Acts 9
Orthodox Hasidic Yiddish Bible

מהש9

ט און שָאוּל [זען רומ', קורא, קורב, גלט', אפס', פיל', קול', תסלא, תסלב, טימא, טימב, טיט', פילמ'] האָט נאָך ווייטער געאָטעמט מיט כַּעס און רצִיחה קעגן די תַּלמידים פון הָאָדוֹן, און ער איז געגאַנגען צוּם כֹּהן-גָדול, 2 און האָט געבּעטן בּיי אים בּריוו צוּ די שוּלן אין דַמֶשֶך, כּדי ווען רַב שָאוּל וועט געפינען אייניקע, וואָס זענען פוּן דעם דֶרֶך [דֶרֶך החיים, דֶרֶך ישועת אלוקינו, דֶרֶך ה', הדרך המשיחיסטים], סיי גְּבָרִים, סיי נָשים, זאָל ער זיי קענען בּרענגען אין קייטן קיין ירוּשָלַיִם. 3 און בּשעת ער איז געפאָרן, האָט ער זיך דערנענטערט צוּ דַמֶשֶק, און פּלוּצים האָט אַרוּם אים געשיינט אַן אוֹר פוּן שָמַיִם אַרויס. 4 און ער איז געפאַלן אויף דער ערד, און האָט געהערט אַ קוֹל זאָגן צוּ אים: שָאוּל, שָאוּל, לָמָּה תִּרְדְּפֵנִי? 5 האָט רַב שָאוּל געזאָגט: ווער בּיסטוּ, אֲדוֹנִי? און ער האָט געזאָגט: איך בּין יהושע/ישוע, וועמען דוּ רוֹדֶפסט. 6 נאָר שטיי אויף, און גיי אַריין אין דער שטאָט, און סע וועט דיר געזאָגט ווערן וואָס דוּ זאָלסט טאָן. 7 און האֲנָשִים, וואָס זענען מיט אים גערייזט, זענען געבּליבּן אָן לָשון, ווען זיי האָבּן געהערט [נישט פאַרשטענדלעך] דאָס קוֹל, אָבּער האָבּן קיינעם נישט געזען. 8 און רַב שָאוּל איז אויפגעשטאַנען פוּן דער ערד; און הגם זיינע אויגן זענען געעפנט געוואָרן, האָט ער דאָך גאָרנישט געזען. און זיי האָבּן אים געפירט בּיי דער האַנט, און האָבּן אים געבּראַכט קיין דַמֶשֶק. 9 און רַב שָאוּל איז געווען 3 טעג אָן ראִיה, און האָט נישט געגעסן און נישט געטרוּנקען. 10 און עס איז געווען אין דַמֶשֶק איינער אַ תַּלמיד פון רבּי מֵלך המשיח, וואָס האָט געהייסן חַנַניָה. און הָאָדוֹן [זען מלאכי 3:1; תהלים 110:1] האָט צוּ אים געזאָגט אין אַ מַרְאֵה חָזוֹן: חַנַניָה! און ער האָט געזאָגט: הִנְנִי, אֲדוֹנִי. 11 און הָאָדוֹן האָט צוּ אים געזאָגט: שטיי אויף, און גיי צוּ דער גאַס, וואָס מען רוּפט די גלייַכע [יָשָר] גאַס, און זוך אין דעם בֵּית פוּן יהוּדהן [זען מהש 1:25] אויף איינעם מיטן נאָמען שָאוּל פוּן טאַרסוּס. מחמת הִנֵּה, ער איז דאווענען ; 12 און שָאוּל האָט געזען אין דער חָזוֹן ווי אַ מאַן, מיטן נאָמען חַנַניָה, טוּט אַרייַנקוּמען און אַרויפּלייגן אויף אים זיינע הענט, כּדי ער זאָל קריגן זיין ראִיה. 13 אָבּער חַנַניָה האָט געענטפערט: אֲדוֹנִי, איך האָבּ געהערט פון פילע וועגן דעם דאָזיקן מאַן, וויפל רָעוֹת ער האָט געטאָן דיינע קדוֹשִים אין ירוּשָלַיִם; 14 און אויך דאָ האָט ער רשוּת פוּן די ראָשי-כֹּהַנים צוּ בּינדן אלע, וואָס רוּפן אָן דיין נאָמען. 15 און הָאָדוֹן האָט צוּ אים געזאָגט: גיי, ווייל ער איז פאַר מיר אַן אויסדערוויילטע כֵּלי, א כֵּלי חפץ, צוּ טראָגן מיין נאָמען פאַר די אוּמות און מלָכים, און פאַר די בְּנֵי יִשׂרָאל; 16 ווייל איך וועל אים ווייזן וויפל ער מוּז ליידן צוליבּ מיין נאָמען. 17 און חַנַניָה איז אוועק, און ער איז אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית אַריין, און האָט אַרויפגעלייגט אויף אים זיינע הענט, און געזאָגט: אָח בּמָשיחַ שָאוּל, הָאָדוֹן יהושע/ישוע, וואָס האָט זיך אַנטפּלעקט צוּ דיר אויף דעם דֶּרֶךְ, אויף וועלכן דוּ בּיסט געקוּמען, האָט מיך געשיקט, אַז דוּ זאָלסט קריגן דיין ראִיה, און ווערן פוּל מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 18 און סע זענען תֵיכּף אַראָפּגעפאַלן פוּן זיינע אויגן עפּעס ווי שוּפּן, און ער האָט בּאַקוּמען זיין ראִיה, און ער איז אויפגעשטאַנען און איז מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן [סהנ 34], 19 און האָט גענוּמען אֹכֶל און איז געשטאַרקט געוואָרן. און רַב שָאוּל איז געווען עטלעכע טעג מיט משיחס תַּלמידים אין דַמֶשֶך. 20 און רַב שָאוּל האָט תֵיכּף אין די שוּלן גענוּמען דַרשענען וועגן יהושע/ישוע, אַז ער איז דער זוּן פון דער אויבּערשטער. 21 און אלע, וואָס האָבּן אים געהערט, זענען נִשתּוֹמם געוואָרן, און האָבּן געזאָגט: צי איז דאָס נישט דער, וואָס האָט אין ירוּשָלַיִם פאַרטיליקט די, וועלכע האָבּן גערוּפן צוּ דעם דאָזיקן נאָמען, און איז אויך דאָ אַהערגעקוּמען מיט דער תכלית, כּדי ער זאָל זיי בּרענגען אין קייטן פאַר די ראָשי-כֹּהַנים? 22 אָבּער רַב שָאוּל האָט זיך אלץ מער געשטאַרקט, און האָט געמאַכט אַ בּהָלה צווישן די ייִדן וועלכע האָבּן געוואוינט אין דַמֶשֶך, אויפווייזנדיק, אַז יהושע/ישוע איז דער רבי מֵלך המָשיחַ. 23 און ווען עס זענען פאַרבּיי אַ סך טעג, האָבּן די ייִדן אָן אמונה זיך אַן עֵצה געהאַלטען רַב שָאוּל צוּ טייטן, 24 אָבּער זייער קֶשֶר איז רַב שָאוּלן בּאַקאַנט געוואָרן, און זיי האַבּן אפילו געהיט הַשְעָרִים יוֹמָם וָלַיְלָה, כדי רַב שָאוּל צוּ טייטן. 25 אָבּער משיחס תַּלמידים האַבּן רַב שָאוּל גענוּמען בּיינאַכט, און האָבּן אים אַראָפּגעלאָזט פוּן דער חוֹמָה אין אַ קאָרבּ [זען קורב 33-11:32]. 26 און ווען רַב שָאוּל איז געקוּמען קיין ירוּשָלַיִם, האָט ער געפּרואווט זיך צוּ בּאַהעפטן צוּ משיחס תַּלמידים; און אלע האַבּן מורא געהאַט פאַר רַב שָאוּל, נישט גלויבּנדיק אַז רַב שָאוּל איז אַ משיחיסט תַּלמיד. 27 אָבּער בַּר-נַבָּא [זען מהש 37-4:36] האָט רַב שָאוּל גענוּמען און האָט אים געבּראַכט צוּ משיחס שלִיחים [זען גלט' 19-1:18], און האָט זיי דערציילט, וויאַזוי ער האָט געזען הָאָדוֹן אויף דעם דֶּרֶךְ, און אַז משיח האָט צוּ אים גערעדט, און וויאַזוי ער האָט אין דַמֶשֶק מיט אֹמֶץ לֵב גערעדט אין דעם בְּשֵם הָאָדוֹן יהושע/ישוע [זען מלאכי 3:1; תהלים 110:1; זכריה 12-6:11]. 28 און רַב שָאוּל איז געווען מיט זיי, אַ יוצא ונכנס אין ירוּשָלַיִם, 29 און האָט מיט אֹמֶץ לֵב געדַרשנט בְּשֵם הָאָדוֹן, און ער האָט גערעדט און זיך מִתווַכֵּחַ געווען מיט די העלעניסטישע דוברי היוונית ייִדן; אָבּער זיי געזוכט רַב שָאוּל אַ מעשה אָנצוטון. 30 און ווי די אַחִים במשיח האָבּן זיך דערוואוסט האָבּן זיי רַב שָאוּל אַראָפּגעבּראַכט קיין קסריה, און האַבּן אים אַוועקגעשיקט קיין טאַרסוּס. 31 און די הברית החדשה קהִילה איבּער כל יהוּדה, און גָליל, און שוֹמרוֹן, האָט געהאַט שָלום, און האָט זיך געבּויט, און איז געגאַנגען אין דער יראת שמים פוּן משיח אדוננו, און דוּרך דער נחָמה פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש האָט משיחס קְהִלָּה זיך געמערט. 32 און עס איז געווען, בּשעת כֵּיפָא איז געגאַנגען פוּן אַרט צוּ אָרט אין ארץ ישראל, איז כֵּיפָא אויך געקומען צוּ די קדוֹשִים, וואָס האַבּן געוואוינט אין לוֹד. 33 און כֵּיפָא האָט דאָרטן געפוּנען איינעם אַ געוויסן מענטש מיטן נאָמען ענעאַס, וועלכער איז זייט 8 יאָר געלעגן אויף זיין בּעט; ווייל ענעאַס איז געווען מְשֻתָּק. 34 און כֵּיפָא האָט צוּ אים געזאָגט: ענעאַס, רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע היילט דיך; שטיי אויף, און מאַך דיר דאָס בּעט! און ענעאַס איז תֵיכּף אויפגעשטאַנען. 35 און אלע, וואָס האַבּן געוואוינט אין לוֹד און אין שָרוֹן האַבּן ענעאַס געזען, און האַבּן זיך געקערט צוּ הָאָדוֹן אין גלויבּן. 36 און עס איז געווען אין יָפוֹ איינע אַ תַּלמידה פון משיח מיטן נאָמען טָבִּיתָא, וואָס איז טייַטש: צבִיָה. זי איז געווען פוּל מיט מַעשׂים-טובים און צדָקה, וואָס זי האָט געטאַן. 37 און עס איז געווען אין יענע טעג, אַז זי איז חָלְתָה וָמֵתָה. און אַז זיי האַבּן זי מטַהר געווען, האַבּן זיי זי געלייגט אין אַן עֲלִיָּה [שטיבל] שטוּבּ. 38 און אזויווי לוֹד איז נאָענט בּיי יָפוֹ, און משיחס תַּלמידים האָבּן געהערט אַז כֵּיפָא איז דאָרטן, האַבּן זיי געשיקט צוּ כֵּיפָא 2 מענער און אים געבּעטן: פאַרזאַם נישט צוּ קוּמען צוּ אוּנדז. 39 און כֵּיפָא איז אויפגעשטאַנען און איז מיט זיי געגאַנגען. און ווען כֵּיפָא איז געקוּמען, האַבּן זיי אים געבּראַכט אין דער עֲלִיָּה [שטיבל] שטוּבּ. און אלע אַלמָנות זענען געשטאַנען אַרוּם כֵּיפָא און האַבּן געוויינט, און אים געוויזן די כֻּתֳּנוֹת און מַלבּוּשים, וואָס צבִיָה האָט געמאַכט, ווען זי איז מיט זיי געווען. 40 אָבּער כֵּיפָא האָט זיי אלעמען אַרויסגעשיקט אינדרויסן, און האָט געפאלן אַראָפּ און דאווענען ; 41 און כֵּיפָא האָט זיך געקערט צוּם נִפטֶרֶט, און געזאָגט: טָבִיתָא, שטיי אויף! און זי האָט געעפנט אירע אויגן; און אַז זי האָט געזען כֵּיפָא, האָט זי זיך אויפגעזעצט. און כֵּיפָא האָט איר געגעבּן די האַנט, און האָט זי אויפגעהויבּן; און כֵּיפָא האָט גערוּפן משיחס קדוֹשִים און די אַלמָנות, און זי אוועקגעשטעלט פאר זיי אַ לעבּעדיקע. 42 און דאָס איז בּאַקאַנט געוואָרן איבּער גאַנץ יָפוֹ; און רבים האָבּן געגלויבּט אין הָאָדוֹן. 43 און כֵּיפָא איז פאַרבּלייבּן אַ לענגערע צייט אין יָפוֹ מיט איינעם אַ גאַרבּער, אַ געוויסן מענטשן, שִמעוֹן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Acts 8
Top of Page
Top of Page