:2] פוּן דער האָנט פוּן אַ מְתַוֵּךְ. 20 און אַ מְתַוֵּךְ איז נישט פוּן אֶחָד [זען שמות (19)20:16, אין אנדערע ווערטער, א פארמיטלער שטייט צווישן צוויי]; ה' אָבּער איז אֶחָד. 21 צי איז דען די תּוֹרה קעגן די הַבטָחות פוּן ה'? חס ושלום! וואָרעם אויבּ סע וואָלט געגעבּן געוואָרן אַ תּוֹרה, וואָס וואָלט געווען בּכח לעבּעדיק צו מאַכן, דעמאָלט וואָלט לְהִצָּדֵק בּאֶמת זיין אויף יסוד פוּן תּוֹרה [זען רומ' 8:13-7:6, אילו יכלה התורה להושיע אותנו, לא היה צריך משיח אוֹ רוח הקודש]. 22 דער כתבי-הקודש האָט אָבּער אַלעמען איינגעשלאָסן אוּנטער עבירה [זען רומ' 3:9], כּדי די הַבטָחה דוּרך אֶמוּנה אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע זאָל געגעבּן ווערן צוּ די, וועלכע גלויבּן [זען תהלים 3-14:1; בראשית 15:6]. 23 אָבּער איידער אֶמוּנה איז געקוּמען [זען רומ' 13-10:2], זענען מיר געווען אוּנטער דער וואַך פון דער תּוֹרה, אייַנגעשלאָסן פאַר דער אֶמוּנה, וואָס האָט געדאַרפט אַנטפּלעקט ווערן. 24 אַזוי, אַז די תּוֹרה איז געוואָרן אוּנדזער אוֹמֶנֶת בּיז בּיאַת הַמָשיחַ, כּדי מיר זאָלן גערעכטפאַרטיקט ווערן דוּרך אֶמוּנה [בראשית 15:6; ישעיהו 53:11]. 25 איצט אָבּער, אַז אֶמוּנה איז געקוּמען [זען מהש 2:38], זענען מיר נישט מער אוּנטער אַן אוֹמֶנֶת [זען כל חומר הדין אוֹמֶנֶת, רומ' 7:6]. 26 וואָרעם איר אַלע זענט יְלָדים פוּן ה' דוּרך אֶמוּנה אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 27 וואָרעם איר אַלע וועלכע זענען מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן אין מָשיחַ, האָבּן זיך מתלבּש געווען מיט מָשיחַ. 28 נישטאָ קיין ייִד אָדער לֹא-ייִד, נישטאָ קיין עֶבֶד אָדער בּן-חורין, נישטאָ קיין גבר אָדער אשה; וואָרעם איר אַלע זענט אֶחָד אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 29 און אויבּ איר געהערט צום מָשיחַ, זענט איר דערפאר זֶרַע אַברָהם, יוֹרשים לויט דער הַבטָחה [זען רומ' 3:29; ישעיהו 53:10]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |