Orthodox Hasidic Yiddish Bible אפס' אפס'1 א רַב שָאוּל, אַ שלִיחַ פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע דוּרך דעם רָצון ה', צוּ די קדוֹשִים, וואָס זענען אין אֶפֶסוֹס, און די גלויבּיקע אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 2 חֶסֶד ה' צוּ אייך און שָלום פון אלוקים אָבִינוּ, און הָאָדוֹן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 3 געלויבּט זאָל זיין דער אלוקים און אָב פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, וואָס האָט אוּנדז געבּענטשט מיט יעדער רוחניותדיקער בּרָכה אין די הימלישע מקוֹמות אין מָשיחַ. 4 לויט ווי ער האָט אוּנדז אויסדערוויילט אין אים, איידער די וועלט איז געגרוּנטפעסטיקט געוואָרן, אַז מיר זאָלן זיין קֹדֶש און אָן אַ מוּם פאַר ה' אין אַהֲבָה; 5 פאָרויסבּאשטימענדיק אוּנדז צו זיין בּנים צו אים דוּרך רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, לויט דעם וואוילגעפעלן פוּן זיין רָצון, 6 צוּם לויבּ פוּן דעם כָּבוד פוּן זיין חֶסֶד, מיט וועלכן ער האָט אוּנדז פריי בּאַשאָנקען אין זיין זון, דער זון פון דער אויבּערשטער, דעם בּאַליבּטן. 7 אין וועמען מיר האָבּן די ישוּעת אלוקינו פּדוּת דוּרך זיין כַּפָּרָה דָּם, די סְלִיחַת הַחֲטָאִים, לויט דער עַשִירות פוּן זיין חֶסֶד, 8 וואָס ער האָט פאַרמערט פאַר אוּנדז אין יעדער חָכמה און בִּינָה, 9 בּאַקאַנט מאַכנדיק צו אוּנדז דעם סוֹר פוּן זיין רָצון, לויט זיין וואוילגעפעלן, וואָס ער האָט פון פריער בּאַשלאָסן אין אים, 10 כדי אין דער דוּרכפירוּנג אין דער פוּלקייט פוּן די צייטן, אייַנצוּזאַמלען אין מָשיחַ אַלץ, וואָס איז אין די הימלען, און וואָס איז אויף דער ערד. 11 אין אים, אין וועמען אויך מיר זענען געוואָרן יוֹרשים, פאָרויס בּאַשטימט לויט דער כוונה פוּן אים, וואָס ווירקט אלץ לויט דער עֵצה פוּן זיין רָצון; 12 כּדי מיר זאָלן זיין צוּם לויבּ פוּן זיין כָּבוד, מיר, וואָס האָבּן פון פריער געהאָפט אין מָשיחַ. 13 אין וועמען אויך איר, האָבּנדיק געהערט דאָס דָּבָר אֶמת, די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן אייער ישוּעת אלוקינו -- אין וועמען אויך ווערנדיק מאמינים, איר זענט פאַרחַתמעט געוואָרן מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן דער הַבטָחה, 14 וועלכער איז דער ערבון פוּן אוּנדזער ירוּשה, בּיז צו דער גְאוּלָה פוּן דעם עם סגולה, צוּם לויבּ פוּן זיין כָּבוד. 15 צוּליבּ דעם אויך איך, האָבּנדיק געהערט פוּן אייער [ארטאדאקסיש יידיש אֶמוּנה, זען מהש 25-21:20] גלויבּן אין הָאָדוֹן יהושע/ישוע, און פוּן דער אַהֲבָה צוּ כל קדוֹשִים, 16 הער נישט אויף אָפּצוּגעבּן אַ בּרוּך ה' פאַר אייך, ווען איך דערמאָן אייך אין מיינע דאַווענענדיק תּפִילות, 17 אַז דער אלוקים פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, דער אלוקים הָאָב פוּן כבוד, זאָל אייך געבּן אַ גייסט פוּן חָכמה און הִתְגַּלּוּת אין דער דערקענטעניש דַּעַת פוּן אים, 18 אַז די אויגן פוּן אייער לֵב זאָלן דערלויכטן ווערן, כּדי איר זאַלט וויסן וואָס איז די תִּקְוָה פוּן זיין רוּפן, וואָס איז די עַשִירות פוּן זיין הערלעכער נַחלה אין די קדוֹשִים, 19 און ווי איבּערשטייגדיק גרויס זיין גּבוּרָה איז לגַבּי אוּנדז, די [ארטאדאקסיש יידיש אֶמוּנה, זען מהש 25-21:20] מאמינים, לויט דער ווירקוּנג פוּן דער קראַפט פוּן זיין שטאַרקייט, 20 וועלכן ער האָט ווירקזאַם געמאַכט אין רֶבּי מלך המָשיחַ, ווען ער האָט אים מחַיֵה-מֵתים געווען, און האָט אים געזעצט צוּ זיין רעכטער האַנט [פון סַמְכוּת] אין די הימלישע מקוֹמות [תהלים 110:1], 21 העכער איבּער יעדער מֶמשָלה, און שלִיטה, און מאַכט, און מלוּכה, און יעדן נאָמען, וואָס ווערט אָנגערוּפן, נישט נאָר אין דער עוֹלם הַזֶּה, נייערט אויך אויף דער עוֹלם-הבָּא [זען גלט' 4:3]. 22 און אַלץ האָט ער געלייגט אוּנטער זיינע רגלים, און אים אַליין געגעבּן ווי אַ ראָש איבּער אַלעם אין דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה, 23 וועלכע איז זיין גוּף [זען מהש 5-9:4; רומ' 13-6:3; בראשית 47:18; תהלים 10-16:9; איוב 27-19:25; ישעיהו 53:11; דברים 21:23; 27:26, גוף פון משיח איז הגאולה און תמורה פון הקהילה, זען רות 4:7], די פוּלקייט פוּן אים, וואָס פילט אָן אַלץ אין אַלעם. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |