Colossians 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קול'4

ד האַרן, גיט אייערע עבדים דאָס, וואָס איז רעכט און יושרדיק, ווייל איר ווייסט, אַז אויך איר האָט אַ מָרָא אין הימל. 2 האַלט אָן אין דאווענען , און וואַכט דערין מיט הוֹדָיָה; 3 זייט דאווענען צוּגלייך אויך פאַר אוּנדז, אַז ה' זאָל עפענען פאַר אוּנדז אַ שַעַר פאַר דעם דָּבָר, צוּ דרשענען דעם סוֹד פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ, צוּליבּ וועמען איך בּין אויך אין קייטן, 4 כּדי איך זאָל עס מגלה זיין, ווי איך בּאַדאַרף צוּ רעדן. 5 פירט זיך אין חָכמה קעגן די, וואָס זענען אין דרויסן, אויסקויפנדיק די צייט. 6 זאָלן אייערע רייד זיין תָּמיד מיט חֵן, געווירצט מיט זאַלץ, כּדי איר זאָלט וויסן וויאַזוי איר האָט יעדן איינעם צו ענטפערן. 7 אלץ וואָס מיך בּאַטרעפט וועט טיכיקוּס, דער בּאַליבּטער אָח במשיח און געטרייער משרת און מיטקנעכט אין הָאָדוֹן, אייך צו וויסן טון .8 אים האָבּ איך צוּ אייך געשיקט צוּליבּ דעם דאָזיקן צוועק טאַקע, כּדי איר זאָלט וויסן ווי עס דערגייט אוּנדז, און ער זאָל טרייסטן אייערע לְבָבוֹת, 9 אינאיינעם מיט אָנעסימוּסן, דעם געטרייען און בּאַליבּטן אָח במשיח, וועלכער איז איינער פוּן אייך. זיי וועלן אייך אַלץ מוֹדִיע זיין, וואָס עס קומט דאָ פאָר. 10 אֲרִיסְטַרְכוֹס, מיין מיט-געפאַנגענער, זאָגט דרישת שלום צוּ אייך, און מַרְקוֹס [זען מרק' 16:20-1:1], דאָס געשוועסטער-קינד פוּן בַּר-נַבָּאן -- וועגן וועמען איר האָט בּאַקוּמען בּאַפעלן; אויבּ ער וועט קוּמען צוּ אייך, זאָלט איר אים אויפנעמען -- 11 און יהושע, וואָס ווערט אָנגערוּפן יוּסטוּס, די דאָזיקע זענען די איינציקע פוּן די יהודים אין משיח, וואָס זענען מיינע מיטאַרבּעטער פאַר דעם מַלכות ה', און וואָס זענען געווען אַ טרייסט פאַר מיר. 12 עפּאַפראַס, וואָס איז איינער פוּן אייך, אַן עֶבֶד פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, זאָגט דרישת שלום צוּ אייך; ער איז נֶאֱבָק פאַר אייך תָּמיד אין זיינע דאַווענענדיק תּפִילות, אַז איר זאָלט שטיין גאַנץ און פאַרזיכערט אין דעם פוּלן רָצון ה'. 13 מחמת איך זאָג עֵדות אויף אים, אַז ער גיט זיך אַ סַך מיִ פאַר אייך, און פאַר די אין לאַאָדיקיע, און פאַר די אין היעראַפּאָליס. 14 לוּקַס, דער בּאַליבּטער רוֹפא, און דִּימַס [זען טימב 4:10], זאָגן דרישת שלום צוּ אייך. 15 דרישת שלום צו די אַחִים במשיח וואָס זענען אין לאַאָדיקיע, און נימפאַס, און דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה, וואָס איז אין איר בֵּית. 16 און אַזוי ווי דער דאָזיקער אגרת [הקודש] וועט געלייענט ווערן צווישן אייך, זעט, אַז ער זאָל אויך געלייענט ווערן אין דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה פוּן די לאַאָדיקיער; און אַז איר זאָלט אויך לייענען דעם אגרת [הקודש] פוּן לאַאָדיקיע. 17 און זאָגט אַרכיפּוּסן: היזהרו! אויף דעם עבודת קֹדֶש, וואָס דוּ האָסט מקַבּל געווען אין הָאָדוֹן, און אַז דוּ זאָלסט אים דערפילן. 18 דער גרוּס פוּן מיר, רַב שָאוּל, מיט מיין אייגענער האַנט. געדענקט מיינע קייטן. חֶסֶד זאָל זיין מיט אייך.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Colossians 3
Top of Page
Top of Page