Orthodox Hasidic Yiddish Bible פיל' פיל'4 ד דערפאַר, אַחִים במשיח מיינע בּאליבּטע, נאך וועמען איך בּענק אזוי, מיין שִׂמְחָה און עֲטָרָת, שטייט אַזוי פעסט אין הָאָדוֹן, געליבּטע מיינע. 2 איך בּין מַזהיר אֶבְהוֹדְיָה, און איך בּין מַזהיר סִינְטִיכִי, אַז זיי זאָלן זיין לֵב אֶחָד אין הָאָדוֹן. 3 כֵּן, און דיך בּעט איך אויך, אֶמֶתער מיטאַרבּעטער, צוּ העלפן זיי, וועלכע האָבּן מיט מיר מיטגעאַרבּעט אין דער בּשׂוּרת הגאוּלָה, מיט קְלֵמֵס, און די איבּעריקע פוּן מיטאַרבּעטער מיינע, וועמעס נעמען זענען אין דעם [ארטאדאקסיש יידיש] סֵפר-החיים. 4 שִׂמְחוּ בָּאָדוֹן אַלעמאָל; און נאָכאַמאָל זאָג איך : שִׂמְחוּ. 5 זאָל אייער חֲסִידוּת בּאַקענט ווערן צו אַלע בְנֵי אָדָם. הָאָדוֹן איז נאָענט. 6 זאָרגט נישט וועגן קיין שום זאַך; נייערט אין אַלעם, דורך דאַווענענדיק , און תַּחנוּנים, אינאיינעם מיט הוֹדָיָה, זאָלן אייערע פאַרלאַנגען בּאַקאַנט ווערן צו ה'. 7 און דער שָלום ה', וואָס איז העכער פון יעדער שֵׂכל, זאָל בּאַוואַכן אייערע לְבָבוֹת און אייערע מַחשָבות אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 8 צוּם סוֹף, אַחִים במשיח, אַלץ וואָס איז אֶמת, וואָס איז בּכָּבודיק, יָשָר, טהוֹר, ליבּלעך, אַלצדינג, וואָס האָט אַ שֶם טוב, אויבּ ס'איז פאַראַן עפּעס אַ גוּטע מִידה, און אויבּ ס'איז פאַראַן עפּעס לויבווערדיק, טראַכט פוּנוועגן די דאָזיקע זאַכן. 9 די זאַכן, וועלכע איר האָט געלערנט, און אָנגענוּמען, און געהערט און געזען אין מיר, זאָלט איר טאָן; און דער אלוקים פוּן שָלום וועט זיין מיט אייך. 10 און איך האָבּ מיך אויך זייער געפרייט אין הָאָדוֹן, אַז איר האָט ווידעראַמאָל בּאַלעבּט אייער זאָרגן פאַר מיר; איר האָט מיך טאַקע תמיד אין זינען געהאַט, נאָר עס האָט אייך געפעלט אַ געלעגנהייט. 11 נישט אויס נויט זאָג איך דאָס; וואָרעם איך האָבּ געלערנט, אין וואָס פאַר אַ מעמד איך זאָל מיך נישט געפינען, אויסצוקומען מיט דעם, וואָס איך האָבּ. 12 איך ווייס וואָס עס איז צוּ זיין דערנידעריקט, און ווייס וואָס עס איז צו האָבּן אַ שֶפע; איך האָבּ געלערנט אין אַלץ און אין אַלעם, סיי זאַט צו זיין, סיי צו לייידן הונגער, סיי צוּ האָבּן אַ שֶפע סיי צוּ ליידן נויט. 13 איך קען טאָן אַלץ דורך אים, וועלכער שטאַרקן מיך. 14 דאָך האָט איר וואויל געטאָן, וואָס איר האָט טיילגענוּמען אין מיינע צָרָת. 15 און איר אַליין ווייסט אויך, איר פיליפער, אַז אין אָנהייבּ פוּן דער בּשׂוּרת הגאוּלָה, ווען איך האָבּ פאַרלאָזט מָקֵדוֹנְיָה, האָט קיין שום משיחס ברית חדשה קהִלָּה נישט געהאַט קיין חברותאשאַט מיט מיר אין דעם פראַגע פוּן מַשָׂא וּמַתָּן, נייערט נאָר איר אַליין; 16 מחמת אַפילו אין תֶּסָּלוֹנִיקִי האָט איר מיר געשיקט איינמאָל און ווידער אַמאָל פאַר מיינע בּאַדערפענישן. 17 נישט אַז איך בּין אויסן די מַתָּנה, נייערט איך זוּך די פרוּכט, וואָס זאָל זיך מערן אויף אייער חֶשבּון. 18 איך האָבּ אָבּער אַלצדינג, און איבּערגענוּג; איך בּין אָנגעפילט, האָבּנדיק בּאַקוּמען פוּן עפּאַפראָדיטוּסן דאָס, וואָס איר האָט געשיקט, אַ רֵיחַ נִיחֹחַ -- אַ בּאַוויליקטער קָרבּן, וואָס איז וואוילגעפעלן פאַר ה'. 19 און אלוקים שלי וועט אָנפילן אַלע אייערע נויטן לויט זיין עַשִירות אין חערלעכקייט אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 20 און צוּ ה' אלוקינו אבינו זאָל זיין דער כָּבוד לעוֹלם וָעֵד. אָמֵן. 21 דרישת שלום כָּל קדוֹשִים אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. די אַחִים במשיח, וואָס זענען מיט מיר געבּן אייך אָפּ שלום. 22 כָּל קדוֹשִים געבּן אייך אָפּ שלום, בּאַזונדערש די, וואָס זענען פוּן דעם בּית הקסר [נרון קסר = נ (50) + ר (200) + ו (6) + ן (50) + ק (100) + ס (60) + ר (200) = 666, זען התג' 13:18]. 23 דער חֶסֶד פוּן הָאָדוֹן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע זאָל זיין מיט אייער רוּחַ. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |