Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש7 ז און דער כֹּהן-גָדול האָט געזאָגט: איז דאָס טאַקע אַזוי? 2 און סְטֵפָנוֹס האָט געזאָגט: אֲנָשִִם אַחִים און אבות, הערט מיך אויס. דער אלוקים פוּן כָּבוד האָט זיך אַנטפּלעקט און בּאַוויזן צוּ אַברהם אַבינוּ, ווען ער איז געווען אין אַרַם-נַהֲרַיִם, איידער ער האָט געוואוינט אין חָרָן, 3 און ה' האָט צוּ אים געזאָגט: לֶךְ־לְךָ מֵאַרְצְךָ ומִמוֹלַדְתְךָ ובוֹא אֶל־הָאָרֶץ אֲשֶר אַרְאֶךָ. 4 און ער איז אַרויסגעגאַנגען פוּן דעם לאַנד פוּן די כַּשׂדים, און האָט געוואוינט אין חָרָן, און פון דאָרטן, נאָך דעם מוֹת אָבִיו, האָט ה' אים אַריבּערגעפירט אין הָאָרֶץ הַזֹּאת אַריין, אין וועלכן איר וואוינט אציט; 5 און ה' האָט אים נישט געגעבּן דרינען קיין ירושה, נישט אַפילו עַד מִדְרַך כַּף-רגֶל [דברים 2:5], און בּשעת ער האָט נאָך נישט געהאט קיין בֵּן, ה' האָט מַבטִיחַ געווען, אַז ער וועט עס אים געבּן פאַר אַ בּאַזיץ, און לזרעך אתן את הארץ הזאת [בּראשית 12:7; 13:15; 17:8; 26:3; 48:4]. 6 און ה' האָט אַזוי גערעדט: אַז גֵר יִהְיֶה זרעוֹ, וועט וואוינען אין אַ פרעמד לאַנד, און מען וועט זיי פאַרקנעכטן און זיי פּייַניקן 400 יאָר [בּראשית 15:13]. 7 וְגַם אֶת־הַגוֹי אֲשֶר יַעֲבֹדו דָן אָנֹכִי, זאָגט ה'; ואחרי-כן יצאו ויעבדוּנִי בּמָּקוֹם הזה, און דאַן וועלן זיי אַרויסגיין און מיך דינען אין דעם דאָזיקן אַרט [בּראשית 14-15:13; שמות 3:12]. 8 און ה' האָט אים געגעבּן דעם בּרית מִילה, און אַזוי האָט אַברָהם געבּוירן יִצחָקן, און האָט אים מַל געווען דעם אַכטן טאָג; און יִצחָק האָט געבּוירן יַעקֹבן, און יעקֹב די 12 ראשי אַבות. 9 און די ראשי אָבות האָבּן מקַנא געווען יוֹספן, און האַבּן יוֹסף פאַרקויפט קיין מִצרַיִם; אָבּער ה' איז געווען מיט יוֹסף, 10 און האָט אים מַציל געווען פוּן אלע זיינע צָרות, און האָט אים געגעבּן חֵן און חָכמה פאַר פַּרעהן, דעם מֵלך פוּן אֶרֶץ מִצרַיִם, וואָס האָט יוֹסף געמאַכט פאַר אַ מושל איבּער אֶרֶץ מִצרַיִם און איבּער זיין כל בֵּית. 11 און עס איז געקוּמען אַ רָעָב איבּער כל אֶרֶץ מִצרים און כּנַעַן, און אַ צָרה גדולה; און אבותינו האָבּן נישט געפוּנען קיין אֹכֶל. 12 אָבּער ווען יַעקֹב אַבינוּ האָט געהערט, אַז עס איז דאָ אוכל אין אֶרֶץ מִצרַיִם, האָט ער אַרויסגעשיקט אבותינו דאָס פַּעַם הָרִאשוֹנָה. 13 און בּיים צווייטן מאָל האָט זיך יוֹסף געלאָזט דערקענען צוּ זיינע אַחִים, און מִשפָּחה פון יוֹסף איז בּאַקענט געוואָרן פאַר פַּרעהן. 14 און יוֹסף האָט געשיקט און האָט צוּ זיך גערוּפן יַעקֹבן אביו, און כל מִשפָּחה פון יוֹסף, 75 נפָשות [זען תרגום שבעים בראשית 46:27; שמות 1:5]. 15 און יַעקֹב אַבינוּ האָט אַראָפּגענידערט קיין אֶרֶץ מִצרַיִם, און ער איז מֵת, ער און אבותינו. 16 און זיי זענען אַרויבּערגעטראָגן געוואָרן קיין שכֶם, און געלייגט געוואָרן אין דעם קֵבר, וואָס אַברָהם האָט געקויפט פאַר אַ געלט-פּרייז פוּן די בָּנִים פוּן חַמוֹר אין שכֶם [רֶטוֹרִי דְּחִיסָה בּראשית 18-23:17; 11-25:9; 35:29; 50:13; 33:19; יחושע 24:32]. 17 און אַזויווי עס האָט זיך דערנענטערט די צייט פוּן דער הבטָחה, וואָס ה' האָט געשוואוירן צוּ אַברָהם, איז הָעָם געוואַקסן און האָט זיך געמערט אין אֶרֶץ מִצרַיִם, 18 בּיז איבּער אֶרֶץ מִצרַיִם איז אויפגעשטאַנען אַ מֵלך חָדָש אשר לֹא ידע את יוֹסף. 19 און דער דאָזיקער האָט געהאַנדלט מיט כיטרעקייט קעגן עמֵּנוּ, און האָט רַע געטאָן צו אבוֹתֵינוּ, אַז זיי גענייט אַרויסצוּאוואַרפן זייערע עוֹלְלִים, כּדי זיי זאָלן לֹא יִחְיוּ. 20 אין יענער צייט איז געבּוירן געוואָרן מֹשה [רבינו], און ער איז געווען שיין אין די אויגן פוּן ה'; און ער איז גענערט געוואָרן 3 חַדָשים אין בֵּית אָביו. 21 און ווען ער איז אַרויסגעוואַרפן געוואָרן, האָט אים בַּת פַּרעֹה גענוּמען, און האָט אים דערצויגן פאַר איר אייגענעם בֵּן. 22 און מֹשה [רבינו] איז געווען געלערנט אין דער כל חָכמה פוּן די מִצרִים; און ער איז געווען אַ גבּור אין זיינע דברים און מַעשׂים. 23 און ווען ער איז אַלט געוואָרן 40 יאָר, איז אויפגעגאַנגען אין זיין לֵב צוּ געדענקען זיינע אַחִים, די בּנֵי-ישׂרָאל. 24 און אַז ער האָט געזען איינעם פוּן זיי ליידן אַן עוולה, האָט ער זיך אָנגענומען און נוקם געווען פאַר דעם געליטענעם, און האָט דערשלאָגן דעם מִצרי. 25 און ער האָט געמיינט, אַז זיינע אַחִים וועלן פאַרשטיין, אַז ה' האָט זיי געגעבּן ישועת אלוקינו דוּרך זיין האַנט; אָבּער זיי האָבּן נישט פאַרשטאַנען. 26 און אויף דעם אַנדערן טאָג האָט ער זיך בּאַוויזן צו זיי, בּשעת זיי האָבּן זיך געקריגט, און האָט געוואָלט שָלום מאַכן צווישן זיי, אַזוי צוּ זאָגן: אנשים אחים אתּם; פאַרוואָס טוּט איר אַן עוולה איינער דעם אַנדערן? 27 אָבּער דער, וואָס האָט בּאעוולט זיין חַבר, האָט אים אָפּגעשטויסן, און געזאָגט: ווער האָט דיך געמאַכט פאַר אַ שַר און אַ שוֹפט איבּער אוּנדז? 28 הלהרגני אתה אֹמר כּאשר הרגת אתמול את-המצרי? 29 און מֹשה [רבינו] איז אַנטלאָפן איבּער דעם דאָזיקן דָּבָר, און איז געוואָרן אַ גֵר אין דעם אֶרֶץ מִדיָן, וואוּ ער האָט געבּוירן 2 בָּנִים. 30 און ווען 40 יאָר זענען דערפילט געוואָרן, האָט זיך צוּ אים בּאַוויזן אַ מַלאך ה' אין דער מִדבּר פוּן דעם הָר סִינַי, בְּלַבַּת אֵש מִתּוֹךְ הַסְּנֶה. 31 און אַז מֹשה [רבינו] האָט דאָס געזען, איז ער נִשתּוֹמם געוואָרן פוּן דער מַרְאֶה; און ווען ער האָט גענעענט צוּ זען, איז געקוּמען דאָס קוֹל אֲדֹנָי: 32 אָנֹכִי אלוקי אבותיךָ, אלוקי אברהם, יצחק און יעקֹב. און מֹשה [רבינו] האָט געציטערט, און האָט זיך נישט דערוועגט צוּ קוּקן. 33 און ה' האָט צוּ אים געזאָגט: נעם אראָפּ די סנדלן פוּן דיינע רגלים, מחמת דאָס אָרט, אויף וועלכן דוּ שטייסט, איז אַדְמַת-קֹדֶש. 34 רָאֹה ראיתי את-עני עמּי אשר בּמצרים ואת נאקתם שמעתי וארד להצילם; ועתה לכה ואשלחךָ קיין מצרים. 35 דעם דאָזיקן מֹשה [רבינו], וועמען זיי האָבּן פאַרלייקנט, זאָגנדיק: ווער האָט דיך געמאַכט פאַר אַ שַר און אַ שוֹפט? אים האָט ה' געשיקט צוּ זיין אַ שַר און אַ גוֹאֵל דוּרך דער האַנט פוּן דעם מַלאך, וואָס האָט זיך צוּ אים בּאוויזן אין דעם סנֶה. 36 ער האָט זיי אַרויסגעפירט, און האָט געטאָן מופתים און אותות אין אֶרֶץ מִצרַיִם, און בּיים יַם סוּף, און אין דער מִדבּר 40 יאָר. 37 דאָס איז דער מֹשה [רבינו], וואָס האָט געזאָגט צוּ די בּנֵי-יִשׂרָאל: אַ נָבִיא וועט ה' אויפשטעלן פאַר אייך פוּן צווישן אייערע אחים, גלייך צוּ מיר [זען דברים 19-18:15, נָבִיא מִקֶרֶב אֲחֵיכֶם כָמוֹנִי, זען מהש 7:37 ;26-3:22 ;יוחנן 7:40 ;6:14 ;5:46 ;1:21,25,45]. 38 דאָס איז דער, וואָס איז געווען אין דער עֵדה אין דער מִדבּר מיט דעם מַלאך, וועלכער האָט גערעדט צו אים אויף דעם הָר סִינַי, און מיט אבותינו; ער האָט בּאקומען דברים חיים, כּדי זיי אוּנדז צוּ געבּן; 39 צוּ וועמען אבותינו האָבּן זיך נישט געוואָלט זיין געהאָרכזאַם, נייערט זיי האָבּן אים אָפּגעשטויסן און אין זייערע לְבָבוֹת זיך געקערט קיין אֶרֶץ מצרים [זען לוקס 9:62], 40 און געזאָגט צוּ אַהרֹנען; עֲשֵה־לָנו אֱלֹקִים אֲשֶר יֵלְכו לְפָנֵינו, כִי־זֶה מֹשֶה אֲשֶר הֶעֱלָנו מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם לֹא יָדַעְנו מֶה־הָיָה לוֹ 41 וְאָכֵן עָשו עֵגֶל בְאוֹתָם יָמִים וְהִקְרִיבו זֶבַח לָאֱלִיל וְשָמְחו בְמַעֲשֵי יְדֵיהֶם. 42 אָז פָנָה הָאֱלֹקִים ומָסַר אוֹתָם לְפֻלְחַן צְבָא הַשָמַיִם כַכָתוב בְסֵפֶר הַנְבִיאִים, הַזְבָחִים ומִנְחָה הִגַשְתֶם־לִי בַמִדְבָר אַרְבָעִים שָנָה בֵית יִשְרָאֵל? 43 ונְשָאתֶם אֶת סֻכַת מֹלֶךְ וְאֶת כוֹכַב אֱלֹקֵיכֶם רֵיפָן, הַצְלָמִים אֲשֶר עֲשִיתֶם לְהִשְתַחֲווֹת לָהֶם. וְהִגְלֵיתִי אֶתְכֶם מֵהָלְאָה לְבָבֶל [זען עמוֹס 27-5:25; ירמיהו 19:13]. 44 אבותינו האָבּן געהאַט אין דער מִדבּר דאָס מִשכּן-הָעֵדות, אַזוֹיווי ער [ה'], וואָס האָט גערעדט צוּ מֹשהן, האָט בּאַפוילן אַז ער זאָל עס מאַכן לויט דער תַּבְנִית, וואָס מֹשהן האָט געזען. 45 דאָס אבותינו מיט יהושע/ישוע [ישוע בֶּן נוּן, נחמיה 8:17; זען יכריה 12-6:11] האָבּן גענומען און אויך אַרייַנגעבּראַכט אין דעם נִשּוּל און אַחֻזַּת הַגּוֹיים, וואָס ה' האָט אַרויסגעטריבּן פוּן פאַר דעם פָּנים פוּן אבותינו, בּיז צוּ די טעג פוּן דָוִדן, 46 וועלכער האָט געפוּנען חֵן אין די אויגן פוּן ה', און האָט געבּעטן צוּ געפינען אַ מִשְכָּן פאַר אלוקי יַעקֹב. 47 און שלֹמֹה האָט אים געבּויט אַ בֵּית. 48 אָבּער דער אויבּערשטער שוֹכֵן נישט אין קיין הֵיכָלוֹת, וואָס זענען געמאַכט מיט הענט, ווי דער נָביא זאָגט: 49 הַשָמַיִם כִסְאִי וְהָאָרֶץ הֲדֹם רַגְלָי. אֵי־זֶה בַיִת אֲשֶר תִבְנוּ־לִי, נְאֻם ה', וְאֵי־זֶה מָקוֹם מְנוּחָתִי? 50 הֲלֹא אֶת־כָל־אֵלֶה יָדִי עָשָתָה [ישעיהו 2-66:1]? 51 אַתֶּם עַם קשה עֹרף [שמות 33:5] וואָס האָבּן נישט-געמלטע הערצער און אויערן, איר תמיד מִתְנַגְּדִים אנטקעגן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש; ווי אבוֹתֵיכם האָבּן געטאָן, אַזוי טוּט איר. 52 וועמען פוּן די נבִיאים האָבּן אבוֹתֵיכם נישט גערוֹדֶפט? און זיי האָבּן געטייט די, וואָס האָבּן פאָרויס אָנגעזאָגט דאָס קוּמען פוּן דעם צַדיק, פוּן וועמען איר זענט אַצינר געוואָרן מוֹסרים און רוֹצחים; 53 איר, וואָס האָט מקַבּל געווען די תּוֹרה, דורך דער פאַרמיטלונג פון מַלאָכים, און געווען נישט שומר איבּער אים. 54 און אַז זיי האָבּן דאָס געהערט, האָט עס זיי געשטאָכן אין זייערע לבָבוֹת, און זיי האָבּן געקריצט מיט די ציין אויף סְטֵפָנוֹס. 55 און סְטֵפָנוֹס, ווייל ער איז געווען פוּל מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, האָט אַרויפגעקוּקט צוּם שָמַיִם, און האָט געזען די כבוד פוּן ה', און יהושע/ישוע שטיין בּיי דער רעכטער האַנט פוּן אלוקים, 56 און סְטֵפָנוֹס האָט געזאָגט: אָט זע איך די הימלען אָפן, און דעם בַּר-אֱנָשׁ [דניאל 7:13, מָשיחַ] שטיין בּיי דער רעכטער האַנט פוּן ה'. 57 אָבּער זיי האָבּן אויסגעשריגן מיט אַ הויך קוֹל, און האָבּן פאַרשטאָפּט זייערע אויערן, און אלע אינאיינעם האָבּן זיך אַ וואָרף געטאָן אויף סְטֵפָנוֹס: 58 און זיי האָבּן אים אַרויסגעשטויסן אויסער דער עיר, און האָבּן סְטֵפָנוֹס פאַרשטיינט. און די עֵדות האָבּן אוועקגעלייגט זייערע מַלבּוּשים בּיי די רגלים פוּן אַ [ישיבה] בָּחור, וואָס האָט געהייסן שָאוּל [זען רומ', קורא, קורב, גלט', אפס', פיל', קול', תסלא, תסלב, טימא, טימב, טיט', פילמ']. 59 און זיי האָבּן פאַרשטיינט סְטֵפָנוֹס, בּשעת סְטֵפָנוֹס האָט אויסגערוּפן, און געזאָגט: אֲדוֹנִי יהושע/ישוע, נעם אויף מיין רוּחַ. 60 און סְטֵפָנוֹס איז געפאַלן אַראָפּ, און האָט געשריגן מיט אַ הויך קוֹל : אֲדֹנָי, רעכן זיי נישט צוּ די דאָזיקע עבירה, און אַז ער האָט דאָס געזאָגט, איז ער איינגעשלאָפן. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |