1 Thessalonians 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
תֶּסָּלא2

ב וואָרעם איר אַליין ווייסט, אַחִים במשיח, אַז אוּנדזער אַריינגאַנג בּיי אייך איז נישט געווען אוּמזיסט; 2 נאָר האָבּנדיק געליטן און געהאַט אויסצושטיין חרפּות אין פיליפּיי [זען מהש 24-16:12; 9-17:1; פיל 1:30], ווי איר ווייסט, האָבּן מיר זיך געשטאַרקט אין אלוקינו אייך צוּ דַרשנען די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן ה' אונטער גרויס געראַנגל. 3 וואָרעם אוּנדזער קוֹל-קורא קוּמט נישט פוּן טָעות, נישט אויס אומלויטערע כוונות אויך נישט מיט כיטרעקייט; 4 נאָר ווי ה' האָט אונדז אויסגעפּרובּירט, אונדז צו געטרויען די בּשׂוּרת הגאוּלָה, רעדן מיר אַזוי; נישט ווי געפעלן צוּ ווערן מענטשן, נאָר ה', וועלכער פּרוּאווט אוּנדזערע לְבָבוֹת. 5 ווייל ווי איר ווייסט, זענען מיר קיינמאָל נישט געקומען מיט חניפהדיקע רייד, ווי איר ווייסט, אויך נישט מיט אַן אויסרייד פון גייציקייט -- ה' איז אַן עֵדות! -- 6 אויך האָבּן מיר נישט געזוּכט קיין כָּבוד פוּן בני אדם, צי פון אייך צי פון אַנדערע, הגם מיר וואָלטן געקענט אויפטרעטן מיט ווערדע ווי שלִיחים פוּן רבי מֵלך המָשיחַ. 7 מיר זענען אָבּער געווען מילד אין אייער מיט, ווי אַ פלעגערין דערנערנדיק אירע אייגענע יְלָדים; 8 אַזוי האָט עס אוּנדז געצויגן צוּ אייך, אַז מיר האָבּן געוואָלט טיילן זיך מיט אייך, נישט בּלויז די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן ה', נאָר אַפילו אוּנדזער אייגן לעבּן, ווייל איר זענט אוּנדז געוואָרן זייער בּאליבּטע. 9 וואָרעם איר געדענקט, אַחִים במשיח, אוּנדזער עמל און מאַטער; יוֹמָם וָלַיְלָה האָבּן מיר געאַרבּעט, כּדי מיר זאָלן קיינעם פוּן אייך נישט פאַלן צוּ לאַסט, און האָבּן פאַר אייך געדַרשנט די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן ה'. 10 איר זענט אֵדות, און אויך ה', ווי בְקֹדֶש און בְצֶדֶק און בְתָמִים מיר האָבּן זיך אויפגעפירט צווישן אייך משיחיסט מאמינים , 11 ווייל איר ווייסט וויאַזוי מיר האָבּן אייך מַזהיר געווען, און אייך דערמאוּטיקט, ווי אַן אָב זיינע אייגענע יְלָדים, און האָבּן עֵדות געזאָגט, 12 אַז איר זאָלט גיין ראוי פאַר ה', וועלכער בּאַרוּפט אייך צוּ דעם מַלכות און כבוד ה'. 13 און צוּליבּ דעם דאָזיקן זאגן מיר תָּמיד ברוך ה', אַז בּאקומענדיק דאָס דָּבָר ה', וואָס איר האָט געהערט פוּן אוּנדז, האָט איר עס מקַבּל געווען, נישט אַלס דאָס דָּבָר פוּן בני אדם, נאָר ווי עס איז אין דעראֶמֶתן, דאָס דָּבָר ה', וועלכער ווירקט אויך אין אייך, וואָס געלויבּן. 14 וואָרעם איר, אַחִים במשיח, זענט געוואָרן נאָכפאָלגער פוּן די בְּרִית חֲדָשָה קהִילות פוּן ה' אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, וועלכע זענען אין יהוּדה, ווייל דאָס זעלבּיקע האָט איר געליט פון אייערע אייגענע לאַנדסלייַט, ווי זיי פוּן די ייִדן [פעלנדיק ארטאדאקסיש יידיש אמונה], 15 וועלכע האָבּן אַפילו געטייט הָאָדוֹן יהושע/ישוע און די נבִיאים [זען דברי הימים ב 21-24:20], און האָבּן אוּנדז אַרויסגעטריבּן [זען עמוס 7:12], און טוּען נישט וואוילגעפעלן ה', און זענען דערווידער אַלע בני אדם; 16 ווייל זיי פאַרווערן אוּנדז צוּ רעדן צוּ די אוּמוֹת, אַז די אוּמוֹת אין ישועת אלוקינו זאָלן געראַטעוועט ווערן, כּדי תָּמיד אָנצופילן זייערע עבירות [זען ירמיהו 2:30]; אָבּער דער זַעַם ה' איז געקומען אויף זיי בּיז צום סוף [זען רומ' 1:18; 3:9]. 17 מיר, אָבּער, אַחִים במשיח, נאָך דעם ווי מיר זענען פון אייך פאַריתומט געוואָרן לפי שעה, פוּן אייער פָּנים, אָבּער נישט אין לבָבוֹת, האָבּן מיר זיך פיל מער בּאַמיט צוּ זען אייער פָּנים מיט גרויס פאַרלאַנג; 18 ווייל האָבּן מיר געוואָלט קוּמען צוּ אייך, טאַקע איך רַב שָאוּל, איינמאָל און נאָכאַמאָל; און הַשָׂטָן האָט אוּנדז געשטערט. 19 וואָרעם וואָס איז אוּנדזער תִּקְוָה, אָדער שִׂמְחָה, אָדער עֲטָרָת פוּן בּאַרימטקייט פאַר אֲדוֹנֵנוּ יהושע/ישוע בּיי זיין קוּמען? צי זענט איר עס דען נישט? 20 וואָרעם איר זענט אוּנדזער כָּבוד און שִׂמְחָה.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Thessalonians 1
Top of Page
Top of Page