Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש10 י און עס איז געווען אין קסריה איינער אַ בן אדם מיטן נאָמען קאָרנעליוּס, אַ צֶנטוּריוֹן פוּן דעם חַיִל, וואָס איז גערוּפן געוואָרן די איטאַליענישע קאָהוֹרטע, 2 אַ פרוּמער יָרֵא-שָמיִם מיט זיין כל בּני בּית, און גוֹמֵל חֲסָדים רַבּים און צדָקה צו הָעָם ישראל, און צוּ ה' האָט תָּמיד דאווענען . 3 ער האָט אין אַ מַרְאֶה קלאָר געזען, אַרוּם דער 9טער שָעה פוּן דעם טאָג, ווי אַ מַלאך ה' איז צוּ אים אַרייַנגעקוּמען, און האָט צוּ אים געזאָגט: קאָרנעליוּס! 4 און קאָרנעליוּס האָט אַ בּליק געטון אויף אים און זיך געפאָרכטן און געזאָגט: וואָס איז עס, אדוֹנִי? און ער האָט צוּ אים געזאָגט: דיינע תּפִילות און דיין צדָקה זענען ארויפגעקומען לזכרון פאַר ה'. 5 און איצט שיק מענער קיין יָפוֹ, און לאָז בּרענגען שִמעוֹנען, וועמען מען רוּפט כֵּיפָא; 6 כֵּיפָא שטייט איין בּיי אַ געוויסן גאַרבּער, וועמעס בֵּית איז בּיים יַם. 7 און ווי דער מַלאך, וואָס האָט גערעדט צוּ קאָרנעליוּס, איז אוועק, האָט ער גערוּפן 2 פוּן זיינע עבדים, און אַ פרוּמען זעלנער, אן חיל ירא שמים, פוּן די, וועלכע זענען תמיד בּיי אים געווען; 8 און ווען ער האָט זיי אַלצדינג דערציילט, האָט ער זיי געשיקט קיין יָפוֹ. 9 לְמָחֳרָת, בּשעת זיי זענען געווען אויפן דֶּרֶךְ, און האָבּן זיך דערנענטערט צוּ דער שטעטל, איז כֵּיפָא אַרויפגעשטיגן אויף דעם דאָך דאווענען , אַרוּם דער 6טער שָעה. 10 און כֵּיפָא איז הוּנגעריק געוואָרן, און האָט געוואָלט עפּעס עסן. נאָר בּשעת הָאֹכֶל מען האָט צוגעגרייט, הָיְתָה עָלָיו הָרוחַ הקודש. 11 און הִנֵּה כֵּיפָא האָט געזען דעם שָמַיִם אויפגעעפנט, און אַראָפּנידערן עפּעס אַ כֵּלי, ווי סע וואָלט געווען אַ גרויס לייַלעך, אַראָפּגעלאָזט בּיי די 4 עקן אויף דער ערד; 12 אין וועלכן עס האָבּן זיך געפונען אַלערליי מִינים פירפיסיקע חַיות און שרָצים פוּן דער ערד און עוֹף הַשָמַיִם. 13 און אַ קוֹל איז געקוּמען צוּ אים: שטיי אויף, כֵּיפָא, שחט און עס [זען דאָ ישועת אלוקינו האט קומען צו די טמא גויים וואס ה' מוכט טהור, רומ' 3:29; ה' איז נישט לערנען כֵּיפָא צו עסן טרייף]. 14 אָבּער כֵּיפָא האָט געזאָגט: חס ושלום, אֲדוֹנִי; ווייל איך האָבּ נאָך קיינמאָל נישט געגעסן, וואָס איז טרייף און בְּשַׂר פִּגוּלים. 15 און אַ קוֹל איז צוּ אים ווידער געקוּמען אַ צווייט מאָל: וואָס ה' האָט געמאַכט טָהוֹר [זען אפס' 5:26; יהודים אין משיח 14-9:13], מאַך דוּ נישט טָמֵא. 16 און דאָס איז געשען 3 מאָל; און די כֵּלי איז תֵיכּף אַרויפגענוּמען געוואָרן אין שָמַיִם אַריין. 17 און בּשעת כֵּיפָא האָט נישט געוואוסט וויאַזוי זיך צו דערקלערן וואָס עס קען זיין די מַרְאֶה, וואָס ער האָט געזען, הנה די מענער, וואָס זענען געשיקט געוואָרן פוּן קאָרנעליוּסן, האָבּנדיק זיך נאָכגעפרעגט וועגן בֵּית פון שמעון די גאַרבּער, און זענען געשטאַנען בּיים שַעַר, 18 און האָבּן גערוּפן און געפרעגט, צי שִמעוֹן, וועמען מען רוּפט כֵּיפָא, שטייט דאָרטן איין. 19 און בּשעת כֵּיפָא האָט נאָכגעטראַכט וועגן דער מַרְאֶה, האָט דער רוּחַ הַקוֹדֶש צוּ אים געזאָגט: הִנֵּה, 3 בְּנֵי אָדָם זוּכן דיך. 20 שטיי אויף און גיי אראָפּ, און גיי מיט זיי, און צווייפל גאָרנישט; ווייל איך האָבּ זיי געשיקט [זען יוחנן 3:16]. 21 און כֵּיפָא האָט אַראָפּגעגאַנגען צוּ די מענער, און האָט געזאָגט: הנה אֲנִי האִיש, וועמען איר זוּכט; וואָס איז די סִבּה וועגן וואָס איר זענט געקוּמען? 22 האָבּן זיי געזאָגט: קאָרנעליוּס, אַ צֶנטוּריוֹן, אַ רעכטפאַרטיקער מענטש און אַ ירא-שמים, און וואָס האָט אַ שֵם טוֹב בּיים כל הָעָם היהוּדי, איז בּאַפוילן געוואָרן דוּרך אַ מַלאך קָדוֹש, צו שיקן דיך צוּ לאָזן בּרענגען אין זיין בֵּית אַריין, כּדי צוּ הערן פוּן דיינע דברים. 23 און כֵּיפָא האָט זיי אַרייַנגערוּפן און האָט זיי מַכניס-אוֹרח געווען. און לְמָחֳרָת איז ער אוועק מיט זיי, און אייניקע פוּן די אַחִים במשיח פוּן יָפוֹ זענען מיטגעגאנגען מיט כֵּיפָא. 24 און אויפן אַנדערן טאָג זענען זיי אַרייַנגעקוּמען קיין קסריה. און קאָרנעליוּס האָט אויף זיי געוואַרט, אַזוי ווי ער האָט צוּזאַמענגערוּפן זיינע קרוֹבים און זיינע חברים. 25 און עס איז געווען, בּשעת כֵּיפָא איז אַרייַנגעקוּמען, האָט אים קאָרנעליוּס בּאַגעגנט, און איז אנידערגעפאלן צוּ רגלים פון כֵּיפָא. 26 און כֵּיפָא האָט אים אויפגעהויבּן, און געזאָגט: שטיי אויף ; איך אַליין בּין אויך אַ בן אדם [זען רומ' 3:9; תהלים 51:7]. 27 און ווען ער האָט מיט אים גערעדט, איז ער אַרייַנגעגאַנגען, און האָט געפוּנען רבים, וואָס זענען זיך צוּנויפגעקוּמען; 28 און כֵּיפָא האָט צוּ זיי געזאָגט: איר אַליין ווייסט, אַז עס איז אָסור פאַר אַ ייִד, לקרֹב צוּ איש נָכְרִי, אָדער לְדָבְקָה צוּ איינעם פוּן אַן אַנדער אֻמָּה, אָבּער ה' האָט מיר אַנטפּלעקט, אַז איך זאָל קיינעם נישט רוּפן טרייף, אָדער פָּסוּל. 29 דערפאר בּין איך אויך געקוּמען אָן איינווענדונג, ווען מען האָט געשיקט נאָך מיר. איך פרעג דעריבּער, מיט וואָסער כַּווָנה האָט איר געשיקט נאָך מיר? 30 און קאָרנעליוּס האָט געזאָגט: מיט 4 טעג צוריק בּיז צו דער דאָזיקער שָעה, דער 9טער, האָבּ איך דאַווענענדיק אין מיין בֵּית, הנה אַ מאַן אין שיינענדיקע מלבּושים איז געשטאַנען פאַר מיר, 31 און האָט געזאָגט: קאָרנעליוּס, דיין דאַווענענדיק איז דערהערט געוואָרן, און דיין צדקות איז לְזִכָּרוֹן פאַר ה'. 32 שיק דעריבּער קיין יָפוֹ, און רוּף צוּ דיר שִמעוֹנען, וועמען מען רוּפט כֵּיפָא; ער שטייט איין אין דעם בֵּית פוּן שִמעוֹנען, אַ גאַרבּער, בּיים יַם. 33 איך האָבּ דעריבּער תֵיכּף געשיקט צוּ דיר; און דוּ האָסט טוֹב געטאָן, וואָס דוּ בּיסט געקוּמען; און איצט זענען מיר אלע דאָ פאַר ה', כדי צוּ הערן אַלצדינג, וואָס איז דיר בּאַפוילן געוואָרן פוּן ה'. 34 און כֵּיפָא האָט געעפנט זיין מויל, און האָט געזאָגט: איך זע בּאמת איין, אַז ה' איז נישט קיין נוֹשׂא-פָּנים, 35 נייערט אין כל עם איז דער, וואָס האָט מוֹרא פאַר ה', און טוּט צֶדֶק [דניאל 9:24], און איז רָצוּי לפני ה' [אין משיח, זען מהש 10:43]. 36 דאָס דָּבָר האָט ה' געשיקט צוּ די בּנֵי-יִשׂרָאל, און האָט מבשׂר געווען בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן שָלום דוּרך רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע -- ער איז אָדוֹן כל הארץ, אֲדוֹן הכֹּל -- 37 און איר אַליין ווייסט דאָס דאָזיקע זאַך, וואָס איז אָנגעזאָגט געוואָרן איבּער כל יהוּדה, אָנהייבּנדיק אין גָליל נאָך דער מקוה מים טבִילה, וואָס יוֹחָנָן האָט געדַרשנט: 38 ווי ה' האָט מָשַח (געזאַלבּט) יהושע/ישוע פוּן נָצְרַת מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש און מיט גבוּרה; וואָס איז אַרוּמגעגאַנגען עוֹשֶה חֶסֶד און האָט געהיילט כל, וואָס זענען געווען נִדכּאים תּחת יד הָשָטן, ווייל ה' איז מיט אים געווען. 39 און מיר זענען עֵדות פוּן אַלצדינג, וואָס ער האָט געטאָן אין ארץ היהוּדים, און אין ירוּשַלָיִם; וועמען זיי האָבּן אויך געטייט, דוּרך אויפהענגען אים אויף אַ בּוים. 40 אים האָט ה' אויפגעוועקט אין תְּחִיַּת הממים דעם יוֹם השלישי, און האָט אים געלאָזט אַנטפּלעקט ווערן 41 נישט פאַר כלל ישראל, נייערט פאַר עֵדות, וואָס זענען פאַרויס אויסדערוויילט געוואָרן פוּן ה', פאַר אוּנדז, וואָס האָבּן מיט אים געגעסן און געטרוּנקען, אחרי משיח איז אויפגעשטאַנען אין זיין תּחִיַה פון הַמֵתים. 42 און ער האָט אוּנדז בּאַפוילן מבָּשׂר צוּ זיין פאַר הָעָם, און צוּ זאָגן עֵדות, אַז דאָס איז ער, וואָס איז בּאַשטימט געוואָרן פוּן ה' פאַר אַ שוֹפט פוּן הַחַיִּים און המֵתִים. 43 אויף אים זאָגן עֵדות כל הנבִיאים, אַז דוּרך זיין נאָמען [זען זכריה 12-6:11] וועט יעדער בן אדם, וואָס גלויבּט אין אים, קריגן סְלִיחַת פוּן די עבירות. 44 בּשַעת כֵּיפָא האָט נאָך גערעדט די דאָזיקע דברים, איז דער רוּחַ הַקוֹדֶש געפאַלן [זען געפאלן, מהש 8:16] אויף אלע, וואָס האָבּן געהערט דאָס דָּבָר. 45 און די פוּן די געמַלטע [ד. ה. די יידישע] מאמינים וועלכע זענען מיט געקומען מיט כֵּיפָא, זענען נִשתּוֹמם געוואָרן, מחמת וואָס אויך אויף די אוּמוֹת איז אויסגעגאָסן געוואָרן די מַתָּנה פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, 46 מחמת זיי האָבּן זיי געהערט רעדן מיט לשוֹנות [מרק' 16:17], און זיי האָבן געזאָגט בָּרוּך ה'. דעמלט האָט כֵּיפָא געענטפערט, און געזאָגט: 47 צי קען דען עמיצער פאַרווערן דאָס מקוה מַיִם, אַז עס זאָלן נישט מקוה מים געטוֹבלט ווערן די דאזיקע, וואָס האָבּן בּאַקומען דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, ווי מיר [זען מהש 2:4]? 48 און ער האָט זיי בּאַפוילן זיך צו לאָזן מקוה מים געטוֹבלט זיין אין דעם נאָמען פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. דעמלט האָבּן זיי אים געבּעטן צוּ פאַרבּלייַבּן אייניקע טעג. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |