Galatians 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
גלט'

גלט'2

ב דאַן נאָך 14 יאָר [זען מהש 30-11:29, סהנ 48], בּין איך ווידער אַרויפגעגאַנגען קיין ירוּשָלַיִם מיט בּר-נַבָּאן, מיטנעמענדיק מיט מיר אויך טיטוּסן [זען טיטוס 3:15-1:1]. 2 איך בּין אָבּער אַרויפגעגאַנגען לויט אַ הִתְגַּלּוּת; און האָבּ זיי פירגעלייגט די [ארטאדאקסיש יידיש] בּשׂוּרת הגאוּלָה, וואָס איך דרשענען צווישן די אוּמות-הָעוֹלם, און בּפרט פאַר די חשובים, כּדי איך זאָל חס ושלום נישט לויפן, אָדער האָבּן געלאָפן, אוּמזיסט. 3 דאָך אַפילו טיטוּסן, וועלכער איז געווען מיט מיר, הַגַם אַ נישט-ייִד, האָט מען נישט געצוואוּנגען געוואָרן געמַלט צוּ ווערן. 4 אָבּער מחמת די אַרייַנגעבּראַכטע אֲחֵי שֶקֶר [פעלנדיק ארטאדאקסיש יידיש אמונה און נישט געבוירן ווידער], וועלכע זענען בּסוֹד אַרייַנגעקוּמען אויסצוּשפּירן אוּנדזער דְּרוֹר [זען ישעיהו 61:1; ויקרא 10-25:9; דניאל 26-9:24], וואָס מיר האָבּן אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, כּדי זיי זאָלן אוּנדז בּרענגען צוּ [לְהִצָּדֵק נוֹבֵעַ מעשים טובים, זען גלט' 2:21] קנעכטשאַפט -- 5 צוּ וועמען מיר האָבּן אפילו אויף קיין איין שעה נישט נאָכגעגעבּן מיט הכנעה; כּדי דער אֶמת פוּן דער [ארטאדאקסיש יידיש] בּשׂוּרת הגאוּלָה זאָל פאַרבּלייַבּן מיט אייך. 6 פוּן יענע אָבּער, וואָס זענען געווען אָנגעזען -- וואָס זיי זענען געווען, איז נישט מיין עֵסק; ה' איז קיינעם נישט נוֹשׂא-פָּנים -- די, זאָג איך, וואָס זענען געווען פוּן חַשִיבות, האָבּן מיר גאָרנישט צוּגעטיילט; 7 נאָר להיפּך, ווען זיי האָבּן געזען, אַז מיר איז אָנפאַרטרויט געוואָרן מיט דער [ארטאדאקסיש יידיש] בּשׂוּרת הגאוּלָה פאַר די עָרלים, פּונקט אַזוֹיווי כֵּיפָא פאַר די געמַלטע -- 8 וואָרעם דער, וועלכער האָט געווירקט אין כֵּיפָאן [זען כּיפאא 1:1-כּיפאב 3:18] פאַר דער שלִחות צו די געמַלטע, האָט אויך געווירקט אין מיר פאַר די אוּמות הָעוֹלם -- 9 און ווען זיי האָבּן בּאַמערקט דעם חֶסֶד, וואָס איז מיר געגעבּן געוואָרן, האָבּן יַעקֹב [זען יעקֹב 5:20-1:1] און כֵּיפָא און יוֹחָנָן, וואָס זענען געווען פאַררעכנט פאַר עמּוּדֵי הקהילה, מיר און בַּר-נַבּא געגעבּן די יַד יְמִינָם לְאוֹת [ארטאדאקסיש יידיש] שִתּוּף, כּדי מיר זאָלן גיין צוּ די אוּמות הָעוֹלם, און זיי צוּ די געמַלטע; 10 רק, אַז מיר זאָלן געדענקען די עֲנִיִּים, וואָס איך האָבּ מיך אויך געפלייסט דאָס זעלבּע צוּ טאָן. 11 ווען אָבּער כֵּיפָא איז געקוּמען קיין אַנְטִיוֹכְיָה, האָבּ איך מיך אים אַנטקעגנגעשטעלט פּנים אל פּנים, מחמת ער איז געשטאַנען פאַרמִשפּט. 12 וואָרעם איידער עטלעכע זענען געקוּמען פוּן יעקֹב [אַ פּנים געקוּמען פוּן יעקֹב, זען מהש 15:24!], האָט כיפא געגעסן מיט המאמינים המשיחיים הלא-יהודים [זען מהש 15:20]; אָבּער ווען זיי זענען געקוּמען, האָט ער זיך דערווייטערט און אָפּגעשיידט פון זיי, ווייל ער האָט מורא געהאַט פאַר הַנִּמּוֹלִים [כיתה אין ירושלים, זען מהש 15:1, וואָס געלערנט בכל חומר הדין, אַז אויבּ איר, אַזוי צו זאָגן, וועט נישט געמַלט ווערן, קענט איר נישט פאר יְשועָת אלוקינו געראַטעוועט ווערן]. 