Orthodox Hasidic Yiddish Bible קול'3 ג דערפאר, אויבּ איר זענט אויפגעשטאַנען אינאיינעם מיט רֶבּי מלך המָשיחַ, זוּכט דאָס, וואָס איז אויבּן [זען יוחנן 5-3:3], וואוּ מָשיחַ זיצט בּיי דער רעכטער האַנט פוּן ה' [זען תהלים 110:1]. 2 טראַכט וועגן דעם, וואָס איז אויבּן, נישט וועגן דעם, וואָס איז אויף הָאָרֶץ. 3 וואָרעם איר זענט געשטאָרבּן, און אייער לעבּן איז פאַרבּאָרגן מיט מָשיחַ אין ה'. 4 ווען מָשיחַ, וואָס איז אייער לעבּן, וועט נתגלה ווערן, וועט איר דעמלט אויך נתגלה ווערן מיט אים אין כבוד. 5 מוֹתְתוּ דערפאר אייערע אֵיבָרים פון תַאֲוַת בְּשׂרִים, וועלכע זענען אויף דער ערד : זנוּת, טוּמאה, זִמָּה, תַּאֲוָה רָעָה, און חַמְדָנוּת, וואָס איז אַבוֹדה-זָרה; 6 איבּער דעם קוּמט דער זַעַם פוּן ה' [זען רומ' 1:18] אויף די בְּנֵי הַמֶּרִי. 7 אין יענע זאַכן זענט אויך אַמאָל הִתְהַלַּכְתֶּם, ווען איר האָט געלעבּט אין זיי. 8 איצט אָבּער זאָלט איר פוּן זיך אָפּטאָן אָט-דאָס אלץ : רֹגֶז, כַּעס, כונה רעה, חִלּוּל הַשֵם גִּדּוּף, לָשוֹן הָרָע פוּן אייער מויל. 9 זאָגט נישט קיין שקר איינער דעם אַנדערן, ווייל איר האָט אויסגעטאָן הָאָדָם הַיָּשָן [יוחון 3:3] מיט זיינע מַעשׂים, 10 און האָט אָנגעטאָן האדם החדש [גלט' 2:20], וועלכער ווערט בּאַנייט צו דערקענטעניש לויט דעם דמות פוּן זיין בּורא, 11 וואוּ סע איז מער נישט פאַראַן קיין ייִד און נישט-ייִד, מִילה און אָרְלָה, פרעמדער, סקיטיער, עֶבֶד, בן חוֹרִין, נייערט מָשיחַ איז אַלץ און אין אַלעם [זען קורב 5:17]. 12 קליידט זיך אָן דערפאר, ווי אויסדערוויילטע פון ה', קדוֹשִים און בּאליבּטע, מיט אַ לֵב פוּן רחמנות, נדיבות, עניוות, פרידלעכקייט, סבלנות; 13 פאַרטראָגט איינער דעם אַנדערן, און זייט מוֹחל איינער דעם אַנדערן, ווען איינער האָט זיך אויף וואָס צוּ בּאַקלאָגן קעגן עמיצן; אַזוֹיווי הָאָדוֹן האָט אייך מוֹחל געווען, אַזוי זאָלט איר אויך טאָן. 14 און איבּער אַלעם טוּט אָן אַהֲבָה, וואָס איז די פאַרבּינדוּנג פוּן שלֵימות. 15 און זאָל דער שָלום פוּן מָשיחַן געוועלטיקן אין אייערע לְבָבוֹת, צוּליבּ וואָס איר זענט אויך בּאַרוּפן אין גוּף אחד, און זבחוּ תּוֹדָה. 16 זאָל דאָס דָּבָר פוּן רבי מֵלך המָשיחַ אין אייך וואוינען בּשֶפע : אין יעדער חָכמה לערנט און זייט מזהיר איינער דעם אַנדערן מיט מזמורים, און תִּשבָּחות, און רוחניותדיקע שירים, און זינגט ניגונים פון תּוֹדָה צוּ ה' אין אייערע לְבָבוֹת. 17 און וואָס נאָר איר טוּט, אין דָּבָר, אָדער אין מַעֲשֶׂה, טוּט אַלץ אין דעם נאָמען פוּן הָאָדוֹן יהושע/ישוע, און זאָגט ברוך ה' דוּרך אים צוּ אלוקים אבינו. 18 נָשים, זייט אוּנטערטעניקט אייערע מענער, ווי עס איז רָאוּי אין הָאָדוֹן. 19 מענער, האָט ליבּ אייערע נָשים, און זייט נישט פאַרבּיטערט קעגן זיי. 20 בָּנִים, פאָלגט אייערע הוֹרים אין אַלצדינג, מחמת דאָס איז וואוילגעפעלן אין הָאָדוֹן. 21 אבות, דערצערנט נישט אייערע יְלָדים, כּדי זיי זאָלן נישט פאַרלירן דעם מוּט. 22 עבדים, פאָלגט אין אַלעם די, וואָס זענען אייערע האַרן לויטן פלייש, נישט מיט אויגן-דינסט, מענטשן געפעלן צוּ ווערן, נייערט מיט דער אויפריכטיקייט פוּן לבָבוֹת, מיט יראת כבוד. 23 און וואָס איר טוּט, זאָלט איר טאָן מיטן גאַנצן לֵב, ווי פאַר ה', און נישט פאַר בני אדם; 24 ווייל איר וויסט, אַז פוּן ה' וועט איר בּאַקוּמען אייער פאַרגעלטוּנג פוּן דער ירוּשה; איר דינט הָאָדוֹן רבי מֵלך המָשיחַ. 25 מחמת דער, וואָס טוּט אַן עוולה, וועט ער בּאַקומען דעם עונש פאַר דער עוולה, וואָס ער האָט געטאָן; און עס גיבּט נישט קיין נוֹשׂא-פָּנים זיין. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |