Orthodox Hasidic Yiddish Bible קול'2 ב מחמת איך וואָלט וועלן, אַז איר זאָלט וויסן, וואס א גרוסער מַאֲבָק איך האב פאר אייך, און פאַר די אין לָאוֹדִיקֵאָה, און פאַר אַלע, וואָס האָבּן מיין פָּנים נישט געזען, 2 כּדי זייערע לְבָבוֹת זאָלן זיין געטרייסט, צוּנויפגעהעפט אין אַהֲבָה איש לרעהו, און צוּ דער גאַנצער עַשִירות פוּן בִּינָה הַשְלֵמָה, כּדי זיי זאָלן האָבן דַּעַת פון די רַז [סוד פּלאַן] פוּן ה', וואס איז הַמָשיחַ, 3 אין וועמען סע זענען פאַרבּאָרגן אַלע אוֹצרות פוּן חָכמה און דַּעַת. 4 דאָס זאָג איך, כּדי קיינער זאָל אייך נישט נאַרן מיט גלאַטע רייד. 5 וואָרעם, הַגַם איך בּין אָפּוועזנד אין דעם גוף, דאָך בּין איך מיט אייך אין דעם רוּחַ הַקֹדֶש, און פריי מיך צוּ זען דעם סֵדר פוּן אייער לעבּן, און די פעסטקייט פוּן אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה אין מָשיחַן. 6 דערפאר, ווי איר האָט מקַבּל געווען רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע ווי הָאָדוֹן, אַזוי לעבּט אין אים, 7 אייַנגעוואָרצלט און אויפגעבּויט אין אים, און בּאַפעסטיקט אין דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, ווי איר זענט געלערנט געוואָרן, פוּל מיט הוֹדָיָה. 8 היזהרו, אַז עס זאָל אייך קיינער נישט נעמען געפאַנגען דוּרך דער פילאָזאָפיע און פוּסטן בּאטרוּג, לויט דער קבָלָה מסוֹרה פוּן בּני אדם, לויט די יסוּדות פוּן דער עוֹלם הַזֶּה, און נישט לויט רֶבּי מלך המָשיחַן. 9 ווייל אין משיח כל מְלוֹא אלוקים געפינט זיין מְעוֹן פאר די שְכִינָה [זען קול' 1:19; יוחנן 1:14], 10 און אין אים זענט איר דערפילט. ער איז הָאָדוֹן פוּן יעדער מֶמשָלה און מאַכט; 11 אין וועמען אויך איר זייט געמַלט געוואָרן מיט אַ משיחיסט מִילה, וואָס איז געטאָן געוואָרן נישט מיט הענט, דוּרך דעם [רוּחַ הקודש] מוֹהל חִתּוּךְ פון דער חטא קדמון תַאֲוַת בּשׂרִים פון דער אדם ישן [זען פיל' 3:3; יוחנן 3:3] אין דער גוּף הַמָוֶת און מִילה פוּן מָשיחַן [זען רומ' 7:24], 12 בּעת איר זענט מיט אים בּאַגראָבּן געוואָרן אין דער אוהל פון משיחס מקוה מים טבִילה, אין וועלכער איר זענט אויך מיט אים אויפגעשטאַנען דוּרך [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה אין דער כח פוּן ה', וואָס האָט אים מחַיֵה-מֵתים געווען. 13 און אייך, וואָס זענט געווען טויט דוּרך אייערע אַבֵירות און אייער עַרלת בּשׂר, אייך האָט ער לעבּעדיק געמאַכט אינאיינעם מיט רבי מֵלך המָשיחַ ווען ער האָט אוּנדז מוֹחל געווען אַלע אוּנדזערע עַבֵירות 14 ווען משיח בִּטֵל און מחק הַאֲשָמָה בּכָל חֹמֶר הַדִּין [זען דברים 27:26] קעגן אונדז בּתָקְעוֹ אוֹתוֹ בַּבּוים. 15 ער האָט אויסגעטאָן די שָרים און די געוועלטיקער [זען בראשית 3:15], און האָט זיי אַרויסגעשטעלט אָפן צוּ שאַנד, ווען ער האָט זיי מנַצֵחַ געווען אין משיחס בּוים. 16 דערפאר זאָל אייך [נישט-ייִדן, זען מהש 25-21:20] קיינער נישט מִשפּטן וועגן עסן אָדער טרינקען, אָדער אין שייַכות פוּן אַ יום-טוֹב, אָדער אַ ראָש-חוֹדש, אָדער אַ שַבּת; 17 וואָס זענען אַ שאָטן פוּן די זאַכן, וואָס וועלן קוּמען [אין דער עוֹלָם הַבָּא]; דער עֶצֶם אָבּער איז רֶבּי מלך המָשיחַ. 18 לאָז קיינער אייך נישט בּאַרויבּן פון אייער שׂכַר דוּרך אַ הַשְפָּלָה עַצְמִית און פלחן [זען דניאל 3:8; 7:14, משיח כל בני אדם פלחן] פוּן מַלאָכים, און בּאַשטייט אויף די זאַכן, וואָס ער האָט געזען אין חָזוֹנוֹת, און איז בּחינם אויסגעבּלאָזן מיט זיין גַשמִיותדיקן שֵׂכל, 19 און האַלט זיך נישט בּיי דעם קאָפּ, פוּן וועלכן דער גאַנצער גוּף, דורך די געלענקען און פארבּינדונגען, פאַרזאָרגט און צוזאַמענגעהאַלטן, וואַקסט מיט דעם וואוּקס פוּן ה'. 20 אויבּ איר זענט געשטאָרבּן מיט רֶבּי מלך המָשיחַן לגבּי די די יסוֹדוֹת פוּן עוֹלם הַזֶּה, פאַרוואָס, ווי לעבּנדיק אין דער עוֹלם הַזֶּה, אונטערטעניקע איר זיך צו מצות אנשים: 21 נעם נישט אין דער האַנט אַריין, זיי נישט טועם, ריר נישט אָן -- 22 אַלץ אַזוינע זאַכן ווערט פאַרדאָרבּן מיט געבּרויך -- לויט די מצוות און לערנוּנגען פוּן בני אדם [ישעיהו 29:13]? 23 אַזעלכעס האָט נאָר דעם שיין פון חָכמה אין וויליקער עַבוֹדה, אין אַ שפלות, און אין אַ פּייניקן דאָס לייבּ, עס האָט אָבּער נישט קיין ווערט, אַחוּץ נאָר די בּאַפרידיקוּנג פוּן דעם פלייש [זען רומ' 7:18]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |