Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש8 ח און שָאוּל האָט מַסכּים געווען צוּ זיין רצח. און יוֹם הַהוּא האָט זיך אויפגעהויבּן אַ רדִיפה גדולה קעגן דער הברית החדשה קהִילה אין ירוּשָלַים; און זיי זענען אלע צעשפּרייט געוואָרן איבּער דער געגנט פוּן יהוּדה און שוֹמרוֹן, מיטן אויסנאם פון משיחס שלִיחים. 2 און פרוּמע לייט מיט יִרְאֵי שמים האָבּן גענומען סְטֵפָנוֹס, און אים קובר געווען און געמאַכט אַ הֶספּד גדול איבּער אים. 3 שָאוּל אָבּער האָט חָרוב געמאַכט די הברית החדשה קהִילה [אַנְטִימשִיחַ פּוֹגְרוֹם], און איז אריינגעגאַנגען פוּן בֵּית צוּ בֵּית, און האָט געשלעפּט גְּבָרִים און נָשים, און האָט זיי איבּערגעגעבּן אין דער בֵּית הַסֹּהַר. 4 און די, וואָס זענען צעשפּרייט געוואָרן, זענען אַרוּמגעגאַנגען און האָבּן מבַשׂר געווען דאָס דָּבָר ה' [מבשר ישוּעת אלוקינוּ, זען ישעיהו 52:7]. 5 און פיליפּוּס [זען מהש 6:5, דאָ פיליפּוּס מאכט געשיכטע: ערשטער קֵרוּב מי צו גיין איבּער קולטורעל בּריק פאר ישועת אלוקינו הַלְּאֻמִּים] איז אַראָפּגעגאַנגען צוּ דער שטאָט שוֹמרוֹן, און דרשענט צו זיי דעם רֶבּי מלך המָשיחַ. 6 און המוֹן הָעָם האָט מיט לֵב אֶחָד פאַרנוּמען מיט פלייס, וואָס פיליפּוּס האָט געזאָגט, ווען זיי האָבּן געהערט און געזען די אותות, וואָס ער האָט געטאָן. 7 מחמת פון רבים פוּן יענע, וואָס האָבּן געהאַט שדים, זענען זיי אַרויס פוּן זיי, ווען זיי האָבּן געשריגן מיט אַ הויך קוֹל; און מְשֻתָּקים און פִּסְחים רבים זענען געהיילט געוואָרן. 8 און עס איז געווען שִׂמְחָה גּדוֹלה אין יענער שטאָט. 9 און עס איז געווען איינער אַ בן אדם מיטן נאָמען שִמעוֹן, וועלכער פלעגט זיך פריער אָפּגעבּן מיט כִּשוף אין שטאָט, און האָט איבּערראַשט דאָס תּוֹשבים פוּן שוֹמרוֹן, און זיך אַרויסגעגעבּן, אַז ער איז אָדָם גָדול. 10 און אלע האָבּן זיך צוּ אים צוּגעהאָרכט, פוּן קָטָן בּיז גָּדוֹל, און געזאָגט: דער דאָזיקער איז די כֹּחַ פוּן א-ל, וואָס ווערט גערוּפן הַכֹּחַ הַגָּדוֹל. 11 און זיי האָבּן זיך צוּ אים צוּגעהאָרכט, ווייל בּמשך פון אַ לאַנגע צייט האָט ער זיי איבּערראַשט מיט זיין כִּשוף. 12 ווען זיי האָבּן אָבּער געגלויבּט פיליפּוּסן, וועלכער האָט זיי אָנגעזאָגט די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּנוועגן דעם מַלכות ה' און דעם נאָמען פוּן רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11], זענען זיי מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן, סיי גְּבָרִים און נָשים. 13 און שִמעוֹן אַליין האָט אויך געגלויבּט; און אַז ער איז מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן, האָט ער זיך בּאַהעפט אָן פיליפּוּסן. און ווען ער האָט געזען אותות און המוֹפתים הגדוֹלים געשען, איז ער נִשתּוֹמם געוואָרן. 14 און ווען משיחס שלִיחים אין ירוּשָלַיִם האָבּן געהערט, אַז שוֹמרוֹן האָט מקַבּל געווען דאָס דָּבָר ה', האָבּן זיי געשיקט צוּ זיי כֵּיפָא און יוֹחָנָן. 15 און זיי האָבּן אַהין אַראָפּגענידערט, און האָבּן דאווענען און זיי געמאכט אַ בּקּשה פון ה' פאַר זיי, אַז זיי זאָלן בּאַקומען דעם רוּחַ הַקוֹדֶש; 16 ווייל בּיז איצט איז דער רוּחַ הַקוֹדֶש נאָך נישט געהאָט געפאַלן [זען געפאַלן, מהש 10:44] אויף קיינעם פוּן זיי, נייערט זיי גענען בּלויז מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן אין דעם נאָמען פוּן יהושע/ישוע אֲדוֹנֵנוּ. 17 דאַן האָבּן זיי געלייגט אויף זיי זייערע הענט, און זיי האָבּן בּאַקומען דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 18 און ווי שִמעוֹן האָט געזען, אַז דער רוּחַ הַקוֹדֶש איז געגעבּן געוואָרן דוּרך דעם אַרויפלייגן די הענט פוּן משיחס שלִיחים, האָט שִמעוֹן זיי אָנגעבּאָטן געלט, 19 און געזאָגט: גיט אויך מיר די דאָזיקע מאַכט, כדי ווען איך וועל אַרויפלייגן מיינע הענט אויף עמיצן, זאָל ער בּאַקומען דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 20 אָבּער כֵּיפָא האָט צוּ אים געזאָגט: זאָל אוּמקוּמען דיין זילבּער מיט דיר, ווייל דוּ האָסט געטראַכט צוּ קויפן מיט געלט די מַתָּנה פוּן ה'. 21 דוּ האָסט נישט קיין חֵלֶק און קיין נַחלה אין דער דאָזיקער זאַך, ווייל דיין לֵב איז קרוּם און נישט יָשָר און נָכוֹן פאַר ה'. 22 טוּ דעריבּער תּשוּבה פון דער דאָזיקער רָשָע דיינער, און בּעט ה', אֶפשר וועט די מַחשָבה פוּן דיין לֵב דיר פאַרגעבּן ווערן. 23 ווייל איך זע, אַז דוּ בּיסט אין דער גאַל פוּן בּיטערקייט, און אין דעם כְּבָלִים פוּן רשעות. 24 און שִמעוֹן האָט געענטפערט, און געזאָגט: זייט איר דאווענען און איר מאכן בּקּשה פון ה' פאַר מיר, אַז קיין זאַך זאָל נישט קוּמען אויף מיר, פון וועלכע איר האָט גערעדט. 25 און אַזוי ווי זיי האָבּן עֵדות געזאָגט און גערעדט דאָס דָּבָר ה', האָבּן זיי זיך אוּמגעקערט קיין ירוּשַלַיִם, דרשנדיק די בּשׂוּרת הגאוּלָה אין פיל דערפער פוּן די שוֹמרוֹנים. 26 מַלאך ה' האָט גערעדט צוּ פיליפּוּסן, אַזוי צוּ זאָגן: שטיי אויף, און גיי קיין דָרום אויף דעם דֶּרֶךְ, וואָס פירט אַראָפּ פוּן ירוּשָלַיִם קיין עַזָה; דאָס איז מִדבּר. 27 און ער איז אויפגעשטאַנען און געגאַנגען. און הנה, אַן איש אתיוֹפִּי, אַ סָריס פוּן גרויס מאַכט בּיי קאַנדאַקע, די מַלכּה פוּן די אתיוֹפּים. ער איז געווען איבּער אלע אירע אוֹצרות. ער איז געקוּמען קיין ירוּשָלַיִם צוּ בּוּקן זיך. 28 און ער האָט זיך שוין אוּמגעקערט, און איז געזעסן אין זיין מֶרְכַּבַה, און געלייענט דאָס ספר פון ישעיהו הנָביא. 29 און דער רוּחַ הַקוֹדֶש האָט געזאָגט צוּ פיליפּוּסן: גענעען, און בּאַהעפט דיך צו דעם דאָזיקן מֶרְכַּבַה. 30 און פיליפּוּס איז צוּ אים צוּגעלאָפן, און האָט אים געהערט לייענען דאָס ספר פון ישעיהו הַנָביא, און פיליפּוּסן האָט געזאָגט: פאַרשטייסטוּ וואָס דוּ לייענסט? 31 האָט ער געזאָגט: וויאַזוי קען איך פאַרשטיין, אחוץ עמיצער זיין מיין מדריך און אָנווייַזן. און ער האָט געבּעטן פיליפּוּסן אַרויפצוּקוּמען און זיך זעצן מיט אים. 32 און דאָס איז געווען דער פָּסוק, וואָס ער האָט געלייענט אין דעם סֵפר: כַשֶֹה לַטֶבַח יובַל וכְרָחֵל לִפְנֵי גֹזְזֶיהָ נֶאֱלָמָה, וְלֹא יִפְתַח פִיו. 33 מֵעֹצֶר ומִמִשְפָט לֻקַח וְאֶת־דוֹרוֹ מִי יְשוֹחֵחַ, כִי נִגְזַר מֵאֶרֶץ חַיִים. [ישעיהו 8-53:7]. 34 און דער סָריס האָט געזאָגט צוּ פיליפּוּסן: איך בּעט דיך, פוּן וועמען רעדט דאָס דער נָביא? וועגן זיך אַליין אָדער וועגן עמיצן אַנדערש? 35 און פיליפּוּס האָט געעפנט זיין מויל, און האָט אָנגעהויבּן פוּן דעם דאָזיקן פָּסוק, און האָט צו אים בִּשֵׂר די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן [רבי מֵלך המָשיחַ] יהושע/ישוע. 36 און ווי זיי זענען אַזוי געפאָרן אויף דעם דֶּרֶךְ, הנה, זענען זיי געקוּמען צוּ מְקוֹם מַיִם, און דער סָריס האָט געזאָגט: הִנֵּה, דאָ איז [מקוה] מַיִם; וואָס שטערט מיר מקוה מים געטוֹבלט צוּ ווערן? 37 און צו אים פיליפּוּס האָט געזאָגט: אויבּ דוּ גלויבּסט מיט כָל לְבָבְךָ, מעגסטוּ .און ער האָט געענטפערט: איך גלויבּ, אַז רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע איז דער זוּן פון דער אויבּערשטער. 38 און ער האָט בּאַפוילן דעם מֶרְכָּבָה צוּ בּלייבּן שטיין, און זיי האָבּן בּיידע אַראָפּגעגאנגען אין דעם מקוה מַיִם אַריין, פיליפּוּס און דער סָריס, און ער האָט אים מקוה מים געטוֹבלט. 39 און ווען זיי זענען אַרויסגעקוּמען פוּן דעם מקוה מַיִם, האָט דער רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן ה' פאַרטראָגן פיליפּוּסן; און דער סָריס האָט אים מער נישט געזען, און ער איז געגאַנגען אויף זיין דֶּרֶךְ שָׂמֵחַ. 40 אָבּער פיליפּוּס האָט זיך אָפּגעפוּנען אין אַשדוֹד; און ער איז אַרוּמגעגאַנגען און האָט בִּשֵׂר די בּשׂוּרת הגאוּלָה אין כל הערים, בּיז ער איז געקוּמען קיין קסריה [זען מהש 21:8]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |