Orthodox Hasidic Yiddish Bible קול' קול'1 א רַב שָאוּל, אַ שלִיח פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע דוּרך דעם רָצון ה', און טִימוֹתֵיאוֹס, אָחִינוּ במשיח, 2 צוּ די קדוֹשִים, הָאַחִים הַנֶּאֱמָנִים אין רבי מֵלך המָשיחַ, וועלכע זענען אין קוֹלוֹסָה. חֶסֶד צוּ אייך און שָלום פוּן ה', אלוקים אבינו. 3 הוֹדִינוּ לְךָ ה' צוּ אֲבִי אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, און זענען תָּמיד דאווענען פאַר אייך, 4 ווייל מיר האָבּן געהערט פוּן אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, און פוּן דער אַהֲבָה, וואָס איר האָט צוּ כָל הקדוֹשִים, 5 צוּליבּ דער תִּקְוָה וואָס ליגט בּאַהאַלטן פאַר אייך אין שָמַיִם, וועגן וועלכער איר האָט פריער געהערט אין דעם דָּבָר פון אמת פוּן דער בּשׂוּרת הגאוּלָה, 6 וואָס איז געקוּמען צוּ אייך, ווי אויך אין דער כל העוֹלם הַזֶּה, און פרוכפּערט זיך און מערט זיך, ווי אויך בּיי אייך, זינט דעם יוֹם, ווען איר האָט געהערט און דערקענט דעם חֶסֶד ה' אין אֶמת. 7 לויט ווי איר האָט געלערנט פוּן אֶפַּפרַסן אוּנדזער בּאַליבּטן חֲבֵרֵנוּ און מיטאַרבּעטער, וואָס איז אַ געטרייער כְלִי קֹדֶש פוּן רבי מֵלך המָשיחַ פוּן אייַערטוועגן, 8 און וואָס האָט אוּנדז אויך דערציילט פון אייער אַהֲבָה אין דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 9 צוּליבּ דער דאָזיקער, מיר, פון דעם יוֹם אָן, ווען מיר האָבּן עס געהערט, מיר האָבּן נישט אויפגעהערט דאווענען , בּעטנדיק פאַר אייך, אַז איר זאָלט ווערן פוּל מיט דעם דַּעַת פוּן זיין רָצון אין כָּל חָכמה און תבוּנה רוּחנית, 10 צוּ לעבּן ווי עס איז רָאוּי פאַר הָאָדוֹן, לויט זיין יעדן בּאַגער, און צוּ זיין פרוּכטבּאַר אין יעדן מַעֲשֶׂה טוֹב, און וואַקסן בְּדַעַת ה'; 11 אַז יחזק ויאמץ מיט יעדער כח, לויט דער גבוּרה פוּן זיין כָּבוד, מיט שִׂמְחָה צוּ כּל סבלָנוּת און אֹרֶךְ רוּחַ, 12 צו זאגן ברוך ה' צוּ אלוקים הָאָב, וואָס האָט אוּנדז מזַכּה געווען צוּ דעם חלק פון דער ירושה פוּן די קדוֹשִים אין אוֹר; אלוקים אבינו האָט אוּנדז מציל געווען פוּן דער ממשלה פוּן חֹשֶךְ, און האָט אוּנדז אַריבּערגעפירט אין דעם מַלכות פוּן דעם זוּן פוּן זיין אַהֲבָה [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער], 14 אשר קנה את דְּרוֹר חרותנו מיט זיין כַּפָּרָה דָּם און אין וועמען מיר האָבּן די פּדות גאולה ישועת אלוקינו, די סְלִיחַת הַחֲטָאִים. 15 רבי מלך המשיח איז דאָס דמוּת ה', וועמעס פּנים מע קען נישט זען, דער בּכוֹר און יורש פוּן דער גאַנצער בּאַשאַפוּנג. 16 ווייל אין אים איז בּאַשאַפן געוואָרן אַלץ, וואָס איז אין שָמַיִם און אויף הָאָרֶץ, זאַכן וואָס מע זעט, און זאַכן וואָס מע זעט נישט, סיי כִּסְאוֹת, אָדער שליטים, סיי ממלכות, אָדער רשויות; אַלצדינג איז בּאַשאַפן געוואָרן דוּרך אים און פאַר זיינעטוועגן [זען תהלים 33:6]. 17 און משיח איז קוֹדֵם לַכֹּל , און אין אים הַכֹּל קַיָּם. 18 און ער איז דער קאָפּ פוּן דעם גוף, די משיחס ברית חדשה קהִלָּה; ער איז הָרֵאשִית, דער בּכור פוּן די טויטע, כּדי ער זאָל אין אַלצדינג זיין דער ערשטער. 19 ווייל עס איז געווען דער רָצון ה', אַז אין אים [משיח מאמר מימרא] זאָל וואוינען (שָכַן) די גאַנצע פוּלקייט [זון פון דער אויבערשטער מְגֻשָם, זען יוחנן 1:14; בראשית (30)31-(24)32:25], 20 און דורך אים לְרַצּוֹת אין פאַרגעבּונג [רִצוּי] אַלץ מיט זיך אַליין, האָבּנדיק געמאַכט שלום דורך דעם כַּפָּרָה דַם פון זיין בּוים [זען דברים 21:23, שמואל ב 18:14, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:4, הִסתַּלְּקוּת שֶל משיח]; דוּרך אים, סיי דאָס, וואָס איז אויף הָאָרֶץ, סיי דאָס, וואָס איז אין הימל. 21 און אייך, וואָס איר זענט אַמאָל געווען פאַרפרעמדט [זען ישעיהו 59:2], און אין אייער מַחשָבה שׂוֹנאים, אין אייערע מַעשׂים רעים, 22 האָט ער איצט געמאַכט רִצוּי אין דעם גוּף פוּן זיין בּשׂר [זען בּשׂר, שמות 12:8; ישעיהו 53:7] דוּרך דעם מָוֶת, כּדי אייך פירצוּשטעלן פאַר ה' [ארטאדאקסיש יידיש] קוֹשִים און פעלנדיק מוּם און פעלנדיק שולד; 23 אויבּ איר וועט נאָר פאַרבּלייַבּן אין דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, געגרוּנטפעסטיקט און פעסט, און אומבּאַוועגט פוּן דער תִּקְוָה פוּן דער בּשׂוּרת הגאוּלָה, וואָס איר האָט געהערט, און וואָס איז געדַרשענט געוואָרן אין דער גאַנצער בּאַשאַפונג אוּנטערן הימל, פוּן וואָס איך, רַב שָאוּל, בּין געוואָרן אַ כלי קֹדש משרת. 24 איצט פריי איך מיך אין מיינע יסורים פאַר אייַערטוועגן, און בּין ממַלא, וואָס ס'איז געמינערט אין די יסוּרים, די חבלי המשיח, אין מיין גוּף פוּן זיין לייַבּס-וועגן, וואָס איז די משיחס ברית חדשה קהִלָּה [זען מהש 9:4], 25 וועמעס כלי קֹדש משרת איך בּין געוואָרן פאַר אייך, לויט דער פְקֻדַּת פוּן ה', וואָס איז מיר געגעבּן געוואָרן פאַר אייַערטוועגן, כּדי פאָרצושטעלן דאָס דָּבָר ה' לְהַשְלִים, 26 דעם סוֹד, וואָס איז געווען פאַרבּאָרגן פוּן אייבּיקע צייטן און פון דוֹרות; איצט אָבּער איז ער אַנטפּלעקט געוואָרן צו ה'ס [ארטאדאקסיש יידיש] קדוֹשִים, 27 צו זיי ה' איז וואוילגעפעלן בּאַקענט צוּ מאַכן וואָס ס'איז די עַשִירות פוּן דער כבוד פוּן דעם דאָזיקן סוֹד צווישן די אוּמות-הָעוֹלם, וואָס איז מָשיחַ אין אייך, די תִּקְוָה פוּן הערלעכקייט. 28 משיח מיר דרשענען, און וואָרענען יעדן בן אדם און לערנען יעדן בן אדם אין כל חָכמה, כּדי מיר זאָלן פאָרשטעלן יעדן בן אדם ווי שלימותדיק אין רֶבּי מלך המָשיחַ. 29 דאָס איז מיין עבודת קודש און נֶאֱבָק, לויט זיין כח, וואָס ווירקט אין מיר מיט גבורה. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |