Acts 12
Orthodox Hasidic Yiddish Bible

מהש12

יב און אַרוּם יענער צייט האָט דער מֵלך הוֹרדוס [הוֹרדוס אגריפּס דער ערשטער מלך פון יהודה לספירה 44-41] אויסגעשטרעקט זיינע הענט צוּ פּייַניקן אייניקע פוּן משיחס קהלה. 2 און ער האָט געטייט יַעקֹבן אחי יוחנן [זען מתי 4:21] מיט דער חֶרֶב. 3 און ווען הוֹרדוס האָט געזען, אַז דאָס איז וואוילגעפעלן געוואָרן די אנשי יהודה, האָט ער געמערט צוּ כאַפּן אויך כֵּיפָא. און דאָס זענען געווען די טעג פוּן חַג-הַמַצות. 4 און אַז ער האָט אים געכאַפּט, האָט ער אים אַייַנגעזעצט אין דער בֵּית הַסֹּהַר, און האָט אים איבּערגעענטפערט צוּ 4 אַפּטיילוּנגען זעלנער, יעדע פוּן 4 מאָן, כֵּיפָא צוּ היטן, מיט דער דֵעה, נאָך פֵּסח כֵּיפָא אַרויסצוּפירן פאַר הָעָם. 5 כֵּיפָא איז דעריבּער געהאַלטן געוואָרן אין דער בֵּית הַסֹּהַר; אָבּער משיחס קהלה האָט פאַר אים צוּ ה' בּחזקה דאווענען . 6 און ווען הוֹרדוס איז געווען גרייט כֵּיפָא אַרויספירן, איז כֵּיפָא יענע לַיְלָה געשלאָפן צווישן 2 חיָּלים, געבּוּנדן מיט 2 קייטן געבּונדן; און שוֹמרים פאַר דער דֶּלֶת האָבּן געהיט די בֵּית הַסֹּהַר. 7 און הנה, איז אַ מַלאך ה' געשטאַנען לעבּן אים, און אַן אוֹר האָט געשיינט אין דער חֶדֶר; און ער האָט אַ קלאַפּ געטאָן כֵּיפָא אין דער זייט, און האָט אים אויפגעוועקט, און געזאָגט: קוּם מַהֵר! און די קייטן זענען אַראָפּגעפאַלן פוּן זיינע הענט. 8 און דער מַלאך האָט צוּ אים געזאָגט: גאַרטל דיך אונטער, און בּינד צוּ דיינע סנדלן .און ער האָט אַזוי געטאָן .און מַלאך ה' האָט צוּ כֵּיפָא געזאָגט: היל דיך איין אין דיין בּעקעטשע, און גיי מיר נאָך. 9 און כֵּיפָא איז אַרויסגעגאַנגען, און איז אים נאָכגעגאַנגען; און כֵּיפָא האָט נישט געוואוּסט, אַז ס'איז געווען אֶמת, דאָס, וואָס ס'איז געטאַן געוואָרן דוּרך דעם מלאך, נייערט האָט געמיינט, אַז ער האָט געזען אַ חָזוֹן. 10 און ווען זיי זענען דוּרכגעגאַנגען די ערשטע און די צווייטע וואַך, זענען זיי געקוּמען צוּ דעם שַעַר הבַּרְזֶל, וואָס פירט אין דער עיר אַריין; און דער שַעַר האָט זיך געעפנט פאַר זיי פוּן זיך אַליין. און זיי זענען אַרויסגעגאַנגען, און זענען דוּרכגעגאַנגען דוּרך אַ רחוֹב; און פּלוּצים האָט דער מַלאך אָפּגעשיידט פוּן אים. 11 און ווען כֵּיפָא איז געקוּמען צוּ זיך, האָט ער געזאָגט: איצט ווייס איך בּאֶמת, אַז ה' האָט אַרויסגעשיקט זיין מַלאך און האָט מיך מציל געווען פוּן דער האַנט פוּן הוֹרדוסן, און פוּן כל כַּוָּנוֹתֵיהֶם פוּן דִי דאָזיקע אנשי יהודה. 12 און ווען כֵּיפָא האָט זיך מישב געווען די זאָך, איז ער געגאַנגען צוּ דעם בֵּית שטיבל פוּן מִריָמען [זען קול' 4:10] אֵם יוֹחָנָן, וועמען מען האָט גערוּפן מַרְקוֹס [זען מרק' 14:51; 16:20-1:1; קול' 4:10; טימב 4:11; פילמ' 24; מהש 39-15:37; כיפא א 5:13], וואוּ רבים זענען געווען פאַרזאַמלט און זענען דאווענען . 13 און ווען כֵּיפָא האָט אַנגעקלאַפּט אין דער דֶּלֶת הַשַעַר, איז אַ נַעֲרָה, וואָס האָט געהייסן ראָדאַ, ארויסגעקוּמען הערן. 14 און ווען זי האָט דערקענט קוֹל פון כֵּיפָא, האָט זי אויס שִׂמְחָה אים נישט געעפנט דעם שַעַר, נייערט איז אַרייַנגעלאָפן, און האָט דערציילט, אַז כֵּיפָא שטייט בּיים דעם שַעַר. 15 און זיי האָבּן צוּ איר געזאָגט: דוּ בּיסט משוּגע. נאָר זי האָט פאַרזיכערט, אַז עס איז טאַקע ווי זי האָט געזאָגט. האבּן זיי גּעזאָגט: עס איז זיין מַלאך! 16 אָבּער כֵּיפָא האָט געהאַלטן אין איין קלאַפּן; און ווען זיי האָבּן געעפנט און האָבּן זיי אים געזען, זענען זיי פאַרחִידושט עוואָרן. 17 און כֵּיפָא האָט זיי געגעבּן אַ רֶמֶז מיט דער האַנט זיי זאָלן שווייגן, און האָט זיי דערציילט וויאַזוי הָאָדוֹן האָט כֵּיפָא אַרויסגעפירט פוּן דער בֵּית הַסֹּהַר, און ער האָט געזאָגט: דערציילט עס יַעקֹבן [זען מרק' 6:3; קורא 15:7; מהש 15:13; 18-21:17; גלט' 1:19; 2:9,12; יעקב 5:20-1:1] און די אַחִים במשיח. און ער האָט אָפּגעקערט און איז געגאַנגען צוּ מקוֹם אַחֵר. 18 און ווען עס איז געוואָרן אוֹר הַבֹּקֶר פון יוֹם, איז געוואָרן אַ בֶּהָלה גדוֹלה צווישן די חיָּלים: וואָס איז געוואָרן פוּן כֵּיפָא? 19 און ווען הוֹרדוס האָט כֵּיפָא געזוּכט און האָט אים נישט געפוּנען, האָט ער געלאָזט פאַרהערן די שוֹמרים, און האָט בּאַפוילן, אַז זיי זאָלן געטייט ווערן. און הוֹרדוס איז אַראָפּגעגאַנגען פוּן יהוּדה קיין קסריה, און איז דאָרטן פאַרבּלייבּן. 20 און הוֹרדוס איז געווען שטאַרק אין כַּעס אויף די אנשי צוֹר און צִידוֹן; און זיי זענען אלע צוּזאַמען צוּ אים געקוּמען, און אַז זיי האָבּן איבּערגערעדט בּלאַסטוּסן הממוּנֶּה על חצר המֶלֶך, האָבּן זיי געבּעטן שָלום, מחמת אֶרֶץ פון צוֹר און צִידוֹן איז געשפּייַזט געוואָרן פוּן דעם אֶרֶץ המֵלֶך. 21 און אין אַ בּאַשטימטן טאָג האָט זיך הוֹרדוס אָנגעטאָן זיינע קיניגלעכע מַלבּוּשים, און האָט זיך געזעצט אויף דעם כִּסֵא-הַמלוּכה, און האָט געהאַלטן פאַר זיי אַ רעדע. 22 און הָעָם האָט געשריגן: עס איז דאָס קוֹל פוּן אַן א-ל און נישט פוּן קיין בֶּן אָדָם! 23 און תֵיכּף האָט אַ מַלאך ה' הוֹרדוס געשלאָגן, מחמת ער האָט נישט געגעבּן ה' דעם כָּבוד; און הוֹרדוס איז צעפרעסן געוואָרן פוּן ווערים, און איז געשטאָרבּן. 24 אָבּער דאָס דָּבָר ה' איז געוואַקסן און האָט זיך געמערט. 25 און בַּר-נַבָּא און רַב שָאוּל האָבּן זיך אוּמגעקערט פוּן ירוּשָלַיִם [צוּ אנטיוֹכיה סוּריה], אַזוי ווי זיי האָבּן דערפילט זייער שלִיחות פאר משיח, און האָבּן מיטגענוּמען מיט זיך יוֹחָנָן, וועמען מען האָט גערופן מַרְקוֹס [זען מהש 12:12].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Acts 11
Top of Page
Top of Page