Acts 11
Orthodox Hasidic Yiddish Bible

מהש11

יא און משיחס שלִיחים און די אחים במשיח, וועלכע זענען געווען אין יהוּדה, האָבּן געהערט, אַז אויך די אוּמוֹת האָבּן מקַבּל געווען דאָס דָּבָר ה'. 2 און ווען כֵּיפָא איז אַרויפגעקומען קיין ירוּשָלַיִם, האָבּן זיך די געמַלטע געקריגט מיט אים, 3 און געזאָגט: דוּ בּיסט אַרייַנגעגאַנגען צוּ אֲנָשים עַרֵלים, און האָסט געגעסן מיט זיי. 4 און כֵּיפָא האָט אָנגעהויבּן, און האָט זיי דערציילט כסדר, אַזוי צוּ זאָגן: 5 איך בּין געווען אין דער שטעטל יָפוֹ און בּין דאווענען געווען ; און אין הָרוּחַ האָבּ איך געזען אַ מַרְאֶה [חזיון]: עפּעס אַ כֵּלי האָט אַראָפּגעקומען, ווי אַ גרויס לייַלעך, אַראָפּגעלאָזט פון שָמַיִם בּיי די 4 עקן, און עס איז געקומען צו מיר; 6 און אַז איך האָבּ דערין אַריינגעקוּקט, האָבּ איך דאָרטן בּאַמערקט בּהֵמות פוּן הָאָרֶץ, און ווילדע חַיות און שרָצים און עוֹף הַשָמַיִם. 7 און איך האָבּ אויך געהערט אַ קול זאָגן צוּ מיר: שטיי אויף, כֵּיפָא, שחט און עס. 8 אָבּער איך האָבּ געזאָגט: חס ושלום, אֲדוֹנִי; ווייל קיין טרייף אָדער בְּשַׂר פִּגוּלים זאַך איז קיינמאָל נישט אַרייַנגעגאַנגען אין מיין מויל אַריין. 9 און דאָס קוֹל פוּן שָמַיִם האָט אַ צווייט מאָל געענטפערט: וואָס ה' האָט געמאַכט טָהוֹר, זאָלסטוּ נישט מאָכן טָמֵא. 10 און דאָס איז געשען 3 מאָל, און אַלץ איז ווידער אַרויפגענוּמען געוואָרן אין שָמַיִם אַריין. 11 און הנה אין אַן אויגנבּליק זענען 3 בְּנֵי אָדָם געשטאַנען פאַר דעם בֵּית, אין וועלכן מיר זענען געווען, וואָס זענען געשיקט געוואָרן פוּן קסריה צוּ מיר. 12 און דער רוּחַ הַקוֹדֶש האָט געזאָגט צוּ מיר, גיין מיט זיי, און זיך גאָרנישט ווייגערן. און די דאָזיקע 6 אַחִים במָשיחַ זענען מיטגעגאַנגען מיט מיר, און מיר זענען אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית אַריין פון דעם בּן אדם. 13 און ער האָט אוּנדז דערציילט, וויאַזוי ער האָט געזען דעם מַלאך שטיין אין זיין בֵּית, און זאָגן: שיק קיין יָפוֹ און לאָז בּרענגען שִמעוֹנען, וועמען מען רוּפט כֵּיפָא, 14 וועלכער וועט רעדן צוּ דיר דברים, דוּרך וועלכע דוּ וועסט געהאָלפן ווערן, אַתָּה און כל בֵּיתְךָ. 15 און ווען איך האָבּ אָנגעהויבּן צוּ רעדן, איז געפאַלן אויף זיי דער רוּחַ הַקוֹדֶש, פּונקט ווי אין אָנהויבּ אויף אוּנדז [מהש 2:4]. 16 און איך האָבּ מיך דערמאָנט אָן דעם דָּבָר פוּן הָאָדוֹן, ווי ער האָט געזאָגט: יוֹחָנָן האָט מקוה מים געטוֹבלט מיט מַיִם, אָבּער איר וועט מקוה מים געטוֹבלט ווערן מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש [מהש 2:4; 46-10:44; 18-8:15; 7-19:1]. 17 דעריבּער, אויבּ ה' האָט זיי געגעבּן די זעלבּיקע מַתָּנה, ווי אויך צו אוּנדז, די מאמינים היהודים אין רֶבּי מלך המָשיחַ הָאָדוֹן יהושע/ישוע, ווער בּין איך, וואָס זאָל קענען פארווערן ה'? 18 און אַז זיי האָבּן דאָס געהערט, האָבּן זיי שטילגעשוויגן און זיי האָבן געזאָגט בָּרוּך ה', אַזוי צוּ זאָגן: בּאָמת, אויך צוּ די אוּמות האָט ה' געגעבּן די תּשוּבה וואָס פירט צוּם חַיים. 19 און דערווייל די, וועלכע זענען צעשפּרייט געוואָרן צוּליבּ דער רדִיפה, וואָס האָט זיך אויפגעהויבּן איבּער סְטֵפָנוֹס, זענען אוועק בּיז פֵינִיקיה און קַפְרִיסִין און אַנְטִיוֹכְיָה, און האָבּן צוּ קיינעם נישט גערעדט דאָס דָּבָר, אַחוּץ נאָר צוּ ייִדן. 20 און צווישן זיי זענען געווען אֲנָשים פוּן קַפְרִיסִין און קירניים, וואָס ווען זיי זענען געקוּמען קיין אַנְטִיוֹכְיָה, האָבּן זיי אויך גערעדט אפילו צוּ די גריכן, און מבַשׂר געווען דעם בּשורת הגאולה פון הָאָדוֹן יהושע/ישוע. 21 און די האָנט פוּן ה' איז געווען מיט זיי; און אַ גרויסע צאָל, וואָס האָט געגלויבּט, האָט זיך געקערט צוּ הָאָדוֹן. 22 און די זאָך וועגן זיי איז געהערט געווארן אין די אויערן פוּן דער הברית החדשה קהִילה אין ירוּשָלַיִם, און זיי האָבּן געשיקט בַּר-נַבָּאן קיין אַנְטִיוֹכְיָה. 23 און ווען ער איז אָנגעקוּמען, און האָט געזען דעם חֶסֶד ה', האָט ער געזאגט בּרוּך ה'; און ער האָט אלעמען מזהיר געווען, לִהְיוֹת דְּבֵקִים בּאָדוֹן בְּלֵב שָלֵם; 24 ווייל ער איז געווען אַן איש טוֹב, און פוּל מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש און מיט אֶמוּנה. און אַ המון רַב מענטשן איז צוּגעקוּמען צוּ הָאָדוֹן. 25 און ער איז אַרויסגעגאַנגען קיין טאַרסוּס צוּ זוּכן רַב שָאוּלן; 26 און אַז ער האָט אים געפוּנען, האָט ער אים געבּראַכט קיין אַנְטִיוֹכְיָה. און דאָרטן זענען זיי זיך צוּזאַמענגעקוּמען אַ גאַנץ יאָר אין דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה, און האָבּן געלעדנט תּוֹרה צוּ אַ קָהָל רַב; און עס איז געווען אין אַנְטִיוֹכְיָה, אַז די תַּלמידים זענען צוּם ערשטן מאָל גערוּפן געוואָרן משיחיסטים. 27 און אין די דאָזיקע טעג האָבּן נבִיאים פוּן ירוּשָלַיִם אַראָפּגעקומען קיין אַנְטִיוֹכְיָה. 28 און עס איז אויפגעשטאַנען איינער פוּן זיי מיטן נאָמען אֲגָבוֹס, און האָט אָנגעוויזן דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, אַז סע וועט זיין אַ רָעָב גָּדוֹל איבּער דער כָּל הָעוֹלָם; וואָס איז געשען אין די טעג פוּן קלאַודיִוּסן [לספירה 54-41]. 29 און משיחס תַּלמידים האָבּן בּאַשלאָסן, אַז יעדער איינער פון זיי, לויט זיין מעגלעכקייט, זאָל שיקן עזרת האחים בּמשיח, וואָס האָבּן געלעבּט אין יהוּדה [זען קורא 16:2; קורב 14-12 4,-8:2]; 30 און דאָס האָבּן זיי אויך געטאָן, און האָבּן עס געשיקט צוּ די זקֵנים דוּרך דער האַנט פוּן בַּר-נַבָּאן און רַב שָאוּלן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Acts 10
Top of Page
Top of Page