1 Thessalonians 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
תֶּסָּלא3

ג דערפאר, ווען מיר האָבּן עס מער נישט געקענט דערטראָגן, האָבּן מיר בּאַשלאָסן צוּ בּלייַבּן אַליין אין אַתּוּנָה [זען מהש 34-17:15], 2 און האָבּן געשיקט טִימוֹתֵיאוֹס, אוּנדזער אָח במשיח און מיטאַרבּעטער-מְשָרֵת פון ה' אין דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן רבי מֵלך המָשיחַ, אייך צוּ שטאַרקן און טרייסטן וועגן אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, 3 אַז קיינער זאָל זיך נישט וואַקלען איבּער די דאָזיקע צָרות; וואָרעם איר אַליין ווייסט, אַז דערצו זענען מיר בּאַשטימט. 4 וואָרעם אַפילו ווען מיר זענען געווען מיט אייך, האָבּן מיר אייך פאָרויסגעזאָגט, אַז מיר וועלן ליידן צָרות; און אַזוי איז עס געשען, ווי איר וויסט. 5 צוּליבּ דעם, ווען איך האָבּ עס שוֹין לענגער נישט געקענט דערטראָגן, האָבּ איך אויך געשיקט זיך צוּ דערוויסן וועגן אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, טאָמער האָט אייך דער מנָסֶה דוּרך עפּעס געבּראַכט צוּ אַ נסָיון, און אוּנדזער עמל איז געווען צו גאָרנישט. 6 אָבּער איצט, ווען טִימוֹתֵיאוֹס איז געקוּמען צוּ אוּנדז פוּן אייך, און האָט אוּנדז געבּראַכט די גוּטע בּשׂוּרת וועגן אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה און אַהֲבָה, און אַז איר געדענקט אוּנדז תָּמיד צוּם גוּטן, און בּענקענדיק אוּנדז צוּ זען, ווי מיר אויך אייך, 7 זענען מיר דערפאַר, אַחִים במשיח, איבּער אייך געטרייסט געוואָרן אין מְצוּקָתֵנוּ און צָרָתֵנוּ, דוּרך אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה; 8 ווייל איצט לעבּן מיר, ווען איר שטייט פעסט אין הָאָדוֹן. 9 וואָרעם וואָס פאַר אַ ברוך ה' קענען מיר אָפּגעבּן צו ה' פאַר אייך, פאַר דער גאַנצער שִׂמְחָה, מיט וועלכער מיר פרייען זיך צוליבּ אייך פאַר אלוקינו? 10 דאַווענענדיק יומם ולַיְלָה בּעטן מיר זייער, אַז מיר זאָלן זען אייער פָּנים, און זאָלן דערגאַנצן דאָס, וואָס איז פעלנדיק אין אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה. 11 און זאָל אלוקינו און אבינו, ה' אַליין, און אֲדוֹנֵנוּ יהושע/ישוע, פירן אוּנדזער דֶּרֶךְ צוּ אייך. 12 און זאָל הָאָדוֹן אייך מאַכן וואַקסן און מערן זיך אין אַהֲבָה איינער צוּם אַנדערן, און צוּ אַלעמען, ווי אויך מיר טוּען צוּ אייך, 13 כּדי ער זאָל שטאַרקן אייערע לְבָבוֹת, אַז זיי זאָלן זיין אָן אַ מוּם אין קדוּשה פאַר אלוקינו און אבינו, בּיים קוּמען פוּן אֲדוֹנֵנוּ יהושע/ישוע מיט אַלע זיינע קדוֹשִים [זען זכריה 14:5].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Thessalonians 2
Top of Page
Top of Page