13 און די איבּריקע פוּן די ייִדן האָבּן זיך אויך פאַרשטעלט מיט אים, אַזוי, אַז אַפילו בַּר-נַבּא איז פאַרפירט געוואָרן פוּן זייער צבִיעות. 14 ווען אָבּער איך האָבּ געזען, אַז זיי האַנדלען נישט ריכטיק לויט דעם אֶמת פוּן דער [ארטאדאקסיש יידיש] בּשׂוּרת הגאוּלָה, האָבּ איך געזאָגט צוּ כֵּיפָא פאַר זיי אַלעמען: אויבּ דוּ, וואָס בּיסט אַ ייִד, לעבּסט גויש און נישט יידיש, וויאַזוי צווינגסטוּ די נישט-ייִדן לִחְיוֹת כִּיהוּדִים? 15 מיר, וואָס זענען בּטבע ייִדן, און נישט קיין שייגעץ בּעלי עבֵירה, 16 ווייסן, אַז בני אדם זענען נישט געמאכט רעכט מיט ה' דורך כל חומר הדין, נייערט דוּרך דער אֶמוּנה אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע [זען בראשית 15:6; חבקוק 2:4; ישעיהו 53:11], אַזוי האָבּן אויך מיר געגלויבּט אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, כּדי מיר [זען רומ' 3:9] זאָלן גערעכטפאַרטיקט ווערן דוּרך אֶמוּנה אין רבי מֵלך המָשיחַ, און נישט דוּרך כל חומר הדין, מחמת דוּרך כל חומר הדין וועט קיינער נישט גערעכטפאַרטיקט ווערן. 17 אויבּ אָבּער מיר, ווען מיר האָבּן געזוּכט גערעכטפאַרטיקט צוּ ווערן אין רבי מֵלך המָשיחַ, זענען אַליין אויך געפוּנען געוואָרן בּעלי עבֵירה [זען מהש 10:28], איז דען רבי מֵלך המָשיחַ אַ מְשָרֵת לַחֵטְא? חס ושלום! 18 וואָרעם אויבּ איך בּוֹי ווידער אויף דאָס, וואָס איך האָבּ צעשטערט [כל חומר הדין מעשים-גערעכטיקייט, זען גלט' 2:21], ווייז איך מיך אַרויס פאַר אַ בַּעל-עַבֵירה. 19 וואָרעם איך בּין דוּרך דער תּוֹרה נִפְטָר צוּ דער תּוֹרה [רומ' 2-7:1; 8:13; 7:6; גלט' 2:20; 3:13; רומ' 4-6:1; גלט' 25-3:19], כּדי איך זאָל לעבּן פאַר ה'. 20 איך בּין תָּלוּי על-דער בּוֹים געוואָרן מיט רֶבּי מלך המָשיחַ [זען לוקס 43-23:40]; און דאָס איז נישט מער איך [זען קורב 5:17; זען מהש 4-9:1; זען יוחנן 3:3], וואָס לעבּ, נייערט מָשיחַ לעבּט אין מיר [זען ירמיהו 31:32; יחונן 1:1; התג' 22-3:20], און דאָס חַיים, וואָס איך לעבּ איצט אין דעם בָּשָׂר, לעבּ איך בּאֶמוּנה פוּן דעם זוּן פון דער אויבּערשטער, וואָס האָט מיך ליבּ געהאַט, און האָט זיך מַקריב געווען פאַר מיר. 21 איך בּין נישט מבַטל דעם חֶסֶד פוּן ה'; וואָרעם אויבּ צֶדֶק [גערעכט, גערעכטיקייט, גערעכטפערטיקונג, יצדּק מיט ה', פאַררעכנט געוואָרן פאַר גערעכטיקייט, זען דניאל 26-9:24; איוב 25:4; רומ' 26-3:25] איז דוּרך כל חומר הדין [זען גלט' 2:16], דאַן איז רבי מֵלך המָשיחַ געשטאָרבּן אוּמזיסט.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Galatians 1
Top of Page
Top of Page