2 Corinthians 13
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורב13

יג דאָס איז דאָס דריטע מאָל, אַז איך קוּם צוּ אייך [קורב 12:14]. דוּרך דעם מויל פוּן 2, אָדער 3 עֵדות, זאָל יעדע זאַך בּאַשטעטיקט ווערן [דברים 19:15]. 2 איך האָבּ שוֹין פריער געזאָגט, און זאָג עס פאַרויס, ווי ווען איך בּין געווען בּיי אייך דאָס צווייטע מאָל, אַזוי איצט, ווען איך בּין אָפּוועזנד, אַז די, וואָס האָבּן פריער געזינדיקט, און אַלע איבּעריקע, אַז ווען איך וועל ווידער קוּמען, וועל איך קיינעם נישט שוינען, 3 ווייל איר זוּכט אַ בּאַווייז, אַז רבי מֵלך המָשיחַ רעדט אין מיר, וואָס איז לגַבּי אייך נישט שוואך, נאָר אַ גבּור צווישן אייך. 4 וואָרעם הַגַם ער איז אויפהענגע על דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ] געוואָרן אין שוואַכקייט, לעבּט ער אָבּער דוּרך דער גבוּרה פוּן ה'. וואָרעם אויך מיר זענען שוואך אין אים, נאָר מיר וועלן לעבּן מיט אים דוּרך דער גבוּרה פוּן ה' פאַר אייך. 5 פּראוּווט אייך אויס אַליין, צי איר זענט אין דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה; פּרובּירט אייך אליין אויס [זען קורא 11:28]. אָדער צי ווייסט איר נישט וועגן זיך אַליין, אַז רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע איז אין אייך? - אחוץ אויבּ איר זענט פאַרוואָרפן. 6 איך האָף אָבּער, אַז איר וועט זיך האבּן דַּעַת, אַז מיר זענען נישט קיין פאַרוואָרפענע. 7 און מיר זענען דאווענען צוּ ה', אַז איר זאָלט נישט טאָן קיין שום רַע; נישט כּדי מיר זאָלן זיך אַרויסווייזן אַלס בּאַוויליקטע, נייערט כּדי איר זאָלט טאָן דאָס, וואָס איז גוּט, אויבּ אַפילו מיר זאָלן זיין ווי פאַרוואָרפענע. 8 וואָרעם מיר קענען גאָרנישט טאָן קעגן דעם אֶמת, נאָר פאַר דעם אֶמת. 9 וואָרעם מיר פרייען זיך ווען מיר זענען שוואַך, און איר זענט שטאַרק. און מיר זענען אויך דאווענען , אַז איר זאָלט שלימותדיק ווערן. 10 דערפאר שרייבּ איך אייך דאָס, ווען איך בּין אָפּוועזנד, כּדי ווען איך וועל זיין בּיי אייך, זאָל איך נישט דאַרפן האַנדלען שטרענג לויט דעם סמכות, וואָס הָאָדוֹן האָט מיר געגעבּן אויף אויפצוּבּויען, און נישט אַרוּנטערצוּרייַסן. 11 צולעצט, אחים במשיח, זייט געזוּנט, פאַרבּעסערט אייך, זייט געטרייסט, זייט פוּן איין מַחשָבה, לעבּט בּשָלום; און דער אלוקים פוּן אַהֲבָה און שָלום וועט זיין מיט אייך. 12 דרישת שלום איינער דעם אַנדערן מיט אַ נשִיקָה קדוֹשה. כל קדוֹשִים דורשים בשלום. 14 דער חֶסֶד פוּן הָאָדוֹן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע און די אַהֲבָת ה', און די התחַבּרוּת פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, זאָל זיין מיט אייך אלעמען [אֲדֹנָי אחד דאָך מְשֻלָּש, זען משלי 30:4; תהלים 33:6, ישעיהו 48:16, זֹהַר ג ב288].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
2 Corinthians 12
Top of Page
Top of Page