1 Thessalonians 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
תֶּסָּלא

תֶּסָּלא1

א רַב שָאוּל, און סילוואַנוּס [סִילָא, זען מהש 16:19], און טִימוֹתֵיאוֹס, צוּ דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה פוּן די תֶּסָּלוֹנִיקִער אין ה' אלוקים הָאָב און הָאָדוֹן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע; חֶסֶד צוּ אייך און שָלום. 2 מיר זאגן ברוך ה' און הוֹדִינוּ ה' תָּמיד פאַר אייך אַלע, ווען מיר זייען דאווענען און דערמאָנען אייך אין אוּנדזערע תּפִילות; 3 און אָן אויפהער דערמאנען מיר אייער ווערק פוּן אֶמוּנה, און עָמָל פוּן אַהֲבָה, און סבלנות פוּן תִּקְוָה אין אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 4 וויסנדיק, אַחִים במשיח בּאַליבּט פוּן ה', אייער אוֹסדערווייֵלטקייט, 5 וויאַזוי אוּנדזערע בּשׂוּרת הגאוּלָה איז צוּ אייך געקוּמען נישט נאָר אין דָּבָר אַליין, נאָר אויך מיט גבוּרה און מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, און פולער געוויסהייט; לויט ווי איר ווייסט וואָסערע מִין מענטשן מיר האָבּן זיך אַרויסגעוויזן קעגן אייך פוּן אייַערטוועגן. 6 און איר זענט געוואָרן נאָכמאַכער פוּן אוּנדז און פוּן הָאָדוֹן, ווען איר האָט מקַבּל געוען דאָס דָּבָר ה' אין פיל צרות מיט שִׂמְחָה פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, 7 אַזוי, אַז איר זענט געוואָרן אַ מוֹפֵת פאַר אַלע משיחיסט מאמינים אין מָקֵדוֹנְיָה און אין אָכָיָה. 8 מחמת פוּן אייך איז דאָס דָּבָר ה' אַרויסגעגאַנגען, נישט בּלויז קיין מָקֵדוֹנְיָה און אָכָיָה, נייערט אויף יעדן אָרט האָט זיך אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה אין ה', פאַרבּרייטערט, אַזוי, אַז מיר דאַרפן גאָרנישט רעדן דערפוּן. 9 מחמת זיי אַליין דערציילן וועגן אוּנדז, וואָסער מִין אַרייַנגאַנג מיר האָבּן געהאַט בּיי אייך, און וויאַזוי איר האָט זיך געקערט אין תְשוּבָה פוּן אֱלִילִים צוּ ה', צוּ דינען דעם לעבּעדיקן און אמתן אלוקים, 10 און צוּ וואַרטן [זען יג עקרים: אני מאמין באמונה שלמה בביאת המשיח ואף על פי שיתמהמהּ עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוֹא] אויף זיין זוּן פוּן הימל, דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער, וועמען ער האָט מחַיֵה-מֵתים געווען, יהושע/ישוע, וועלכער איז אוּנדז ראַטעווען פוּן דעם זַעַם [זען רומ' 1:18, ישועת אלוקינו], וואָס קוּמט .

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Colossians 4
Top of Page
Top of Page