Orthodox Hasidic Yiddish Bible גלט' גלט'1 א רַב שָאוּל, אַ שלִיח, נישט פוּן בּני אדם, אויך נישט דוּרך אַ בּן אדם, נאָר דוּרך רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע און ה' אלוקים הָאָב, וועלכער האָט אים מחַיֵה-מֵתים געווען, 2 און אַלע אַחִים במשיח, וואָס זענען מיט מיר, צוּ די בְּרִית חֲדָשָה קהִילות פוּן גָּלַטְיָה [זען מהש 14:28-13:13]. 3 חֶסֶד צוּ אייך און שָלום פון ה' אלוקים אָבִינוּ און אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, 4 וועלכער האָט זיך געגעבּן פאַר אוּנדזערע עבירות, כּדי אוּנדז אַרויסצוראַטעווען פוּן הָעוֹלָם הָרָע הַזֶּה, לויט דעם רָצון ה' און אלוקים אָבִינוּ; 5 לוֹ הַכָּבוֹד לְעוֹלָם וָעֶד. אָמֵן. 6 איך וואוּנדער מיך, וואָס אַזוי געשווינט נייגט איר זיך אָפּ פון דעם, וועלכער האָט אייך גערופן אין דעם חֶסֶד פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ, צוּ אַן אַנדערש [אַרטיקער] בּשׂוּרת הגאוּלָה; 7 וואָס איז נישט קיין אַנדערע, אַחוץ וואָס עס געפינען זיך אייניקע לייט, וואָס בּאַאוּמרוּאיקן אייך און ווילן פאַרדרייען די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ. 8 נאָר הַגַם מיר אַליין, אָדער אַ מַלאך פוּן הימל, זאָלן אייך דרשענט אַ בּשׂוּרת הגאוּלָה אויסער דער, וואָס מיר האָבּן אייך דרשענט, זאָל ער זיין אין חֵרֶם. 9 אַזוי ווי מיר האָבּן פריער געדרשנט, און איך זאָג עס איצט ווידער: אויבּ עמיצער דרשענט אייך אָן אַ בּשׂוּרת הגאוּלָה, אַחוץ דער, וואָס איר האָט מקַבּל געווען, זאָל ער זיין אין חֵרֶם. 10 וואָרעם זוּך איך דען איצט צו געווינען בּני אדם, אָדער ה'? אָדער זוּך איך צו געפינען חן בּיי בּני אדם? אויבּ איך וואָלט נאָך געזוכט צו געפינען חן בּיי בּני אדם, וואָלט איך נישט געווען קיין עֶבֶד פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ. 11 וואָרעם איך מאַך אייך בּאַקאַנט, אַחִים במשיח, אַז די בּשׂוּרת הגאוּלָה, וואָס ווערט געדרשנט דוּרך מיר, איז נישט לויט בּני אדם. 12 ווייל נישט האָבּ איך זי מקַבּל געווען פוּן אַ בן אדם, אויך האָט מען מיך זי נישט געלערנט, נאָר זי איז דורך אַ הִתְגַּלּוּת פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע [זען מהש 6-9:3]. 13 וואָרעם איר האָט דאָך געהערט פוּן מיין לעבּנשטייגער אין ייִדישקייט אַמאָל, וויאַזוי איך האָבּ שטאַרק גערוֹדֶפט די [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:19, פון] קהִילה פוּן ה', און זי חָרוב געמאַכט; 14 און איך בּין איבּערגעשטיגן אין דעם ייִדישקייט העכער פוּן אַ סך פוּן מיין דוֹר צווישן מיינע לאַנדסלייַט, זייענדיק אַ זער גרויסער קַנָאי פאר דער מָסורָה פוּן מיינע אָבות [תּוֹרה שבעל פה]. 15 ווען אָבּער עס איז וואוילגעפעלן דעם, וועלכער האָט מיך אָפּגעשיידט פון מיין מוטערטראַכט און דוּרך זיין חֶסֶד האָט מיך בּאַרוּפן [זען רומ' 30-8:29; אפס' 9-2:8], 16 צוּ אַנטפּלעקן אין מיר זיין זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער], כּדי איך זאָל דרשענען די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן אים צווישן די אוּמות-הָעוֹלם: האָבּ איך גלייך מיך נישט בּאַראָטן מיט בָּשׂר-ודָם, 17 און בּין אַפילו נישט אַרויפגעגאַנגען קיין ירוּשָלַיִם צוּ די, וואָס זענען געווען שלִיחים פון משיח פאַר מיר, נאָר בּין אַוועק קיין אַראַבּיע, און האָבּ מיך ווידער אומגעקערט קיין דמֶשֶק. שפּעטער, אין 3 יאָר אַרוּם, בּין איך אַרויפגעגאַנגען קיין ירוּשָלַיִם זיך צו בּאַקענען מיט כֵיפָאן, און בּין פאַרבּלייבּן בּיי אים 15 טעג. 19 און קיין אַנדערן פוּן די שלִיחים האָבּ איך נישט געזען, אַחוּץ יעקֹבן [זען יעקֹבן 5:20-1:1], דעם אַחוּהי דּמָרַן . 20 וואָס אָבּער איך שרייבּ צו אייך, אָט פאַר ה' אַז איך זאָג נישט קיין שקר. 21 דאַך דעם בּין איך אַוועק אין די געגנטן פוּן סוּרְיָה און קִילִיקְיָה. 22 און איך בּין נאָך געווען אוּמבּאַקאַנט פָּנים-אֶל-פָּנים צוּ די קהִילות פוּן יהוּדה, וועלכע זענען געווען אין רֶבּי מלך המָשיחַ. 23 זיי האָבּן נאָר בּלויז געהערט : דער, וואָס האָט אוּנדז אַמאָל גערוֹדֶפט, דרשענט איצט אָן די [ארטאדאקסיש, זען מהש 25-21:19, יידיש] אֶמוּנה, וועלכע ער האָט פריער צעשטערט; 24 און זיי האָבּן געזאָגט בּרוּך ה' פוּן מייַנעטוועגן. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |