Ephesians 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
אפס'2

ב און אייך האָט ער לעבּעדיק געמאַכט, ווען איר זענט געווען טויט אין אייערע עַבֵירות און חטאים [זען רות 5-1:3; רומ' 14-5:12], 2 אין וועלכע הִתְהַלַּכְתֶּם אַמאָל לויט דעם צייטלויף פוּן דער עוֹלם הַזֶּה, לויט דעם שַר פוּן די כּוֹחות פוּן דער לוּפט, פוּן דעם גייסט, וואָס ווירקט איצט אין די בּני הַמֶּרִי. 3 צווישן וועלכע אויך מיר האַבּן אַמאָל געלעבּט אין די תַּאוות פוּן אוּנדזער פלייש [זען רומ' 7:18], טוענדיק דעם ווילן פוּן דעם פלייש און פוּן דעם פאַרשטאַנד, און לויט בּטֶבע בְּנֵי זַעַם [זען רומ' 1:18; יוחנן 3:18], אַזוֹיווי די איבּעריקע. 4 נאָר ה', וואָס איז רייך אין רחמים, האָט צוּליבּ זיין גרויסער אַהֲבָה, מיט וועלכער ער האָט אוּנדז ליבּ געהאַט, 5 אַפילו ווען מיר זענען געווען טויט אין אוּנדזערע עַבֵירות, האָט אוּנדז לעבּעדיק געמאַכט אינאיינעם מיט רֶבּי מלך המָשיחַ -- דוּרך חֶסֶד זענט איר געראַטעוועט געוואָרן [פון זַעַם פון ה' אין ישועת אלוקינו] -- 6 און האָט אוּנדז אויפגעוועקט און אוּנדז געטאָן זעצן צוזאמען מיט אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע אין די הימלישע מקוֹמות; 7 כּדי צו ווייזן אין די קומענדיקע וועלטצייטן די שפע פון דער עַשִירות פוּן זיין חֶסֶד אין גוּטסקייט לגַבּי אוּנדז אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 8 וואָרעם מיט חֶסֶד זענט איר געראַטעוועט [פון זַעַם ה'] געוואָרן דוּרך אֶמוּנה; און דאָס נישט [אַן איינפאל, זען מהש 9:4] פוּן אייך אַליין, עס איז די מַתָּנה פוּן ה' - 9 נישט בכל חומר הדין זְכוּת, כּדי קיינער זאָל זיך נישט רימען. 10 וואָרעם מיר זענען זיין ווערק, געשאַפן אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע צו מַעשׂים-טוֹבים [זען יעקב 17-2:14], וועלכע ה' האָט פאָרויס צוגעגרייט, כּדי מיר זאָלן לעבּן אין זיי. 11 צוליבּ דעם זאָלט איר געדענקען, אַז אַמאָל זענט איר געווען אין גּוּפָנִית נישט-ייִדן, און זענט אַמאָל גערוּפן געוואָרן עַרֵלים פוּן יענע, וואָס ווערן גערוּפן נמולים -- א מילה אין דעם פלייש אַ מיט הענט געמאַכטע -- 12 געדענקען אַז איר זענט אין יענער צייט געווען פעלנדיק אַ מָשיחַ, אויסגעשלאָסענע פוּן דעם בּירגער-רעכט פוּן יִשׂרָאל, און פרעמדע וואָס שייך די בּרִיתוֹת פוּן דער הַבטָחה [זען בראשית 12:3], פעלנדיק תִּקְוָה און פעלנדיק ה' אין דער עוֹלם הַזֶּה. 13 איצט אָבּער אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, זענט איר, וואָס זענט אַמאָל געווען ווייַט, געבּראַכט געוואָרן נאָענט דוּרך דעם כַּפָּרָה דָּם פוּן מָשיחַ [זען ישעיהו 12-53:8]. 14 וואָרעם משיח איז שְלוֹמֵנוּ [ישעיהו 53:5], וועלכער האָט געמאַכט די בּיידע אֶחָד, און האָט צעשטערט די סוֹרֶג, די מחִיצה הָאֵיבָה [זען בראשית 3:15; גלט' 21-2:11], 15 און מאכנדיק שלום, האָט בָּטל געמאַכט כל חומר הדין פוּן מִצוות און חוּקים [זען דברים 27:26; 21:23; ישעיהו 12-53:4] אין זיין בּשר, כּדי ער זאָל בָּרָא אין זיך פוּן די יידן אין נישט-יידן אָדָם חָדָש אֶחָד [זען קורב 5:17]; 16 און צו פאַראיינבּאַרן די בּיידע צוּ ה' אין בָּשָׂר אֶחָד דוּרך דעם בּוים [פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ], מיט וואָס ער האָט געטייט די שִׂנאה דורך אים. 17 און ער איז געקוּמען און האָט מבַשׂר געווען שָלום צוּ אייך וואָס זענט געווען ווייט, און שָלום צוּ די, וואָס זענען געווען נאָענט [זען דער שלום-ברענגען בשורה פון בּן-דוד תָּלוּי עַל הַעֶץ און דער מְבַשֵׂר, תהלים 22:17; שמב (19:1)33-18:14; זכריה 12:10]. 18 ווייל דוּרך אים האָבּן מיר בּיידע אוּנדזער צוּטריט אין איין גייסט צוּ אלוקים הָאָב. 19 דערפאר זענט איר נישט מער קיין גֵרים און נָכְרים, נייערט איר זענט תּוֹשָבִים מיט די קדוֹשִים, און פוּן דעם בּני בּית פוּן ה', 20 געבּויט אויף דעם יסוֹד פוּן די שלִיחים און נבִיאים, פוּן וואָס רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע אַליין איז דער אֶבֶן הַפִּנָּה; 21 אין וועמען דער גאַנצע געבּיידע איז צוּזאַמענגעבּויט, און וואַקסט אויס אין אַ הֵיכל קודֶש אין ה'; 22 אין וועמען אויך איר ווערט מיטגעבּויט פאַר אַ מִשכַּן פוּן ה' אין דעם רוּחַ הַקֹּדֶש.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Ephesians 1
Top of Page
Top of Page